גיימער אהיים, אדער נעם אינז אהיים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך הדסים » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:00 pm

איך ווייס נישט וואס ענק גלייבן, אבער איך האב מקבל געווען פון מיינע עלטערן אז ס'וועט אראפקומען פון הימל א ביהמ"ק, און יעדע מצוה וואס מען טוט לייגט מען צו א שטיין וכו'

סאו אדער וועט אלעס געשען, אדער נישט. נישטא קיין שום סיבה זיך מטריח זיין מיט די אלע זאכן לענ"ד.
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:08 pm

איך האב מקבל געווען פון מיינע עלטערן אז ס'דא א תורה מיט א שולחן ערוך און וואס ס'שטייט דארט אז מ'זאל טון דאס טוט מען, די אלע אנדערע זאכן נבואות'ן און עתידות אויף דעם שטייט בהדי כבשי דרחמנא למה לך, ס'האט מיט אונז נישט קיין שייכות, און אונז ווייסן אפילו נישט פונקטליך וואס די אלע זאכן דארפן צו מיינען.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

Re: גיימער אהיים, אדער נעם אינז אהיים

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:12 pm

איינער האט דערמאנט בויען א ביהמ"ק? מ׳רעדט פון גיין וואוינען אין א"י. עס איז נישט די זעלבע זאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8591
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8058 מאל

הודעהדורך הדסים » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:28 pm

איך רעד פון אלע מצוות.

איך טו נישט קיין מצוות וואס שטייט אין גמ', און איך האב נישט קיין פראבלעם צו עובר זיין אויף א גמ' אויב איז אזוי איינגעפירט אין מיין משפחה/קהילה. און איך מיין אז דאס איז די מציאות ביי רוב כלל ישראל.
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:41 pm

הדסים האט געשריבן:איך רעד פון אלע מצוות.

איך טו נישט קיין מצוות וואס שטייט אין גמ', און איך האב נישט קיין פראבלעם צו עובר זיין אויף א גמ' אויב איז אזוי איינגעפירט אין מיין משפחה/קהילה. און איך מיין אז דאס איז די מציאות ביי רוב כלל ישראל.


זייט מוחל, טיט זאפארט תשובה, און נעמט אייך פאר צו טאן אלע מצוות און אלעס וואס די הייליגע חז''ל האבן באפוילן.

בכבוד רב.
קאך.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1626
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1737 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:39 pm

הדסים האט געשריבן:איך רעד פון אלע מצוות.

איך טו נישט קיין מצוות וואס שטייט אין גמ', און איך האב נישט קיין פראבלעם צו עובר זיין אויף א גמ' אויב איז אזוי איינגעפירט אין מיין משפחה/קהילה. און איך מיין אז דאס איז די מציאות ביי רוב כלל ישראל.

און די זיך פאטשן אין בייכל אז דו ביזט בעסער פון דער וואס גלייבט יא באמת, און אויפקומען מיט בולשיט תירוצים פארוואס דו ביזט נישט מקיים די אלע זאכן, טוסטו אויך נאר דעפאר ווייל אזוי איז איינגעפירט אין דיין משפחה/קהילה?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

הודעהדורך yerushalmi » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:39 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פאלט מיר יעצט ביי אז מ'דארף שוין נישט קויפן קיין עסן און קליידונג, אט אט קומט דאך דער הייליגער משיח, און ס'וועט וואקסן גלוסקאות מיט כלי מילת, און איינער וואס קויפט יא רח"ל איז א כופר בכל הנביאים רח"ל.

ווען ס'קומט צו מקיים זיין דעם רצון השם האט מען תירוצים ביז איבער'ן קאפ, און מ'קען זיך נאך פאטשן אין בייכל אז מ'האט יוצא געווען. הדא הוא דכתיב אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה, וואס איז דאס דין און וואס איז דאס תוכחה? אויף דין קען מען זיך נאך פארענטפערן, תוכחה מיינט אז פון דיינע אייגענע מעשים וועט מען דיך אויפווייזן דיין פאלשקייט.

ווען די אידן זענען געגאנגן און גלות בבל האט ירמיה הנביא זיי געזאגט אז אפי' זיי גייען ווערן אויסגעלייזט נאך 70 יאר זאלן זיי קויפן הייזער פלאנצען גערטנער וכוי' זיך איינגלידן און מסדר זיין וכ"ש ביי די גלות ווען מיר ווייסן נישט ווען מיר גייען ווערן אויסגעלייזט דארף מען ווייטער קויפן הייזער וכוי' פליז פרעג איבער די שטארקע קשי'
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 7:38 pm

אויב גשמיותדיגע באדערפענישן דארף מען זיך באזארגן, איז דאך ק"ו אבי אבות הק"ו אויף אזא הייליגע מצוה.

און גראדע האט מען דיר נישט געמיינט, דו וואוינסט דאך שוין סייווי אין ירושלים עיה"ק...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

הודעהדורך yerushalmi » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 11:10 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב גשמיותדיגע באדערפענישן דארף מען זיך באזארגן, איז דאך ק"ו אבי אבות הק"ו אויף אזא הייליגע מצוה.

און גראדע האט מען דיר נישט געמיינט, דו וואוינסט דאך שוין סייווי אין ירושלים עיה"ק...

ס'זעהט אויס אז די האסט נישט געכאפט די פוינט
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך הדסים » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 11:15 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:איך רעד פון אלע מצוות.

איך טו נישט קיין מצוות וואס שטייט אין גמ', און איך האב נישט קיין פראבלעם צו עובר זיין אויף א גמ' אויב איז אזוי איינגעפירט אין מיין משפחה/קהילה. און איך מיין אז דאס איז די מציאות ביי רוב כלל ישראל.

און די זיך פאטשן אין בייכל אז דו ביזט בעסער פון דער וואס גלייבט יא באמת, און אויפקומען מיט בולשיט תירוצים פארוואס דו ביזט נישט מקיים די אלע זאכן, טוסטו אויך נאר דעפאר ווייל אזוי איז איינגעפירט אין דיין משפחה/קהילה?


דער וואס גלייבט באמת שטייט די בעסטע.
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 12:52 pm

הדסים האט געשריבן:איך רעד פון אלע מצוות.

איך טו נישט קיין מצוות וואס שטייט אין גמ', און איך האב נישט קיין פראבלעם צו עובר זיין אויף א גמ' אויב איז אזוי איינגעפירט אין מיין משפחה/קהילה. און איך מיין אז דאס איז די מציאות ביי רוב כלל ישראל.

הדסים: סאו דו הערסט נישט מגילה ליינען. דו צינדסט נישט אן קיין חנוכה ליכט. דו וואשסט דיך נישט צו עסן ברויט. (דו מאכסט אויכעט נישט קיין המוציא.). דו הערסט תקיעת שופר בלאזן אום ר"ה שחל להיות בשבת. דו טראגסט נישט מיט'ן (טמא'נעם) עירוב. דו עסט טשיעז בוירגערס. ביטע זיי פארזיכטיג ווען דו קאכסט אפ א ציגעלע אין מילעך, אז דו זאלסט נאר נוצן די מילעך פון א פרעמדע ציגעלע. נישט פון זיין מאמע. אויך קענסטו עסן א סטעיק פאר ברעקפעסט. און דו קענסט צו עסן א סענדוויטש פון פוטער ברויט מיט אמעריקען טשיעז...! איך זאג דיר אז איך בין דיך אמת'דיג מקנא...אה, איך ווייס שוין פארוואס דו האלטסט נישט פון די גמרא. פאר 2 טעמים. איינס. ווייל ס'האט צו טון מיט דף היומי, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. אויכעט ווייל ס'איז ארטסקראלל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך הדסים » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 5:06 pm

איך וועל זיך בעסער מסביר זיין, ווייל ס'זעהט אויס מען האט מיר נישט פארשטאנען.

איך הער מגילה, איך צינד חנוכה ליכט, אא"וו. פונקט ווי אלע ערליכע אידן. אזוי טוט מיין משפחה און קהילה. און טאקע דאס איז די סיבה פארוואס איך טו עס.

אויב וואלט נישט געווען איינגעפירט ביי אונז צו צינדען חנוכה ליכט, קענסטו ברענגען אלע מקורות אין די וועלט, און ס'וואלט (כמעט) קיינעם נישט אינטערסירט.
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 5:18 pm

יעדער פארשטייט זייער גוט. אוי לעינים שכך רואות ואוי לאזנים שכך שומעות.

ווען מ'לייענט אזעלכע כפירה און מינות שרייט זיך ארויס די ווערטר פון די היילגע קינה פונעם מהר''ם ראטטענבערג, וואס ער האט פארפאסט אויף שריפת התורה:

אֵיכָה נְתוּנָה בְּאֵשׁ אוֹכְלָה תְּאֻכַּל בְּאֵשׁ בָּשָׂר וְלֹא נִכְווּ זָרִים בְּגַחֲלָיִךְ:
עַד אָן עֲדִינָה תְּהִי שׁוֹכְנָה בְּרֺב הַשְׁקֵט וּפְנֵי פְרָחַי הֲלֹא כָסּוּ חֲרֻלָּיִךְ:
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1626
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1737 מאל

הודעהדורך הדסים » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 5:24 pm

אויב יעדער פארשטייט יא, פארשטיי איך נישט.

דו עגריסט מיט מיר אז כמעט אלע היימישע אידן זענען אזוי? אויב יא, איז די ווייטאג אז איך זאג עס, אדער די מציאות איז די ווייטאג?
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 5:28 pm

חלילה וחס.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1626
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1737 מאל

הודעהדורך זורח » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 5:32 pm

טאקע יעצט תשעה באב געזאגט דעם רייכן קינות ציון הלא תשאלי פון ר' יהודה הלוי
אט דא איז א פרייע יודישע פאעטישע איבערזעצונג

מיין ליבשאפט צו ארץ ישראל – באזירט אויף ר’ יהודה הלוי’ס ציון הלא תשאלי לשלום אסיריך

ארץ ישראל מיין ליבע היים, מיין הארץ עס בענקט נאך דיר
יא איך בין אויפן וועג כמעט דארט, האלט פאר מיר די טיר

די הייליגע לאנד פון מיינע אבות, דער אלטער היים מיינס
מיין נשמה מיין תורה מיין פאלק מיין לאנד, אנגעקניפט זענען מיר איינס

וויאזוי צו וויינען נאך דיר, איך האב שוין פארגעסן אצינד
אבער ווען פון דיר איך טראכט, מיט פרייד מיין הארץ זינגט

דיין ליכטיקייט דיין הייליגקייט דיין הימלישקייט, אזוי שיין
פילט אן איעדעס צעל פון מיין גוף, פון גרויס ביז קליין

זאל מיר גאט ברוך הוא די זכיה געבן, א תפלה איך טו בעטן
צו שפאצירן אויף דיינע שטיינער, וואס נביאים האבן אויף איר געטון טרעטן

אוי ווען איך זאל פליגלען פארמאגן, וואלט איך זיך געטון צו איילן
צו פליען צו דיר, אונטער דיין שאטן צו פארברענגן און וויילען

צו קישען דיינע שטיינער, און לעקן די זאמד אונטער מיין פיס
בארוועסיג צו גיין אויף דיינע חרבות, אוי איז דאס זיס

וואספארא טעם האט דען, עסן און טרינקען און א פרעמד פלאץ
ווייט פון דיין שיינקייט און זיסקייט, וואס האט נישט קיין ערזאץ

אז הקב”ה האט געגלוסט, דוקא אין דיר צו וואוינען
ווי קען איך אפילו טראכטן, צו עס וועט זיך מיר לוינען

ניין ניין איך האב נישט און דיר פארגעסן, קיינמאל
איך קום צו דיר, אריבערשפרינגענדיג בערג און טאל

באלד וועט דער פרימארגן זון אויפשיינען, מיט איר פולען גלאנץ
מיר וועלן זיך ארומהאלזן מיט א געוויין פון פרייד, און ארויסגיין און א טאנץ

איך צוזאמען מיט די גאנצע משפחה, און מיט אלע יודן
וועלן מיר אייביג שוין זיצען צוזאמען, און זיין צופרידן
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 151 מאל

הודעהדורך זורח » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 5:47 pm

די וואך פרשת ואתחנן זעהט מען דאך אין חז"ל וועגן די 515 תפלות וואס משה רבינו ע"ה האט מתפלל געווען אריינצוקומען אין ארץ ישראל

נישט ווייניגער פון 20 מאל ווערט ארץ ישראל דערמאנט אין פרשת ואתחנן
אֶעְבְּרָה־נָּ֗א וְאֶרְאֶה֙ אֶת־הָאָ֣רֶץ הַטּוֹבָ֔ה אֲשֶׁ֖ר בְּעֵ֣בֶר הַיַּרְדֵּ֑ן
וְהוּא֙ יַנְחִ֣יל אוֹתָ֔ם אֶת־הָאָ֖רֶץ אֲשֶׁ֥ר תִּרְאֶֽה
לְמַ֣עַן תִּֽחְי֗וּ וּבָאתֶם֙ וִֽירִשְׁתֶּ֣ם אֶת־הָאָ֔רֶץ
לַעֲשׂ֣וֹת כֵּ֔ן בְּקֶ֣רֶב הָאָ֔רֶץ אֲשֶׁ֥ר אַתֶּ֛ם בָּאִ֥ים שָׁ֖מָּה לְרִשְׁתָּֽהּ
לַעֲשֹׂתְכֶ֣ם אֹתָ֔ם בָּאָ֕רֶץ אֲשֶׁ֥ר אַתֶּ֛ם עֹבְרִ֥ים שָׁ֖מָּה לְרִשְׁתָּֽהּ
אֶל־הָאָ֣רֶץ הַטּוֹבָ֔ה אֲשֶׁר֙ ה' אֱלֹקיךָ נֹתֵ֥ן לְךָ֖ נַחֲלָֽה
וִֽירִשְׁתֶּ֕ם אֶת־הָאָ֥רֶץ הַטּוֹבָ֖ה הַזֹּֽאת
וְנוֹשַׁנְתֶּ֖ם בָּאָ֑רֶץ
מֵעַ֣ל הָאָ֔רֶץ אֲשֶׁ֨ר אַתֶּ֜ם עֹבְרִ֧ים אֶת־הַיַּרְדֵּ֛ן שָׁ֖מָּה לְרִשְׁתָּ֑הּ
לָֽתֶת־לְךָ֧ אֶת־אַרְצָ֛ם נַחֲלָ֖ה כַּיּ֥וֹם הַזֶּֽה
וּלְמַ֨עַן תַּאֲרִ֤יךְ יָמִים֙ עַל־הַ֣אֲדָמָ֔ה
וּלְמַ֙עַן֙ יִ֣יטַב לָ֔ךְ עַ֚ל הָֽאֲדָמָ֔ה
וְעָשׂ֣וּ בָאָ֔רֶץ אֲשֶׁ֧ר אָנֹכִ֛י נֹתֵ֥ן לָהֶ֖ם לְרִשְׁתָּֽהּ
לְמַ֤עַן תִּֽחְיוּן֙ וְט֣וֹב לָכֶ֔ם וְהַאֲרַכְתֶּ֣ם יָמִ֔ים בָּאָ֖רֶץ אֲשֶׁ֥ר תִּֽירָשֽׁוּן
לַעֲשׂ֣וֹת בָּאָ֔רֶץ אֲשֶׁ֥ר אַתֶּ֛ם עֹבְרִ֥ים שָׁ֖מָּה לְרִשְׁתָּֽהּ
כַּאֲשֶׁר֩ דִּבֶּ֨ר ה' אֱלֹקי אֲבֹתֶ֙יךָ֙ לָ֔ךְ אֶ֛רֶץ זָבַ֥ת חָלָ֖ב וּדְבָֽשׁ
וְהָיָ֞ה כִּ֥י יְבִיאֲךָ֣ ה' אֱלֹקיךָ אֶל־הָאָ֜רֶץ אֲשֶׁ֨ר נִשְׁבַּ֧ע לַאֲבֹתֶ֛יךָ
לְמַ֙עַן֙ יִ֣יטַב לָ֔ךְ וּבָ֗אתָ וְיָֽרַשְׁתָּ֙ אֶת־הָאָ֣רֶץ הַטֹּבָ֔ה
לְמַ֙עַן֙ הָבִ֣יא אֹתָ֔נוּ לָ֤תֶת לָ֙נוּ֙ אֶת־הָאָ֔רֶץ
כִּ֤י יְבִֽיאֲךָ֙ ה' אֱלֹקיךָ אֶל־הָאָ֕רֶץ אֲשֶׁר־אַתָּ֥ה בָא־שָׁ֖מָּה לְרִשְׁתָּ֑הּ


ס'איז כדאי אפצולערנען דעם הפלא'דיגן עמדין אין די הקדמה צום סידור בית יעקב וואו ער גייט אריין אין גאר א לאנגע שמועס וועגן די מעלה פון וואוינען אין ארץ ישראל, און איז פיל מיט וואונדער וויאזוי קען זיין אז יודן מדקדקין במצוות זענען מזלזל און מתעצלין און די מצוה החביבה הזאת
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=20
באות ו' ידוע שחובת מתפלל לכוין גופו כנגד ירושלים
און פירט אויס מיט די ווערטער
חזרנו לענין, מי שעושה בלבו הסכמה מוחלטת לעלות לא"י כשתשיג ידו, ומתעכב בחו"ל מפני ההכרח, אז תועיל לו כוונתו הטובה ותעלה לו, ותקובל תפילתו כאילו עומד בא"י נגד שער השמים, ויעזרוהו להוציא מחשבתו לפועל ממש לקיים
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 151 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:08 pm

ווען דער נביא ירמיה האט פאראויסגעזאגט אז נבוכדרצר וועט קומען אויף ירושלים, צושטערן דאס בית המקדש און פארטרייבן די אידן קיין בבל, האט ער אויך פאראויסגעזאגט אז נאך זיבעציג יאר וועט דער קעניג זיי לאזן זיך אומקערן צו זייער היימלאנד. אויך האט ער זיי אנגעווארנט מיטצונעמען מאפעס און זיך אנצייכענען דאס וועג וואו זיי ווערן פארטריבן, אז ווען די צייט וועט קומען זאלן זיי קענען זיך גלייך אומקערן אן פארזוימונגען, און אזוי האט ער געזאגט:

"הַצִּיבִי לָךְ צִיֻּנִים - שטעל דיר אוועק מארקירונגען,
שִׂמִי לָךְ תַּמְרוּרִים - לייג דיר אראפ וועג-צייכענעס,
שִׁתִי לִבֵּךְ לַמְסִלָּה - לייג צו דיין הארץ צום שטראז,
דֶּרֶךְ הָלָכְתְּ - די וועג אויף וואס דו גייסט,
שׁוּבִי בְּתוּלַת יִשְׂרָאֵל - קער זיך אום מיידל פון ישראל,
שֻׁבִי אֶל עָרַיִךְ אֵלֶּה - צו דיזע שטעט די דייניגע."

"עַד מָתַי תִּתְחַמָּקִין - ביז ווילאנג נאך וועסטו זיך ארויסדרייען,
הַבַּת הַשּׁוֹבֵבָה - דאס שטיפעריש טאכטערל,
כִּי בָרָא הוי"ה חֲדָשָׁה בָּאָרֶץ - דען גאט האט געשאפן עפעס נייעס אויפ'ן וועלט,
נְקֵבָה תְּסוֹבֵב גָּבֶר - אז די פרוי (כנסת ישראל) וועט שטרעבן נאך דעם מאן (הקב"ה - היפך מדרך העולם שהאיש מחזר אחר האישה - קידושין ב:)"
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 6:47 pm

הדסים האט געשריבן:דו עגריסט מיט מיר אז כמעט אלע היימישע אידן זענען אזוי? אויב יא, איז די ווייטאג אז איך זאג עס, אדער די מציאות איז די ווייטאג?

איך שטים איין הונדערט פראצענט אז רוב היימישע אידן זענען אזוי, דא רעדט מען דאך אבער פונעם פערספעקטיוו פון א מאמין וועם ס'אינטערעסירט יא דעם רצון השם. אז דו האלטסט אז אידישקייט איז פשוט monkey see monkey do וואלסטו געדארפט מוסר מודעה זיין גלייך ביים ערשטן תגובה דיינער "רבותי, לדעתי קען מען פארמאכן גאנץ קאווע שטיבל, מ'קען אויפווייזן מציאות הבורא - ווייל אזוי האט מען מיר אויסגעלערנט, תולי מאסטער איז א שגץ און מ'טאר נישט לערנען קיין ענגליש - ווייל אזוי האט מען מיר אויסגעלערנט, מ'טאר נישט לייגן בילדער פון פרויען - ווייל אזוי האט מען מיר אויסגעלערנט, בעלזע רב האט מען איינגערעדט און בחירות איז ביהרוג ואל יעבור - ווייל אזוי האט מען מיר אויסגעלערנט, מ'דארף נישט מקיים זיין יישוב א"י - ווייל אזוי האט מען מיר אויסגעלערנט, און ר' יענקעלע האט געשטעמפלט א זמירות - ווייל אזוי האט מען מיר אויסגעלערנט" ושלום על ישראל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

הודעהדורך הדסים » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 1:06 pm

כאטשיג זענען מיר אויף די זעלבע פעידזש. איך בין אזוי ווי רוב היימישע אידן, און דו האסט אן אנדערע פערספעקטיוו פון א מאמין. (איך בין באמת נייגעריג צו פארשטיין דיין מהלך, אויב דו קענסט אמאל מאכן צייט).

יעצט צו דיין שאלה. ווען מ'רעדט טעאלאגיש (מציאות הבורא, געשטעמפלט א זמירות), וואס האב איך אריינצורעדן?

אבער זאכן וואס זענען נוגע צום עולם הגשמי, דא האלט איך אז איך פארשטיי יא. אויב איז עס לדעתי א גוטע זאך, לאמיר זען צו מ'קען עס מתיר זיין. אויב ס'איז א נייע חומרא, האב איך גשריבן וואס איך האב געשריבן אין די אשכול.
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 1:21 pm

הדסים האט געשריבן:יעצט צו דיין שאלה. ווען מ'רעדט טעאלאגיש (מציאות הבורא, געשטעמפלט א זמירות), וואס האב איך אריינצורעדן?
הייסט עס אז טעאלאגיש גערעדט ביזטו מודה אז גאט האט געהייסן אין זיין תורה אז מ'זאל וואוינען אין א"י?

איז איינער וואס גלייבט אז גאט האט אונז געגעבן ביים בארג סיני 613 געבאט, און ווער ס'טוט די אלע געבאטן וועט אים וואויל זיין און ווער נישט וועט אים זיין ביטער, דארף ער טאקע זעהן זיי צו טון.

הדסים האט געשריבן:אבער זאכן וואס זענען נוגע צום עולם הגשמי, דא האלט איך אז איך פארשטיי יא. אויב איז עס לדעתי א גוטע זאך, לאמיר זען צו מ'קען עס מתיר זיין.

לשיטתך קען מען גארנישט מתיר זיין, מ'דארף אלץ קוקן וואס די ארומיגע טוען און דאס דארף מען טון, די בייבל תלמוד שו"ע און פוסקים זענען בכלל נישט רעלעוואנט.

כלפי מה דברים אמורים: כ'האב א חבר וואס האט א טאטע א קאטאליק, זיין מאמע א אידיש קינד האט ליידער (לשיטתך האט זי זייער גוט געטון, ווייל איר מאמע און באבע האבן אויך אזוי געטון) חתונה געהאט מיט א גוי, און ביי זיי פירט מען זיך צו גיין אין קירכע יעדן זונטאג. לעצטנס זאגט ער מיר אז ער האט שוין מער נישט קיין נערוון צו גיין, און ער פרעגט מיך וואס צו טון, זאג איך איהם אז קאטויליציזם איז עבודה זרה און אין גמרא און שו"ע שטייט אז מ'טאר נישט אריינטרעטן אין א בית עבודה זרה. פרעגט ער מיר צוריק "און דו מיינסט אז מיינע עלטערן און רביס ווייסן נישט וואס דו ווייסט?", האב איך אים געענטפערט אז זיינע עלטערן און רביס זענען גוים, און קאטויליציזם איז עבודה זרה בשיתוף וואס דאס איז מותר פאר גוים. יעצט אבער קומט הרב ענף עץ עבות און איז אונז מגלה א מורא'דיגע גילוי, אז די גמרא און שו"ע זענען ניטאמאל ווערד אויף טוילעט פאפיר (משום ביזוי כתבי הקודש..), מ'דארף פשוט טון וואס די ארומיגע טוען, זאל איך איהם טאקע יעצט אנרופן זאגן אז ער מוז יא גיין מארגן אין קירכע?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום מוצ"ש אוגוסט 17, 2019 9:12 pm, רעדאגירט געווארן 4 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:27 pm

רביה"ק זי"ע: איך מיין אז אונז האמיר נישט גוט מדייק געווען אין די ווערטער און שיטה פון ראביי הדסים.אויף די שאלה צי ער האלט פון די גמרא האט ער געענטפערט אז ניין. האט מען איהם געפרעגט. א"כ ביזסטו דאך נישט מקיים די מצוות עשה דרבנן. און אויכעט די לא תעשה'ס מדרבנן האלטסטו נישט איין. אויף דעם האט דער חשוב'ער רב געענטפערט אז ער צינדט יא חנוכה ליכט (מצוה דרבנן) און וואשט זיך יא צו ברויט (מצוה דרבנן) ווייל ס'איז אזוי איינגעפיהרט... איז דאך משמע אז די אלע מצוות עשה ולא תעשה מדאורייתא האלט ער יא איין ...! אן סטיפיולעישאנס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך הדסים » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 10:24 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לשיטתך קען מען גארנישט מתיר זיין, מ'דארף אלץ קוקן וואס די ארומיגע טוען און דאס דארף מען טון.

אייביג קען מען פראבירן צו מתיר זיין א זאך, טאקע מיט די מהלך וויאזוי די סביבה פירט זיך.

כ'מיין אונז זאלן פירן די שמועס ווייטער אין ראובן'ס נייע אשכול.
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך מצפצף » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 11:21 pm

ספרי פרשת ראה יב ה
לשכנו תדרשו, דרוש על פי נביא, "יכול תמתין עד שיאמר לך נביא ת"ל לשכנו
תדרשו ובאת שמה דרוש ומצא ואח"כ יאמר לך נביא"
מצפצף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 11:33 pm

מצפצף: אדרבה. אויב דו ווייסט פון איין מענטש אין דעם היינטיגן דור וואס איז בבחינת נביא גיי צו איהם און פרעג איהם...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron