די מאסן-מערדעריי עפּידעמיע אין אמעריקע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

די מאסן-מערדעריי עפּידעמיע אין אמעריקע

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 3:55 pm

א וואלקן פון טרויער האט זיך אראפגעלאזט אין לאנד, פרעזידענט טראמפ האט פארארדענט אז אלע אמעריקאנע פענער זאלן אראפגעצויגן ווערן צו האלב. די שרעקליכע מאסן שיסערייען אין טעקסאס און אהאיא איז א טראגעדיע וועלכע דערציטערט דאס גאנצע לאנד. פון די הויכע פארשנייטע ראקי-בערג אין צפון ביז צו די וויסטענישן פון דרום טעקסאס, פון די קאראליינעס אין מזרח ביז צו די ווארימע וואסער ברעגעס פון קאליפארניע אין מערב – דאס גאנצער לאנד איז איינגעהילט אין א טיפער טרויער. א געפול פון אומבאהאלפנקייט נעמט ארום יעדעם איינעם יונג און אלט. אצינד איז שוין יעדער אן קיין אויסנאם איינשטימיג - אז די פאראייניגטע שטאטן האט א ערענסטער מארד פראבלעם, די שוידערליכע מאסן מערדערייען זענען שוין ארויס פון יעדע פּראָפּאָרציע. אין די דאזיגע טעג איז דאס גאנצע לאנד פאראייניגט אז זאכליכע שריט דארפן זאפארט אונטערגענומען ווערן - צו פארמיידן אזעלכע שרעקליכע אומגליקן אינעם צוקנופט. די פראגע איז בלויז ווי אזוי מען גייט ווירקליך לעזן דעם פראבלעם.

אט איז א קורצע איבערבליק איבער די וואפן רעכט אין די פאראייניגטע שטאטן:

ווי עס איז באוויסט איז די אמעריקאנער קאנסטאטוציע איינגעטיילט אין צוויי באזונדערע טיילן: אינעם ערשטער טייל ווערט אראפגעשטעלט די רעכטן פון די רעגירונג, און גענוי ווי אזוי די רעגירונג זאל פונקציאנירן. איבער רעכטן פון בירגער ווערט דארטן גארנישט דערמאנט, אבער אינעם צווייטן טייל - וועלכע איז אייגענטליך עטוואס שפעטער צוזאמגעשמאלצן געווארן מיט די ארגינעלע קאנסטאטוציע אויפן איניציאטיוו פון פרעזידענט זשעפערסאן, ווערט שוין יא אראפגעשטעלט די גענויע רעכטן פון איטליכע אמעריקאנער בירגער. דער צווייטער טייל ווערט אנגערופן דער ביל אף רייטס. דער ביל אויף רייטס באשיצט יעדע איינציגער אמעריקאנער בירגער פון די מאכט פון די רעגירונג. אינעם צווייטען אדמענטמענט פונעם ביל אף רייטס לייענט זיך ווי פאלגענד: א גוט רעגולירטע מיליציע, איז וויכטיג פאר די זיכערהייטס פונעם פרייער לאנד, די רעכט פון די מענטשען צו באזיצן און צו טראגן וואפן, זאל נישט ווערן געשטערט.
עטוואס צו פארשטיין דעם דאזיגען אדמענטמענט, פאדערט זיך אביסל זיך צובאקענען מיט די אונטערלאגע, צו פארשטיין פארוואס די גרינדער טאטעס פון אמעריקע האבן באשלאסן אריינצושטעלן דעם דאזיגען רעכט אינעם ביל אף רייטס.

ווען די ענגלענדער האבן געהערשט דא אין אמעריקע, האבן זיי געהאט ארויפגעלייגט א שטרענגער פארבאט אויף די קאלאניסטן צו ערצייגן און צו באזיצן וואפן. זיי האבן זיך ווארשיינליך געפארכט - אז אויב די קאלאניסטן וועלן באזיצן וואפן, וועלן זיי זיין אומשטאנד דורכצופירן א באוואפענטע רעוואלוציע קעגן זיי, ווי ס'האט טאקע ווירקליך פאסירט אין די ענדע. אין די יארן נאך די רעוואלוציע, האבן זיך די גרינדער טאטעס זיך נאכאלס געפארכט, אז אינעם צוקניפט וועט אויפשטיין א פרעזידענט וואס וועט זיך דעקלערן אלס א קעניג און פארוואנדלן דאס לאנד פון א פרייער רעפובליק צו א מאנארכיע. אין רעזולטאט האבן זיי אריינגעשטעלט דעם דאזיגען אדמענטמענט אין די קאנסטאטוציע – אזוי אז דאס פאלק זאל האבן די מעגליכקייט צו שטעלן א באוואפענטער ווידערשטאנד קעגן אזא סארט מאנארכישע רעגירונג. און צוגאב האבן זיי אויך געוואלט פארזיכערן אז זייערע קומענדיגע גענעראציעס זאלן נישט ליידן פון די אונטערדרוקענדע-איינצוימונגען פון וועלכע זיי האבן געליטן אונטער די הערשאפט פון די ענגלענדער. די אמעריקאנער בירגער האבן טאקע גענאסן פון זייער פרייער רעכט און געטראגן וואפן מיט שטאלץ.

אין יאר 876' למספ' האבן זיך זאכן אנגעהויבן צו ענדערן - די דרום-שטאטן האבן דאן געהאט ארויפגעלייגט א פארבאט אויף שווארצע צו באזיצן וואפן. דער סופרים קארט האט דאן געאורטיילט אז דער צווייטער אדמענטמענט רעדט בלויז צו די פעדעראלע-רעגירונג און נישט צו די שטאטן. דאס האט באדייט אז די שטאטן האבן א רעכט צו פארבאטן טיילן פון זייער באפעלקערונג צו באזיצן און צו טראגן וואפן. ווי אויך האט דאס באדייט אז די קאנסטאטוציע שענקט נישט קיין אוטומאטישע רעכט פאר אינדיווידואלע בירגער צו באזיצן און צו טראגן וואפן. שפערטער אין יאר 886' למספ' האט די סופרים קארט ווידערהאלט זייער אורטייל און קלאר געמאכט דעם אפטייטש פונעם צווייטע אדמענטמענט - אז די פעדעראלע רעגירונג איז נישט בארעכטיגט אפצוהאלטן שטאטן פון איינצושטעלן באוואפענטע מיליציעס, דערפאר קען די פעדעראלע רעגירונג נישט אפהאלטן אינדיווידואלע בירגער צו באזיצן און צו טראגן וואפן, ווארום זיי דארפן דאך באזיצן וואפן אין פאל זיי דארפן דינען אין די מיליציע. דאס איז עטוואס אין קאנטראסט מיטן פאריגע אורטייל - וואס לויטעט אז טראגן וואפן איז נישט קיין אינדיווידואלע רעכט. דער דאזיגער אורטייל איז אין אלגעמיין געווען געצילט צו ערלויבן פאר די שטאטן צו האבן קאטראל אויף זייערע מיליציעס. שפעטער אין יאר 939' האט דער סופרים קארט ווידעראמאל אריינגעקוועשט א נייעם אויפטוה אינעם צווייטן אדמענטמענט – דער געריכט האט אריינגעלערנט אז די קאנסטאטוציע רעדט בלויז פון מיליטערישע אדער פאליצייאישע וואפן. אזוי צו זאגן: די פעדעראלע רעגירונג האט נישט די רעכט אפצוהאלטן די שטאטן פון אויסצושטאטן זייער פאליצייאישע אגענטורן און מיליטערישע מיליציע מיט מיליטערישע וואפן. זאגאר באזיצן און צו טראגן קליינע וואפן, קען אויסשליסליך יא ווערן רעגולירט דורך די פעדעראלע רעגירונג.

ענדליך אין יאר 08' למספ' האט דער העכסטער ריכטער אין לאנד דער הויכגעשעצטער טשיף יוסטיץ, אַנטאָנין סקאַליאַ צוריקגעקערט דעם קרוין קיין יושנה. ער איז צוריק געגאנגן צום איינפאכער ארגינעלער פשט פון קאנסטעטוציע און ער האט דאס אפגעלערנט גענוי אזוי ווי ס'שטייט. א גוט רעגולירטע מיליציע, איז וויכטיג פאר די זיכערהייטס פונעם פרייער לאנד, די רעכט פון די מענטשען צו באזיצן און צו טראגן וואפן, זאל נישט ווערן געשטערט. פערטיג. ער האט אבער גלייכצייטיג קלאר געשטעלט אז די פעדעראלע רעגירונג האט די רעכט איינצושטעלן פארשידענע רעגולאציעס, וו.צ.ב.ש. די סארט וואפן, די ערטער וואו וואפן זאלן זיין ערלויבט און וואו נישט, די מענטשן וועלכע זאלן זיין ערלויבט צו טראגן וואפן און וועלכע נישט. טשיף יוסטיץ סקאַליאַ, האט אפגעזען פון דעם וואס ער איז געווען א פייערדיגער אריגענעליסט - און ער האט געהאלטן אז מ'דארף זיך וואס מער צוהאלטן צו די ארגינעלער טעקסט פון די קאנסטאטוציע, פארט האט ער פארשטאנען אז ווען די גרינדער-טאטעס האבן געשריבן די קאנסטאטוציע, האבן זיי פילייכט נישט געהאט אין די געדאנקן אז מענטשן מיט גייסטישע פראבלעמען זאלן פארמאגן די רעכטן צו רומפאזשירן מיט א גראנדיעזע מיליטעריש טאנק אין די גאסן פון ניו יארק און טשיקאַגאָ...

*


דאס געזעץ אין לאנד איז קלאר: יעדע אמעריקאנער בירגער האט די פולשטענדיגע רעכט צו באזיצן און צו טראגן וואפן. (נישט חלילה עס ניצן, אויסער ווען נויטיג...). אין מערסטייל פון די אייראפישע לענדער איז טאקע נישט פארהאן אזא רעכט, זאגאר אין די פאראייניגטע שטאטן איז דער רעכט צו טראגן וואפן יא פארהאן! און פארוועם אימער דאס רעכט שטייט ווי א דארן אין אויג, קען זיך רואיגערהייט אויפהייבן און זיך אריבער ציען דעם אנדערען זייט אטלאנטיק קיין אייראפע, און זיך דארט אויסלעבן די יארן אן די נאכאנאנדע פלאג פון מאסיווע מאסן מערדערייען וועלכע באשעווען אין אמעריקע ווי א מאסיווע שניי זאווערוכע...

אין ליכט פון די גרויזאמע שיסערייען אין טעקסאס און אהאיא ארגומענטירן די רעפובליקאנער: מיר זענען גרייטן עטוואס אויפצוגעבן עטוואס פון אונזער פרייהייט אין אויסטויש פארן פרייהייט פון לעבן. מיר קענען באשטיין אז די רעגירונג זאל איינשטעלן עטוואס מער רעגולאציעס אויף אונזער קאנסטעטוציאלע רעכט צו טראגן וואפן. אבער איידער די רעגירונג באגרעניצט אונזער קאנסטעטוציאלע רעכט פון טראגן וואפן, פאדערט זיך ערשט זיכער צו מאכן אז מער רעגולאציעס זענען די אויסשליסליכסטע מיטל צו פארמיידן מאסן מערדערייען אינעם צוקנופט. פרעזידענט טראמפ אינאיינעם מיטן סענעטאר לינדזי גראַם ארבייטן טאקע אימערמידליך פארגעשלאגן עטליכע נייע געזעצן - וועלכע וועלן האפענטליך פארמיידן מאסן-מערדערייען אינעם צוקנופט - געזעצן וועלכע נעמען מער ווייניגער נישט אוועק אונזערע קאנסטעטוציאלע רעכטן.

אבער די סאציאליסטן זענען גארנישט צופרידן... זיי זענען אויסן אונז צו בארויבן מיט וואס מער פון אונזערע רעכטן. זיי זענען אויסן אז דער פעדעראלער רעגירונג זאל וואס מער קאטראלירן די לעבנס-עספעקטן פון די באפעלקערונג. זיי זענען אויסן אז די רעגירונג זאל פולשטענדיג קאנטראלירן געזונטהייט פארזיכערונג, ערציאונג, און אפילו וואס מען עסט, און וואס מען לייענט. זיי ווילן אפשאפן יעדע סארט פרייהייט פון וועלכע מיר געניסן דא אין די פאראייניגטע שטאטן. אויסגעשלאסן השחתה. בלויז דארט ווילן זיי אז ס'זאל הערשן פולקומע פרייהייט רח''ל. זיי זענען אויפגעשפרינגן מיט אומבאגרעניצטע פרייד נאכדעם וואס די מאסן מערדערייען האבן זיך אפגעשפילט... אה... אצינד קען מען שוין אוועק נעמען נאך א פרייהייט פון די באפעלקערונג... אצינד גייט שוין די רעגירונג באקומען מער מאכט און קאנטראל אויף די מענטשהייט.

די פארהאסטע סאציאליסטן נוצן אויס די שרעקליכע טראגעדיע צו שטיפן זייער עקלהאפטיגע ליבעראלע פאליטיק און זייער סאציאליסטישע אגענדע.... סארא שאנדע ....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1626
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

הודעהדורך שמערל » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 7:37 pm

די רעכט פאר א מענטש צו טראגן געווער קומט ארגיננעל פון די ענגלישע ביל אוו רייטס וואס איז הונדערט יאר עלטער פון די פאראייניגטע שטאטן.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1049
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1240 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:06 am

קאך לעפל, די רעדסט שיינע זאכן, אבער ווען 35,000 מענטשען ווערן גע'הרגעט א יאהר פון גאנ'ס איז צייט צו איבערטראכטען וואס עס שטייט אין א אלטע צעטיל פון 250 יאהר צוריק.
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 690
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 728 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:11 am

איינשטימיג. דאס האב איך געשריבן. די פרייהייט צו לעבן, איז בעפאר יעדע סארט פרייהייט. נאר איידער מ'מאכט פרישע רעגולאציעס, איינצוימונגען, אפשאפונגען, וועלכע ווערן אין אלגעמיין געשטיפט דורך א לינקע אגענדע, דארף מען ערשט ארבייטן אויף אלטערנאטיווע לעזונגען - וועלכע פארלעצן נישט קיין פרייהייטן און רעכטן. א שטייגער ווי צו אינדענטיפיצירן געפארפולע און גייסטיש-בארירטע פארשוינען צייטליך.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1626
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 1:31 pm

נאכדעם וואס דער סופרים קארט האט ארויסגעגבן זייער קאָנטראָווערסיאַלער אורטייל - אז דער רעגירונג האט נישט רעכט צו שטערן מענטשן פון צו פארברענען דעם אמעריקאנער פאן, ווארום עס איז א פארלעצונג אינעם פרייהייט פון אויסדרוק, זענען די קאָנסערוואַטיווער און די אמעריקאנער נאציאליסטן געגאנגן באנקערס... זיי האבן ממש געשטורעמט, אזאנס? פארברענען דעם פאן פון לאנד? טשיף יוסטיץ סקאַליאַ האט דאס דאן זייער גוט אראפגעגעבן: ווען וואלט ווען געווען א קעניג, וואלט איך ווען באלד געהאנגן די פאן פארברענער אינעם צענטער פון מארק ... זאגאר די קאנסטאטוציע איז דער געזעץ אין די פאראיינגטע שטאטן, און יעדע בירגער פארמאגט רעכטן, וועלכע מען קען אויף קיין שום פאל נישט אוועק נעמען אדער אפשאפן.

אין די ווירקליכקייט איז פארהאן עפעס א אונטערשיד: מערסטייל פון די פרייהייטן וואס דער קאנסטעטוציע שענקט זענען הומאנעריאיסטישע - א שטייגער די פרייהייט פון רעדן, פון די פרעסע, פון זיך פארזאמלן, רעליגיעזע פרייהייט, דער רעכטן צו אן אדוואקאט, דער רעכט פאר א שנעלער גריכטליכער פארצעס, אפילו די רעכט אז איר מוזט נישט אריינלאזן קיין זעלנער אין אייער שטוב אין קריגס צייטן, זענען אלע מער ווייניגער הומאנעריאיסטישע פרייהייטן און רעכטן. דער צווייטער אדמענטמענט - דער פרייהייט פון טראגן און באזיצן וואפן, איז ווארשיינליך דער איינציגסטער פרייהייט וועלכע איז אויבערפלעליך גארנישט פארבינדן מיט הומאנעריע, א.ד.ג. פילייכט גאר קאפויער. פארט ווערט דאס באטראכט אין די אויגן פון געזעץ גענוי ווי אלע אנדערע רעכטן.

ווי אבסורד און מ'קען אפילו זאגן אוממארליש דער רעכט פון באזיצן וואפן איז, פארט איז דאס א פרייהייט וועלכע קיינער אויף די וועלט קען פון אייך נישט אוועקנעמען. באגרעניצן? דאס יא. און ס'איז ווירקליך צום האפן אז אין אזא עפאכע אין וועלכע מיר לעבן היינט ווי עס בושעוועט א עפּידעמיע פון האס און גייסטישע קראנקהייטן, וועלן טאקע די געזעץ געבער אין וואשינגטאן טאן עפעס זאכליך...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1626
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

הודעהדורך yerushalmi » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:31 pm

הער איך וואס מען זאגט לגבי גאן קאנטראל אבער וואס קען מען טוהן ביי אזא מצב וואס איז געווען נעכטען פארטאגס אין וויליאמסבורג ווען אפאר צולאזטע יונגען האבען געטיילט מכות פאר אידן וואס זענען געווען אויפן וועג צום ביהמ"ד איז בכלל עפעס דא צו טוהן וועגען דעם חוץ שלום מאכן מיטן מצב אז מיר זענען אין גלות?
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: די מאסן-מערדעריי עפּידעמיע אין אמעריקע

הודעהדורך גראף » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:20 pm

אפשר דארף מען צוריק די אלטע אריגענעל שומרים, בעיקרי בויס, JDL וכו'? איך ווייס אז היינט איז אנדרעש און מען דארף לויט מאנכע פארמאכן שומרים אבער מיט די כוליגאנעס איז נאר דא איין שפראך וד''ל. טאקע נישט די בעסטע אפציע אבער פון לויפן צו די מידיע און פאליטישען'ס גייט עס נישט אויף הערן. עס דארף זיין עפעס א פחד אזא געוויסען ביי די חי'ס אז ס'איז מעגליך דא פעיבעק.
קוק נאר ווי די חברה האבן באגאסען עטליכע פאליציי אפיצירן מיט וואסער און זיי האבן פשוט אוועק שפאצירט! צוואנציג יאר צוריק וואלטן זיי גענומען זייער בעטאן און געפלעטערט קעפ! עס איז זיי קיינמאל נישט איין געפאלן אזא געוואגטע חוצפה ווייל דאס איז פשוט געווען די מציאות און קיינער האט זיך נישט דערוואגט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 848
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 665 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 475 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט