פוטבאל - NFL - American Footbal

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

פוטבאל - NFL - American Footbal

שליחה דורך הדסים »

לכבוד די בעפארשטייענדען יערליכע פוטבאל סעזאן, וועלן מיר פראבירן אביסל ארומרעדן אינעם וויכטיגע נושא.

אין די אלגעמיינע וועלט ווערט די ספורט אנגערופן אמעריקען פוטבאל, אבער פאר אונז איז עס באקאנט (?) אלץ "פוטבאל". עס איז די מערסט פאפולערע ספורט אין אמעריקע.

אנדערש ווי רוב געימס וואס דארפן בעיקר איינצעלנע טאלאנטן, איז פוטבאל באלאנסירט צווישן קעגנזייטיגע כשרונות. צו שפילן אויף א פראפיסיענאלן לעוועל דארף מען פערסאנאל וואס זענען שטארק וואגיג, שטארק אין די הענט, שטארק אין די פוס, שנעל, פלינק, קלוג, ועל כולם, גאר טיפע סטראטעגיע.

די ספיד און פיזישע כח וואס ווערט גענוצט, מאכט עס ממש ווי א מלחמה פון אלטע צייטן. דאס מאכט עס זייער אינטערעסאנט פאר די אמעריקאנע מאסן, און קען אויך ברענגען צו ווערן גאר שטארק פארוואונדעט ל"ע. צוליב דעם, טראגן די שפילערס העלמעטס און אנדערע שוץ קליידער. מיט דעם אלעם פאסירט איבער גענוג אומגליקן.

די געים ווערט גשפילט איבערן לאנד דורך אינגע קינדער (נישט ח"ו היימישע), שפעטער איז דא היי סקול טיעמס, דערנאך די קאלעדז טיעמס, און איבער אלעם די NFL, די נאציאנאלע פוטבאל ליעג.

די NFL סעזאן הייבט זיך אן אין עטליכע וואכן. אין די יעצטיגע וואכן שפילן זיי וואס ווערט אנגערופן פרי-סעזאן. די געימס וועלן נישט ווערן פארעכנט אין די חשבונות פון ווער האט געוואונען, עס איז פשוט א געלעגנהייט צו פראקטיצירן.

דא אין ניו יארק סיטי, האבן מיר 2 טיעמס. די דזייענטס (Giants) און די דזעטס (Jets).

איך וועל פראבירן צו ממשיך זיין. אויב האט איר עפעס א ידיעה אין די ענין, ביטע קום אריין.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר