איסור הסתכלות ביי נשים (אויף מענער און אויף פרויען)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 471 מאל

איסור הסתכלות ביי נשים (אויף מענער און אויף פרויען)

שליחה דורך לבי ובשרי »

עס איז זומער אויף דער וועלט, און מייסטנס נשים צדקניות געפינען זיך צווישן די בערג, אפגעזונדערט פון די שטאטישע נישט אידישע פארביי גייער.

דער ריכטיגער סיבה פון אפרייזן קיין קאנטרי אויף די זומער וואכן, איז ביזדערווייל פאר רוב מענטשן אן ענין הכמוס. מאנכע טוען אנדייטן דעם סיבה, אז דאס פארן אין קאנטרי און די קינדער אין קעמפ, איז כדי צו פארמיידן אז זיי זאלן זען (א.ג.) ראיות אסורות. באותו זמן וואס די מענער בלייבן פארוויילן אין שטאט (ביי דער ארבעט).

דאס איז אבער נישט יעצט דער נושא.

אבער מאידך גיסא האב איך געקלערט, אז לפי זה קומט אויס, אז די מענער וואס זייערע פרויען ארבעטן אין שטאט, וואלטן כאטש די מענער געדארפט ארויסגיין אין די קאנטרי אויפן זומער, [און אהיימקומען אין שטאט יעדן דינסטאג אדער שבת]... פונקט ווי דער מציאות איז אז די ארבעטסלאזע פרויען פארוויילן אין קאנטרי על מי מנוחות.

דא ווערט אבער נולד דער פראבלעם, וואס איז אויך נוגע רונדע דעם יאר; וואס טוט זיך מיט ראיות אסורות ביי פרויען? איז ביי זיי אויך דא דער איסור? און אויב יא דאן וועלכער איסור פונקטליך? און בכלל, זענען די דא די זעלבע איסורים און סיבות ביי פרויען ווי ביי מענער?

[center]*[/center]

בהשקפה ראשונה, איז דאס נישט קיין פראגע, ווארום אונזער ליבער תורה באפעלט אונז: לֹא תָתֻרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם אֲשֶׁר אַתֶּם זֹנִים אַחֲרֵיהֶם, און ווי עס שטייט געשריבן אין ספר החינוך (שפז):
"שלא נתור אחר מחשבת הלב וראית העינים, שנאמר (במדבר טו, לט): ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם אשר אתם זנים אחריהם… ונוהגת מצוה זו בכל מקום ובכל זמן, בזכרים ונקבות.


נאך שרייבט דער חינוך (אין מצוה קפח):
"ונוהגת בכל מקום ובכל זמן בזכרים ונקבות. שגם להן אסור להרהר אחר האנשים זולתי בבעליהן, שעליהם ראוי להן להמשיך כל חשקן וחפצן, וכן יעשו בנות ישראל הכשירות".


פארשטייט אבער יעדער בר דעת, אז די אויבנדערמאנטע איז נאר ווען א פרוי קוקט לשם זנות, וואס דאס איז דאך אסאך מער ווי א בליק און א קוק.

און ווי עס שרייבט דער שבט הלוי (ה, קצז, ב):
"ובאמת כן הוא, כי אין להכחיש שאם באמת מסתכלים לשם זנות ואישות עוברים הנשים כמו האנשים, דלֹא תָתוּרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם הוא לאו השוה בכל, שמצווין הנשים על הלאוין כמו האנשים. א"כ אין ספק שצודק התנא הקדוש ר' יוסי שגם אשה לא תזון עיניה מאיש שאינו שלה, אבל 'ותזון עיניה' היא יותר מהבטה וראיה סתם, כאשר מורה הלשון, אבל לראות סתם ויביטו באנשים בלי לזון עיניהם, דהיינו בלי מחשבה של אישות, כמו שרואים הם כרגיל מבית הכנסת של הנשים, בודאי לא מצינו לאבותינו ורבותינו שחששו לזה".
זע אויך אין יפה ללב (ד, אה"ע כא, ג) און אין אגרות משה (א, אה"ע סט).

וואס טוט זיך אבער שלא לשם זנות? פארשטייט זיך אז די רעדע איז דאך פון נשים כשרים, אבער עס איז דאך פארט זומער, און די שיקסעס שפאצירן כאחת הנשים די מאקסימאלסטע נאקעט וואס נאר מעגליך עפ"י חק.

דא דארפן מיר שוין א בליק טאן איבער דעם אנדערן מקור האיסור, וואס דאס איז דער איסור פון "ונשמרת".

איז ווי פאלגענד. דער גאנצער איסור פון ונשמרת איז דאך שלא יהרהר ביום ויבוא לידי קרי בלילה. דעריבער, ביי פרויען, ביי וועמען עס איז נישט פארהאן דער איסור פון השחתת זרע, וועט ביי זיי נישט לויטן דער איסור "ונשמרת".

און דאס איז לויט די ווערטער פונעם שו"ע (יו"ד שלה, י):
"בחולי מעים אין האיש משמש את האשה, אבל האשה משמשת את האיש".


שרייבט דארט דער ברכי יוסף (שם שלה, ה):
"נראה דאף שהוא חולי מעיים ותבא האשה לידי הרהור, לא חיישינן, דהאשה אינה מצווה על השחתת זרע, דלא מפקדא אפריה ורביה, כמ"ש התוספות פ"ק דיבמות (יב, ב, 'שלש') וריש פ"ב דנדה (ג, א, 'נשים'), ומשום הכי הגם שתבא לידי הרהור והשחתה, אין כאן איסור. והיינו טעמא דקי"ל לקמן סימן שנ"ב (סע' ג) דהאשה כורכת איש מת, דלא חיישינן להרהור דידה. אבל האיש אסור לכרוך אשה מתה, דיבא לידי הרהור והשחתה, דחמירי באיש".


און אזוי שרייבט אויך דער בן יהוידע (סוטה כב.):
"שגם אם בחורה הסתכלה וראתה בחור, אין לה מכשול של קרי כמו שנמצא באיש".


דאס אז דער איסור פון "ונשמרת" לויטעט נישט ביי נשים געפינען מיר אויך אין אגרות משה (אה"ע א, סט,), ווי ער שרייבט ווי פאלגענד:
"ולכן יש חלוק בנשים דבאיסור הרהור מקרא דונשמרת ליתנהו, דאינו גורם להן שום דבר במשמוש, עיין שם בנדה, וכל שכן שלא יגרום בהרהור, ואף שלפעמים רואות דם מחמוד, אין ראיית דם שום איסור. אבל איסור הרהור מקרא דאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם שהוא שלא להרהר לעבור עברת זנות איכא גם בנשים, כמו שאיכא איסור הרהור ע"ז, כדאיתא בחינוך שהבאתי. אבל לאיסור זה אין לחוש בהסתכלות ובראיית בע"ח נזקקין, שכל אלו דרשינן מונשמרת שהוא רק שלא לבא להוצאת זרע לבטלה שליתא זה בנשים. ולחוש שמא תבאנה מזה להרהר לעשות איסורין להבעל לאסור לה, לא מצינו ששייך לחוש לזה בהסתכלות וכדומה, וכדאשכחן שהיו הנשים מותרות להסתכל בר' יוחנן כשסלקו מטבילה (ברכות כ.)".


- א שטאפל ווייטער להיתר געפינען מיר אין שו"ת יביע אומר (א, או"ח ו, ה), אז בלויז ביי מענער איז דאך דא דער פראבלעם פון קישוי אבר ווען מ'קוקט מיט בייזע כוונה אויף פרויען, אבער דאקעגן ביי פרויען איז דאך דער פראבלעם נישט פארהאן. דעריבער, לפי"ז וועט א פרוי מעגן אפילו מהרהר זיין אין איר מאן בעת נדתה. וזה לשונו:
"לגברים יש עוד סוג של הרהורים אסורים, והם הרהורים שגורמים לקישוי האיבר, ועלולים לגרום למקרה לילה. ואפילו באשתו, בעת שהיא נדה, אסור לאיש להרהר באופן שעלול לגרות אותו. ואילו אצל נשים אין כזה חשש. ולכן מותר לאשה להרהר בענייני החיבור, כל זמן שאינה מהרהרת בעבירה. וכן מותר לאשה להרהר בבעלה בעת נדתה".

*
- אלזא, תבנא לדינא וועט לכאורה אויסקומען, אז אלס מצד איסור "ולא תתורו", איז אסור פאר פרויען צו קוקן אויף מענער לשם זנות.

- אלס איסור "ונשמרתם" איז נישט פארהאן קיין איסור, וויבאלד ביי זיי איז דאך נישט שייך דער איסור.

- לויט הרב עובדי' וועט (לפי"ז) א פרוי מעגן מהרהר זיין נאך איר מאן בעת נידתה מטעם הנ"ל.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר