נייעס אין סאטמאר (מהר"א שליט"א)

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"א שליט"א)

הודעהדורך חוקר ודורש » מיטוואך יוני 26, 2019 10:17 pm

IMG_3808.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk
חסידי קר, ציוני נלהב, חוקר ודורש כל הבא לידי.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 540 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:11 pm

פאלגענד איז דער באריכט פון די פארלאפענע טעג העעל"ט בצל הקודש:

דינסטאג ויקרא
פארגאנגענעם דינסטאג פ' ויקרא אין די אווענט שטונדן, נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז אנגעקומען צוריק קיין ניו יארק, נאך דעם באזוך אין פאטסוויל, אאייווע, ביי די שחיטה פון קהלתינו הק' – ווי שוין באריכטעט – איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין וויליאמסבורג, וואו עס איז געווען זמני כניסה ווי אלע וואכן.
בקודש פנימה איז אפגעראכטן געווארן דער שמחת החאלאקע פון בן הרה"ג ר' הערשל אשכנזי שליט"א נכד האדמו"ר מאלעסק-סטאניסלאוו שליט"א פון לאנדאן וחתן האדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א, ווי אויך פון בני: מוה"ר יואל גליק הי"ו און מוה"ר דוד לייביש ווייסמאן הי"ו.
אויך האט דער רבי שליט"א מנחם אבל געווען ביי האברך מוה"ר זאב ב"ר שלום לוי יצחק ווייסמאן הי"ו ע"פ בתו הילדה ע"ה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א געפארן קיין בארא פארק, וואו דער רבי האט מפאר געווען בראש השמחה ביי די חתונה פון נכדו הצעיר פון מרן אביו רביה"ק הברך משה זי"ע, החתן פצע"ח הרב חיים מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' במאנטרעאל שליט"א עב"ג בת הרה"ג ר' קלמן הלברשטאם שליט"א מנה"ר ישיבה לצעירים אין וויליאמסבורג, בן האדמו"ר מצאנז-גריבוב שליט"א וחתן האדמו"ר מדזשיקוב זצ"ל.
די חתונה איז אפגעראכטן געווארן אין די זאלן פון "תפארת רבקה" וואו עס האט זיך באטייליגט א שיינער ציבור אנ"ש פון אומעטום. דער רבי שליט"א איז אנגעקומען סוף פון די ריקודין. אנקומענדיגן האט געטרונקן לחיים און געוואונטשן מזל טוב פאר'ן חתן און מחותנים. דאן האט מען געבענטשט, און דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט אמירת שבע ברכות.
גלייך דערנאך האט מען אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צום מצוה טאנץ, און א לענגערע צייט האט דער רבי שליט"א געטאנצן די ריקודין מיט א געוואלדיגן התלהבות און ברען. נאך די ריקודין לפני הכלה האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען מיט די ריקודין מיטן חתן, און דאן זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב מיט גיסו הגה"צ מאנטרעאלער רב שליט"א. שפעטער האט דער רבי שליט"א אריינגענומען אינעם רינג גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א און אחיו הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' 15'טע עוו. שליט"א. דערנאך האט מען אויסגעברייטערט דעם רינג, ארייננעמענדיג אלע נכדי מרן רביה"ק הברך משה זיע, ועצי התמרי"ם ימחאו כף פון דעם געהויבענעם מאמענט.

מיטוואך ויקרא
צומארגענס מיטוואך אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען צו תפלת שחרית אין די ישיבה גדולה סניף "עצי חיים". נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א משמיע געווען א תהלים-שיעור, משולב מיט עניני חג הפורים.
אינמיטן טאג איז אפגעהאלטן געווארן ביים רבי'ן שליט"א אן אסיפת הרבנים שליט"א איבער די פארשידענע סארט עופות וואס מ'שעכט אין די היימישע בתי שחיטה.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר זלמן דוב ניימאן הי"ו פון קרית טאהש אבי החתן און מוה"ר ישראל אברהם פעדער הי"ו אבי הכלה.

דאנערשטאג ויקרא
צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין די ישיבה גדולה סניף "ברך משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: הרה"ג ר' יעקב פעלדמאן שליט"א ר"מ בישיבה קטנה קדושת יום טוב, און מוה"ר שמעון יצחק פילעפף הי"ו.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א סוגיא שיעור אין די ענינים וואס מ'לערנט אצינד ביי די שיעורים אין די ישיבה גדולה, און ארומגערעדט איבער די גזירה פון "שמה יעבירנו" משולב מיט עניני פורים.
נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הברית פון בן מוה"ר אברהם יצחק טייטלבוים הי"ו.
פארנאכטס איז דער רבי שליט"א ערשינען ביים זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר מיכל יקותיאל פריעדמאן היו פון קרית טאהש אבי החתן, און מוה"ר משה יצחק האס הי"ו אבי הכלה.
נאך תפלת מעריב האט דער רבי שליט"א מחדש געווען די לבנה, און געוואונטשן א גוטן חודש.

שב"ק פרשת ויקרא-זכור
צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה. מיט "קבלת שבת" איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שלום יוסף סאמעט הי"ו מלמד מומחה ובעל קורא קבוע בביהמ"ד הגדול דקרית יואל.
צום עריכת השולחן איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל השולחנות בבנין מבצר הכוללים צוזאמען מיט די בחורי חמד תלמידי הישיבה גדולה. מיט "אשת חיל" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הב' פצע"ח הרב מאיר אליעזר טייטלבוים נ"י בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א.
מיט "כל מקדש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מוה"ר מיכל בהרר"ש בראנסדארפער שליט"א פון בית שמש, און מיט "מנוחה ושמחה" מוה"ר הערשל בערקאוויטש הי"ו פון אשדוד.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויף די מדרשים פון די פרשת הקבנות אין פרשת ויקרא, און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש.
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' אברהם שמחה הכהן פריעדמאן שליט"א, מיט "ברכת המזון" הרה"ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א, "קה רבון עלם" נכדו הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א פון ירושלים עיה"ק, און מיט "אז ביום השביעי" בנש"ק הרב נפתלי משה ווייס שליט"א פורים-ראב"ד דק"ק קרית יואל.
"סיפורים ועובדות" האט דער רבי שליט"א דערציילט עניני חג הפורים ביי פריעדיגע צדיקים זי"ע.
שבת קודש אינדערפרי איז מכובד געווארן מיט "פסוקי דזמרה" הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו, דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית ואמירת היוצרות. ביים ליינען האט דער רבי שליט"א עולה געווען מפטיר און געליינט די קריאה פון פרשת זכור. מיט "תפלת המוספין" איז מכובד געווארן הרה"ח ר' חיים אהרן קליין הי"ו.
נאכמיטאג איז מכובד געווארן מיט תפלת המנחה מוה"ר ישראל שפיטצער הי"ו.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אודה" הרה"ג ר' נח גפן שליט"א שו"ב און מיט "שיר המעלות" הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די דברות קודש האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויף די פסוקים פון די קריאה פון "זכור" און עס אויסגעטייטשט בדרך מוסר, אז עמלק איז געקומען אויף צוויי אופנים מכשיל צו זיין אידן, איינס במטמוניות, דאס מיינט אז ער האט מכשיל געווען אידן במחשבה שבלב, און דאס צווייטע בגלוי, דאס מיינט אז ער האט מכשיל געווען אידן במעשה. אויף דעם וואס עמלק האט מכשיל געווען אידן במעשה איז דער דער חיוב פון תמחה את זכר עמלק, אבער אויף וואס ער האט מכשיל געווען אידן במחשבה, אויף דעם זאגט דער פסוק אז השי"ת זאגט "מחה אמחה" ווייל די מחשבה דאס איז דער חלק אלקי ממעל וואס דאס דערגרייכט ביז צו השי"ת, און מיט דעם וואס יעדער איז מקיים דעם "תמחה את זכר עמלק" איז מען זוכה אז השי"ת איז מקיים דעם "מחה אמחה" ווען מ'וועט שוין בקרוב זוכה זיין צו מחיית עמלק בביאת משיח צדקינו.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרבני הנגיד ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, מיט "קל מסתתר" הרה"ח ר' חיים אלטר בראך שליט"א, און מיט "שושנת יעקב" הרה"ח ר' שלמה צבי בר"מ עקשטיין הי"ו. אויך האבן די קינדער געזינגן ניגוני שמחה לכבוד שבת-זכור.

מוצא שבת ויקרא-זכור
בקודש פנימה איז אריין מוה"ר ארי' האפפמאן הי"ו מחשובי אנ"ש אין מאנסי וואו דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן אותיות לגומרה של תורה אין די נייע ספר תורה וואס ער האט אריינגעגעבן אין בית מדרשינו הגדול אין מאנסי
אויך זענען אריין בקודש פנימה די מלמדי תשב"ר פון תלמוד תורה "אמרי אמת" דחסידי גור פון בארא פארק, מקבל צו זיין ברכת והדרכת הקודש.

זונטאג צו
זונטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, צום שמחת הברית פון מוה"ר יעקב ברמ"ח הכהן פריעדמאן הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הישיבה סניף "ויואל משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: העסקן החשוב מוה"ר בעריש פעלדמאן הי"ו, מוה"ר ירחמיאל וואלף פריעד הי"ו מלמד במוסדותינו הק', מוה"ר יואל יצחק גרינוואלד הי"ו און מוה"ר מאיר בער קאהן הי"ו פון וויליאמסבורג.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו אבי החתן און מוה"ר דוד שטוהל הי"ו אבי הכלה.
דער רבי שליט"א איז ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צום קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר יואל ברש"ע מיטעלמאן הי"ו פון מאנטרעאל אבי החתן און מוה"ר יעקב יוקל ברי"ב הירש הי"ו אבי הכלה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום זאל פון "כינור דוד" צו באשיינען דעם שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגה"צ הדומ"ץ שליט"א לרגל די שמחת החתונה פון נכדתו הכלה בת לחתנו הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א דומ"ץ קארלסבורג ומו"ץ ב'קהלתינו הק' ב'וויליאמסבורג בן האדמו"ר מקארלסבורג שליט"א עב"ג החתן בן הרה"ג ר' איתמר מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק ווייטצען שליט"א וחתן הגה"צ אבדק"ק גמזו שליט"א.
עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס בהלכה ובאגדה, ובפרט איבער דעם נושא פון פנים חדשות אום פורים. נאכ'ן בענטשן האט דער רבי שליט"א געזאגט "שבע ברכות" און דאן זיך ארויסגעלאזט אין א שיינעם ריקוד מיטן חתן און מחותנים און עקסטער מיט'ן דיין שליט"א.

מאנטאג צו
דעם פאלגענדן מאנטאג אינדערפרי בעפאר'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד צום שמחת הברית פון בן מוה"ר משה ברוך כ"ץ הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
שחרית האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין די ישיבה גדולה סניף "דברי יואל". נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א תהלים-שיעור. שפעטער זענען אריין בקודש פנימה די בחורים וואס האבן זיך געגרייט ארומצוגיין בימי הפורים לטובת די צדקה קאסע "אבני חסד" פאר וועמען דער רבי שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשן.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חתונה צווישן המחותנים מוה"ר יחזקי' פייוויל ווייס הי"ו אבי החתן און מוה"ר יוסף יודא פישער הי"ו אבי הכלה.
דער רבי שליט"א איז ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש צו "קריאת התנאים" צווישן המחותנים מוה"ר חיים אלי' פעלבערבוים הי"ו אבי החתן און מוה"ר יואל בהר"ר יעקב פארגעס הי"ו אבי הכלה.

דינסטאג צו
אום דינסטאג פ' צו אינדערפרי בעפאר'ן דאווענען דער רבי שליט"א איז ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, צום שמחת הברית פון בן מוה"ר יואל ב"ר קאפל שעהנברוין הי"ו.
שחרית האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין די ישיבה גדולה סניף "ויואל משה". נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א תהלים-שיעור.

מיטוואך צו, תענית אסתר
מיטוואך ביום תענית אסתר אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הברית פון בן מוה"ר ליפא ברש"ל וויינבערגער הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר דוד שמואל ברמ"י גאלדבערגער הי"ו און מוה"ר ישראל לעבאוויטש הי"ו פון מאנסי.

ליל פורים
אום תעית אסתר נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ערשינען מלובש בבגדי שבת צו תפלת המנחה. פאר'ן עמוד האט פארגעדאווענט הרה"ח ר' מענדל לעווי הי"ו. ביים ליינען האט דער רבי שליט"א עולה געווען שלישי.
ביי מעריב איז געווען דער בעל תפלה הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק הי"ו. גלייך נאך מעריב האט דער רבי שליט"א אנגעטון דעם טלית און פארגעליינט די מגילה מיט א געוואלדיגן התרגשות, ובפרט ביי עטליכע פסוקים ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט געפייערט מיט א געוואלדיגן קאך. דאס ליינען די מגילה האט זיך פארצויגן אויף בערך א שעה-און-א-פערטל.
שפעט אין די נאכט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל השולחנות צום עריכת השולחן לכבוד הלילה. מ'האט מאריך געווען בשירות ותשבחות, און דער רבי שליט"א האט מכבד געווען מיט "אשר הניא" הרה"ח ר' זלמן לייב שווארטץ הי"ו פון בני ברק, און מיט "שושנת יעקב" הרה"ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א מנה"ר ישיבה קטנה בקרית יואל.
דער רבי שליט"א האט עטליכע מאל געזאגט דברי תורה אויף די פסוקי המגילה, בדרך דרוש ואגדה, ארויסברענגענדיג דעם תקוף הנס.
נאך די דברי תורה האט הר"ר שמואל בהררא"מ קרויס שליט"א משגיח בישיבה גדולה, אויפגעטרעטן מיט דברי חרוזים, איידערן איבערגעבן פאר'ן רבי'ן שליט"א דער משלוח מנות פון נאנט צו 2,000 תלמידי ישביתינו הק' איבער דער גארער וועלט וועלכע האבן זיך אונטערגענומען א קבלה טובה, נישט צוצורירן צו די כלי סמארטפאון.
גלייך דערנאך האט מען איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן שליט"א דעם קונטרס מיט די חתימות פון די בחורים, וואס דער רבי האט א לענגערע צייט איבערגעקוקט מיט גרויס התרגשות, און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די בחורים. דאן זענען אלע בחורים וואס האבן אונטערגעשריבן, אריבער כבני מרון, און דער רבי האט פאר יעדן פארטיילט געבענטשטע מטבעות, פון די ספעציעל-געגאסענע מטבעות לכבוד המאורע.
מיטן בענטשן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם פ"ר-ראב"ד הרב נפתלי משה ווייס שליט"א.

יום הפורים
ביום הפורים אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען צום דאווענען בערך 10:15 נאכ'ן אויסזאגן ספר תהלים בביתו נאוה קודש. פאר'ן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק הי"ו. ביים ליינען האט דער רבי שליט"א עולה געווען שלישי.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א אנגעטון די תפילין דרבינו תם, און איז ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו קריאת המגילה. פאר אנהייבן ליינען איז ערשינען אויף די בימה דער משמש ביהמ"ד הגדול מוה"ר יואל קויפמאן הי"ו. דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד, און דערנאך מקיים געווען דעם מנהג פון "מחצית השקל".
דאן האט דער רבי שליט"א פארגעליינט די מגילה, וכמעשיהו בראשונה מיט א קאך און ברען, מיט בכיות און רגש של שמחה וקדושה וואס האט יעדן שטארק מעורר געועון.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן "מתנות לאביונים" פאר הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו מנהל תומכי שבת קרית יואל. בביתו נאוה קודש האט דער רבי שליט"א מקיים געווען די מצוות היום פון משלוח מנות ומתנות לאביונים, און דערנאך געפראוועט די ערשטע סעודה פריוואט.
אין די נאכמיטאג שעות האט א ריזן ציבור איבערגעפולט ביתו נאוה קודש פון רבי'ן שליט"א קומענדיגן זיך מזכיר זיין להפקד בדבר ישועה ורחמים אין דעם גרויסן טאג.
שפעטער האט דער רבי שליט"א געדאווענט מנחה און דאן ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום סעודת משתה היין. דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודה, און נאכ'ן זאגן "לשם יחוד" מקיים געווען דעם מחויב אינש מיט עטליכע כוסות וויין. במשך דעם טיש האט דער רבי שליט"א כסדר משמיע געווען געהויבענע דברי תורה, בגודל קדושת היום און איבער דעם תוקפו של נס, ובין הפרקים האט מען געזינגן ניגוני שמחה ודביקות. עטליכע מאל אינמיטן טיש האט דער רבי שליט"א זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט א געוואלדיגן התרגשות, ובפרט אינצווישן ווען דער רבי שליט"א האט נאך א דבר תורה מעניני שבת, באפוילן צו זינגן ניגוני שבת קודש ביי וועלכן מ'האט זיך געהויבן אין די לופטן.
בין הדברים האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט איבער דעם וואס אפילו די גופים פון אידן זענען העכער און אנדערש ווי די גופים פון אומות העולם. מיט דעם רבי שליט"א ממליץ טוב געווען אויף דעם וואס מ'הערט צומאל אז דאקטוירים האבן געמאכט די און יענע סטאטיסטיקס וואס איז נישט אלץ אזוי גינסטיג. אבער די אלע סטאטיסטיקס האבן זיי דאך געמאכט אויף גופים פון גוים, וואס דאס האט גארנישט צו טון מיטן גוף פון א איד וואס גאנץ אן אנדערע זאך, און אידן וועלן אי"ה זיין געזונט און שטארק בכל רמ"ח אבריהם ושס"ה גידיהם.
במשך דעם טיש האט דער רבי שליט"א פארגעזינגן כנהוג "אדון עולם" מיט א געוואלדיגן התרגשות און מיט בכיות עצומות, וואס האט נאכגעפאלגט מיט ניגוני אמונה און אנדערע ניגונים.
כנהוג האט דער רבי שליט"א פאררויכערט א ציגאר, און דערביי זיך אונטערגעזינגן א תנועה קדושה פון הרה"ק מקאלוב זי"ע. דעם איבעריגן טייל האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן פאר הרבני הנגיד בנש"ק מוה"ר שלמה משה הלוי קלאגסברוין הי"ו. עקסטער האט דער רבי שליט"א געגעבן א ציגאר פאר'ן בחור המשב"ק נחום שמשון שווארטץ הי"ו.
מיט "אשר הניא" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א מראה"כ ומו"ץ בקרית יואל, און מיט "שושנת יעקב" הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבה גדולה. דער פ"ר-ראב"ד הרב נפתלי משה ווייס שליט"א האט פארגעזינגן "רבונו של עולם לאמיר מאכן א בייט" פון הייליגן קדושת לוי זי"ע.
מ'האט געהערט דברי בדחנות פון הרה"ח ר' שלום אליעזר דים הי"ו, און קרוב לחצות הלילה האט דער רבי שליט"א געבענטשט אויפן כוס, נאך קרוב צו זעקס שעה פון געהויבענער התרוממות הנפש.
גלייך נאכ'ן טיש האט דער רבי שליט"א געדאווענט מעריב אין ביהמ"ד הגדול.

פרייטאג ערש"ק צו-שושן פורים
אום שושן פורים ערש"ק איז דער רבי שליט"א ערשינען צום דאווענען אין ביהמ"ד הגדול. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר מרדכי הערש היימאן הי"ו פון מאנסי און מוה"ר וואלף גרובער הי"ו.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום עריכת השולחן לכבוד היום, ביי וועלכן מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני התרגשות ושמחה. מיט "אשר הניא" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אבדק"ק הוניאד, און מיט "שושנת יעקב" הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב-קרית יואל. עטליכע מאל במשך דעם טיש האט דער רבי שליט"א געזאגט דברי תורה אויף די פסוקי המגילה ומאמרי חז"ל וואס דער רבי האט אויסגעטייטשט בדרך אגדה וחסידות, און בסיום דבריו ארומגערעדט איבער די קופת צדקה "אבני חסד" רופענדיג דעם ציבור זיך אנצושליסן מיט שיינע סכומים. דער רבי שליט"א מכבד געווען אלע מיטן נאמען "יצחק" ארויפצוקומען אויפן טיש, צו זאמלען געלט פאר די קופת צדקה.
א לענגערע צייט האבן די גבאי צדקה זיך געדרייט אויפן טיש און געשאפן גרויסע סכומים, און נאכ'ן אנהויפענען דעם גאנצן סכום פארענט פון רבי'ן שליט"א האט דער רבי שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מתנדבים בעם.
ועוד הוסיף האט דער רבי שליט"א מוסיף געווען א בקשה שני' צום ציבור אז מ'זאל זיך ווארעם אנרופן לטובת די הייליגע מוסדות "יטב לב בארה"ק" וועלכע זענען אצינד ספעציעל אנגעוויזן אויף די ווארעמע שטיצע פונעם ברייטן ציבור.
דערנאך איז ערשינען אויפן טיש דער פ"ר הר"ר שלמה לייב וויינבערגער שליט"א וועלכער האט משמיע געווען פאסיגע דברי תורה אויפן פורימ'דיגן אופן. שפעטער האט מען געהערט דברי בדחנות פונעם פ"ר-משב"ק הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו און דערנאך פונעם פ"ר-ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א וועלכער האט אויך משמיע געווען הארציגע חרוזים.
דער רבי שליט"א האט געבענטשט אויפן כוס.

שב"ק פרשת צו
דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו די תפלות אין ביהמ"ד הגדול, און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה.
צום ערשטן חלק פון קבלת שבת איז צוגעגאנגען דער פ"ר ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א וועלכער האט לכה דודי געזינגן אן אנדערן ניגון ביי יעדן שטיקל. ספעציעל האט מען מאריך געווען ביי "בואי בשלום" מיט עטליכע ניגונים במשך א לענגערע צייט. דערנאך האט איבערגענומען הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו וועלכער האט פארגעדאווענט ביז צום סוף.
צום טיש איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין היכל השולחנות. מיט "כל מקדש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' יחזקאל היילברון שליט"א פון וויליאמסבורג, און מיט "מנוחה ושמחה" הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו פון בארא פארק.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "זאת תורת העולה" אויף וואס דער מדרש זאגט "אימתי בן דוד בא" און עס אויסגעטייטשט בדרך אגדה, אז דורכ'ן כח פון מסירת נפש איז מען זוכה צו כפרה אויף אלע עוונות.
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א מו"ץ ומגי"ש בישיבה קטנה קרית יואל, מיט "ברכת המזון" און "קה רבון עלם" נכדיו בני חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א, מיט ברכת הזמזון הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א פון ירושלים עיה"ק, מיט "קה רבון עלם" נכדו הרה"ג ר' יוקל טייטלבוים שליט"א ר"מ בישיבה קטנה באר התורה און מיט "אז ביום השביעי" הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
סיפורים ועובדות האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע וואס די הילולא איז אויסגעפאלן דאנערשטאג.
אום שבת קודש אינדערפרי איז מכובד געווארן מיט "פסוקי דזמרה" הר"ר יחזקאל שרגא געלבשטיין שליט"א מרבני מבצר הכוללים, צו תפלת השחרית האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה, און מיט תפלת המוספין איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו משב"ק. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דער שמחת הברית פון בן מוה"ר חיים יחזקאל ראזענבערג הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
נאכמיטאג איז מכבוד געווארן מיט תפלת המנחה הר"ר יואל בר"ע הירש הי"ו.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אודה" הרה"ג ר' נח גפן שליט"א שו"ב און מיט "שיר המעלות" הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "זאת תורת העולה" אויף וואס דער מדרש זאגט "אימתי בן דוד בא" און עס אויסגעטייטשט בדרך מוסר, אז אן עולה איז מכפר אויף הרהור הלב, וואס איז טאקע נאר אן התחלה, אבער התחלה איז חצי הכל, וואס מ'קען זיך אראפלערנען דעם געוואלדיגן כח פון אן התחלה לדבר מצוה.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א פון וויליאמסבורג, מיט "קל מסתתר" הרה"ח ר' יודא שטיינמעץ הי"ו און מיט "שושנת יעקב" הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנה"ר בית רחל.

זונטאג שמיני
פארגאגנענע וואך זונטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען צום דאווענען אין ביהמ"ד הגדול. פאר'ן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן דער שמחת הברית פון בן מוה"ר משה שמואל ברי"א שטיין הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: הרה"ג ר' קלמן גפן שליט"א מרביץ תורה במוסדות קרית יואל, מוה"ר שלמה הכהן שעהנברוין הי"ו, מוה"ר משה וואלף מארמארשטיין הי"ו און מוה"ר יעקב יואל פריעדמאן הי"ו פון בארא פארק.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר אהרן זאב גלויבער הי"ו פון וויליאמסבורג אבי החתן, און מוה"ר משה ברח"א ראטה הי"ו אבי הכלה.

מאנטאג שמיני
צומארגענס מאנטאג אינדערפרי צו תפלת שחרית איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הישיבה גדולה סניף "דברי יואל". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן הגה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל רב דביהמ"ד משכנות הרועים בקרית יואל. נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א תהלים-שיעור.
שפעטער זענען אריין בקודש פנימה די אנדערע בחורים וואס האבן אויך אונטערגעשריבן די קבלה טובה נישט צוצורירן צו א סמארטפאון און האבן איבערגענומען געבענטשטע מטבעות קודש פון רבי'ן שליט"א.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענער הי"ו גבאי נאמן בביהמ"ד הגדול אבי החתן און מוה"ר שמואל אהרן זינגער הי"ו.
דער רבי שליט"א איז ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר נפתלי הירצקא וויינבערגער הי"ו אבי החתן און מוה"ר ישראל טובי' ווייסמאן הי"ו אבי הכלה.

דינסטאג שמיני
אום דינסטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען צו תפלת שחרית אין היכל הישיבה גדולה סניף "ויואל משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן מוה"ר אליעזר זוסיא זילבער הי"ו. נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א תהלים שיעור.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הישיבה סניף "דברי יואל" וואו דער רבי שליט"א האט פארגעלערנט דעם ערשטן "סוגיא שיעור" אין די סוגיא פון "מצוות עשה שהזמן גרמא" וואס מ'לערנט אצינד אלס הכנה צו שבת הגדול ויום טוב פסח.
נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג, וואו עס איז געווען קבלת קהל ווי אלע וואכן.

מיטוואך שמיני
מיטוואך אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען צום דאווענען אין די ישיבה גדולה סניף "עצי חיים". נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א "תהלים שיעור". שפעטער האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א לענגערן שיעור אין די "סוגיא" פון מצות עשה שהזמן גרמא.
נאכ'ן שיעור האט דער רבי שליט"א מתעסק געווען בדבר מצוה צו "מאלן ווייץ" פאר די מצות פון חג הפסח הבעל"ט. אויך האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט מיט די בחורים איבער דעם אויסזען פון ווייצלעך וואס זענען מבוקעות וכו'.
פארנאכטס האט דער רבי שליט"א געפראוועט צוזאמען מיט יוצ"ח א סעודה לרגל די יארצייט פון זיין חותנו האדמו"ר הישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
דער רבי שליט"א איז ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר יחיאל אלתר טויב הי"ו אבי החתן און הרה"ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א מנה"ר בישיבה קטנה קרית יואל אבי הכלה.
עס האט אפגעשטאט א באזוך ביים רבי'ן שליט"א האדמו"ר ממבקשי השם שליט"א.
פאר מעריב האט דער רבי שליט"א געצינדן ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק בעל נועם אלימלך מליזענסק זי"ע.

דאנערשטיג שמיני, כ"א אדר
פארגאגנענעם דאנערשטאג אינדערפרי צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הישיבה גדולה "סניף ברך משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן מוה"ר מנחם ווייס הי"ו פון מאנטרעאל.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געצינדן ליכט און געזאגט מיט גרויס התרגשות די "תפלה קודם התפלה" פון הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א תהלים שיעור, געבויט א ווארט פונעם בעל הילולא זי"ע, און ארומגערעדט פון דעם גרויסן טאג, ובפרט פון דעם התעוררות וואס הערשט על מקום מנוחת קדשו אין ליזענסק.
מיטאג-צייט האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט דעם דריטן שיעור אין די סוגיא פון מצוות עשה שהזמן גרמא.
נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א זיך פארבינדן טעלפאניש קיין בני ברק צו אן אסיפת הנהלת הקהלה והמוסדות, און ממנה געווען הרה"ג רבי מיכל פריעדמאן שליט"א אלס דומ"ץ דקהלתינו הק' אין בני ברק, און אלס מנהיג הביהמ"ד בשיכון קרית יואל לאחר פטירתו פונעם פיליעריגער רב הגה"צ רבי אלי' כ"ץ זצ"ל. אויך האט דער רבי שליט"א ממנה געווען הרה"ג ר' יושע צבי הלוי יאזשעף שליט"א אלס מו"ץ בקהלתינו הק' אין בני ברק.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר זלמן לייב קליין הי"ו אבי החתן און מוה"ר אברהם יצחק פלאהר הי"ו אבי הכלה.
דער רבי שליט"א איז ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר שמשון גפן הי"ו אבי החתן און מוה"ר יואל בר"א קויפמאן הי"ו אבי הכלה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "שאפינג סענטער" מפאר צו זיין בראש ביים שמחת השבע ברכות פון נכדת הגה"צ הדומ"ץ שליט"א בת לחתנו הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאל שליט"א ראה"כ כוללי ערב שבת וכולל עטרת חכמים, בן הגה"צ אבד"ק תפארת משה שליט"א בן הגה"צ מלאנצוט שליט"א וחתן הגה"ק האדמו"ר מספינקא זצ"ל עב"ג בן הרה"ג ר' מרדכי שמואל שטויבער שליט"א מרביץ תורה במוסדותינו הק' אין בארא פארק.
עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינער שמועס מיט הגה"צ הדומ"ץ שליט"א אין כמה ענינים. נאכ'ן בענטשן האט דער רבי שליט"א געזאגט שבע ברכות, און דאן זיך ארויסגעלאזט אין א שיינעם ריקוד מיטן חתן והמחותנים און עקסטער מיט הגה"צ הדומ"ץ שליט"א.

פרייטאג ערש"ק פרשת שמיני
פארגאנגענעם ערש"ק איז דער רבי שליט"א ערשינען צום דאווענען אין ביהמ"ד הגדול. פאר'ן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן דער שמחת הברית פון בן מוה"ר ארי' ברח"מ בוכינגער הי"ו פון מאנטרעאל.

שב"ק פרשת שמיני-פרה, מברכין החודש
פרייטאג צו נאכטס איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה. מיט "קבלת שבת" איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאל שליט"א ראה"כ כוללי ערב שבת. נאכ'ן דאווענען האט הגה"צ ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א אויפגעטרעטן מיט ווארעמע ווערטער לטובת די פעולות פונעם "מטה הסברה" קעגן די בחירות הטמאות וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין די קומענדיגע וואכן.
צום עריכת השולחן איז דער רבי שליט"א ערשינען צוזאמען מיט די בחורי חמד תלמידי הישיבות. מיט "אשת חיל"ל האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הב' פצע"ח מאיר אליעזר טייטלבוים נ"י בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א.
מיט "כל מקדש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' יעקב אביגדור פריעדמאן הי"ו פון בני ברק, און מיט "מנוחה ושמחה" מוה"ר מאיר פאנעט הי"ו.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "וביום השמיני ימול בשר ערלתו" און עס אויסגעטייטשט בדרך דורש אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא.
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הר"ר נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א, מיטן בענטשן הר"ר חיים הלברשטאם שליט"א נכד אחיו הגה"צ אבדק"ק קהלתינו הק' 15טע עוו. שליט"א בן לחתנו הרה"ג ר' אברהם מאיר הלברשטאם שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' 18טע עוו. מיט "קה רבון עלם" מוה"ר יואל פערלמאן הי"ו פון בארא פארק, און מיט "אז ביום השביעי" הרה"ח ר' חיים פעקעטע הי"ו שו"ב פון וויליאמסבורג.
עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הגה"ק בעל חידושי הרי"ם מגור זצ"ל וואס די הילולא איז אויסגעפאלן אום שבת קודש.
ביום השב"ק אינדערפרי איז מכובד געווארן מיט "פסוקי דזמרה" הרה"ח ר' הערשל פריעד הי"ו, דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית ואמירת היוצרות, און נאכ'ן ליינען האט דער רבי שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט התעוררות. מיט תפילת המוספין איז מכובד געווארן הרבני הנגיד ר' דוד עקשטיין הי"ו ראה"ק דק"ק קרית יואל.
נאכ'ן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן דער שמחת הברית פון בן מוה"ר יואל בהר"ר ישראל העניך שעהר הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
מיט תפלת המנחה איז מכבד געווארן מוה"ר יחיאל אלטר טויב הי"ו.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אודה" הרה"ג ר' נח גפן שליט"א שו"ב און מיט "שיר המעלות" הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויף די קריאה פון פרשת פרה, און ארומגערעדט פון דעם וואס קברי עכו"ם זענען נישט מטמא, נאר קברי ישראל, מיטן משל פונעם אוה"ח הק' אז די שרצים קלעבן נאר צו אן אויסגעליידיגטע פאס פון האניג. אבער פון דעם וואס מ'זעט אז אויך די קברים פון א מומר ח"ו איז מטמא וואס דער טעם איז, אז שמא הרהר תשובה אין די לעצטע מינוט, זעט מען פון דעם דאס חשיבות פון א קליינע תנועה פון א איד אויב מ'טוט דאס מיטן גאנצן אמת'דיגקייט, וואס דאס איז פשט פון "זאת חקת התורה" דאס איז א לימוד אויף כל התורה כולה צו וויסן דאס חשיבות פון יעדע תנועה קלה פאר'ן אויבערשטן.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרבני הנגיד ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, מיט "קל מסתתר" הרה"ח הרב משה יונה ראזענפעלד שליט"א מנהל "בית לפליטות" און מיט "שושנת יעקב" הרה"ח ר' ישראל ברוך בלום הי"ו.

מוש"ק שמיני
פארלאפענעם מוצש"ק איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" צו באשיינען די שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די לומדי כוללי "ערב שבת" פון אומעטום לכבוד השמחה בבית המייסד וראה"כ הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאל שליט"א. דערביי האט דער ראה"כ הר"ר יוסף מרדכי שליט"א אויפגעטרעטן בדברי פי חכם חן. דאן האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים פאר'ן חתן ומחותנים ובראשם פאר הגה"צ הדומ"ץ שליט"א.
דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, און ארומגערעדט דאס חשיבות פון לומדי תורה וואס זענען מקדיש די צייט פון ערב שבת אויף לימוד התורה. דערביי האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט בשבחו פונעם ראה"כ הר"ר יוסף מרדכי שליט"א וואס טוט אויף אזעלכע גדולות ונצורות, וואס מ'זעט פון דעם אז מ'דארף נישט זיין דער גרויסער עושר אויף צו קענען אויפטון, נאר מ'דארף טון אין עסקנות מיט וואס מ'קומט אן זייער ווייט.
דערנאך האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין ריקוד נלהב מיטן חתן און מחותנים שליט"א.

זונטאג פרשת תזריע
נעכטן – זונטאג אינסערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען צום דאווענען אין היכל הישיבה גדולה סנוף "ברך משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר יוסף אירגאס הי"ו און מוה"ר אברהם יצחק טאבאק הי"ו פון וויליאמסבורג.
שפעטער האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט דעם סוגיא-שיעור אין די סוגיא פון מצוות עשה שהזמן גרמא
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1002
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 440 מאל

Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"א שליט"א)

הודעהדורך יהודי פשוט » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:19 pm

זי"ע
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 614
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 367 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 375 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 10:45 am

זונטאג פ' תזריע
פארגאנגענעם וואך זונטאג העעל"ט האט מרן רבינו שליט"א טעלפאניש מנחם אבל געווען האבלים משפחת המנוח מוה"ר חיים ארי' ראזענבערג הי"ו פון וויליאמסבורג.
אין אווענט איז כ"ק מרן רבינו שליט"א אנגעקומען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א מנה"ר בת"ת קרית יואל אבי החתן און הרבני הנגיד ר' יוחנן מאנן הי"ו אבי הכלה.

מאנטאג פ' תזריע
מאנטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, צום שמחת הברית פון בן מוה"ר יואל ב"ר יודא נסים באסול הי"ו.
תפילת שחרית האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין היכל הישיבה גדולה "סניף דברי יואל". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן מוה"ר חיים יושע פאלקאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א תהלים-שיעור אויפן פסוק "השומר אמת לעולם" און מיט א קול חוצב ארומגערעדט איבער דעם הארבן איסור פון השתתפות לבחירות הטמאות, ביי די בעפארשטייענדע וואלן וואס קומט פאר אין די קומענדיגע טעג אין ארץ ישראל.
שפעטער האט דער רבי שליט"א זיך באטייליגט ביי די לוי' פון הרה"ח הישיש ר' וואלף ראזנפעלד ז"ל מותיקי אנ"ש.
נאכמיטאג האט דער שליט"א פארגעלערנט דעם סוגיא שיעור.
שפעטער איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ אבדק"ק מאגרוב שליט"א נאכ'ן באקן מצות אין די מצה-בעקעריי דקהלתינו הק' בקרית יואל, און עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בעניני כשרות ועוד.
אויך איז פאהרגעקומען אן אסיפה מיט הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א און נאך רבנים איבער'ן נושא פון די מעגליכקייט פאר כהנים צוצוגיין צו קברים אויפ'ן בית החיים ד'קרית יואל.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צום קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר משה מרדכי גרינפעלד הי"ו אבי החתן און הרה"ג ר' מאיר זאב שטערן שליט"א ר"מ בישיבה קטנה קרית יואל אבי הכלה.

דינסטאג פ' תזריע
אום דינסטאג אינדערפרי צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הישיבה גדולה סניף "ברך משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר שמואל מרדכי פיש הי"ו און מוה"ר שמעון זאב הערשקאוויטש הי"ו.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א תהלים-שיעור, און שפעטער דעם טעגליכן סוגיא-שיעור.
נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א געפארן קיין מאנסי, צו די לוי' פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל, וואו דער רבי האט א לענגערע צייט מלוה געווען דעם ארון.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען אין די טורמע אין אטסוויל, מחזק צו זיין די אסירי ישראל יושבי חושך וצלמות, ובפרט ביי הרה"ח ר' שלום ווייס הי"ו אחר פטירת אביו הרבני התורני מוה"ר אהרן יעקב יהושע ז"ל נדבן פונעם בנין מבצר הכוללים דקרית יואל. דערביי האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן פאר ר' שלום א רשימה פון אריבער דריי טויזנט לומדים וואס האבן במשך השנים שוין געלערנט אין דעם בנין וואס איז אויפגעבויט געווארן בנדבת לבו הטוב.
אין די אווענט שעה'ן בעת מרן רבינו שליט"א האט אויפגענומען אנ"ש אין וויליאמסבורג, איז בקו"פ פאהרגעקומען דער שמחת החאלאקע לבן מוה"ר אייזיק לאנדא הי"ו פון בארא פארק

מיטוואך פ' תזריע
מיטוואך אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, צו די שמחות הברית פון בני: מוה"ר יוסף אלי' ב"ר אברהם ביקל הי"ו און מוה"ר יעקב ב"ר מרדכי יודא פריעדמאן הי"ו.
צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין די ישיבה גדולה סניף "עצי חיים". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בני: מוה"ר יוסף אהרן ראזענבערג הי"ו און מוה"ר משה טאמבור הי"ו.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א משמיע געווען פאר די בחורים דברי חיזוק והדרכה, און ווארעם אנגעוואונטשן זיווגום הגונים בניקל.
שפעטער האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן סוגיא-שיעור פאר די בחורים.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה-זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר יצחק טובי' פריעדמאן הי"ו פון וויליאמסבורג אבי החתן און מוה"ר משה ב"ר ישראל הערשקאוויטש הי"ו אבי הכלה.
שפעטער האט דער רבי שליט"א זיך משתתף געווען ביים סיום מסכת סוכה וואס איז געלערנט געווען במסגרת חבורת יסודי התורה, בעיון רב, גמרא-תוספות, דורך נכדיו הרה"ג ר' משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א און הרה"ג ר' פנחס מרדכי מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.

דאנערשטאג פ' תזריע
פאר'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, צום שמחת הברית פון בן מוה"ר יצחק נפתלי קנאפפלער הי"ו.
צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הישיבה גדולה סניף "ויואל משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים, בני: הר"ר יואל ברא"א גאלדבערגער שליט"א מכותבי התורות, מוה"ר יואל שלום שאפער הי"ו פון וויליאמסבורג, און מוה"ר יואל מאיר פריעדמאן הי"ו פון וויליאמסבורג.
שפעטער האט דער רבי שליט"א געפראוועט א מסיבת לחיים מיט די תלמידים פון אלע סניפי הישיבות לרגל דעם סיום הזמן, און ארומגערעדט ווארעמע דברי מוסר, איבער די הכנה וואס מען דארף מאכן צום יום טוב, דורך לימוד עניני החג ועוד. אויך האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט די שמחה אז מ'האט ב"ה פארענדיגט א זמן מלא וגדוש מיט התמדת התורה, און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן פאר די תלמידי הישיבה.
נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ערשינען אין בנין מבצר הכוללים, וואו דער רבי שליט"א האט פארגעלערנט א סוגיא-שיעור פאר די לומדי הכוללים, און דערנאך ארומגערעדט דברי אגדה, מוסר והדרכה איבער קדושת ישראל, און באזונדער מעורר געווען אז מ'זאל אויסברייטערן דעם זמן הלימודים און וואס מאר פארקורצערן דעם בין הזמנים.
שפעטער האט דער רבי שליט"א מנחם אבל געווען ביי משפחת ראזענפעלד הי"ו ע"פ אביהם ר' וואלף ז"ל.
אויך האט דער רבי שליט"א זיך פארבינדן טעלפאניש קיין בני ברק, מנחם אבל צו זיי ביי די בני משפחה פון הגאון גאב"ד בני ברק זצ"ל.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען אינעם שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר יואל בר"ב פאלאטשעק הי"ו אבי החתן און מוה"ר חנני' סימאן הי"ו אבי הכלה.

פרייטאג ערש"ק פ' תזריע
ערש"ק אינדערפרי צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים בני: הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א מו"ץ ומגי"ש בישיבה קטנה קרית יואל, און הרה"ג ר' משה יוסף אשכנזי שליט"א מנהל התאחדות אברכים דקהלתינו הק' אין מאנסי.
ביים מסיבת לחיים נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט פון הרה"ק בעל תפארת שלמה זי"ע וואס די הילולא איז אויסגעפאלן בו ביום.

שבת קודש פרשת תזריע-החודש, ראש חודש ניסן
פרייטאג-צו-נאכטס איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה. מיט "קבלת שבת" איז מכובד געווארן הר"ר שלום יצחק שעהר שליט"א סופר סת"ם ובוחן במוסדותינו הק'.
צום טיש איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל השולחנות צוזאמען מיט די בחורי חמד תלמידי ישיבה קטנה "ויואל משה" דמוסדותינו הק' אין בארא פארק וועלכע זענען געקומען צו פארן מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל הקודש, צוזאמען מיט די רמ"י ומגי"ש שליט"א אין שפיץ פונעם מנה"ר הרה"ג ר' יצחק אהרן גרין שליט"א.
מיט אשת חיל האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הב' בנש"ק אלעזר הלברשטאם נ"י בן הרה"ג ר' יואל שליט"א רב דביהמ"ד דקהלתינו הק' בלומינגראוו.
נאך די פיש האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט פאר די בחורים דברי חיזוק והדרכה אויף אויפשטיין פארטאגס, שמירה בימי הבחרות, ובפרט פון די טעכנעלאגישע כלים.
מיט די כיבודים האט דער רבי שליט"א מכבד געווען די מרביצי תורה פון די ב"פ'ער ישיבה קטנה, מיט "כל מקדש" הרה"ג ר' יצחק אהרן גרין שליט"א מנה"ר, און מיט "מנוחה ושמחה" הרה"ג ר' אשר רובין שליט"א.
ביי דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויף די פסוקי פרשת השבוע און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה שני לאווין.
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' ברוך יצחק רובין שליט"א, מיטן בענטשן בנו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וויליאמסבורג שליט"א, "קה רבון עלם" הרה"ג ר' ברוך בענדיט לויפער שליט"א, און מיט "אז ביום השביעי" הרה"ג ר' אברהם מאיר פערלמאן שליט"א. עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע וואס די הילולא געפאלט ה' ניסן. אויך האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט פאר די בחורים איבער דאס חשיבות פון אויסציען דעם זמן מיט נאך א וואך, ולא יבוש מפני המלעיגין.
שבת אינדערפרי ביים דאווענען איז מכובד געווארן מיט פסוקי דזמרה הרה"ג ר' שמואל אליעזר טייטלבוים שליט"א. דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית, יוצר ואמירת ההלל, און שפעטער אויך צו תפלת המסופין לכבוד שבת החודש. ביים ליינען זענען מכובד געווארן מיט די כיבודים די מרביצי תורה שליט"א פון די ב"פ'ער ישיבה קטנה.
נאכ'ן דאווענען וקריאת הנשיא זענען פארגעקומען די שמחות הברית פון בני: מוה"ר וואלף בהר"ר יוסף שלמה פייערשטיין הי"ו און מוה"ר ישעי' בער ב"ר יצחק אייזיק לעווי הי"ו.
נאכמיטאג איז מכובד געווארן מיט "תפלת המנחה" מוה"ר חיים מענדל אקער הי"ו.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אודה" הרה"ג ר' נח גפן שליט"א שו"ב און מיט "שיר המעלות" הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די דברי תורה האט דער רבי זיך געשטעלט אויפן פסוק "החודש הזה לכם ראש חדשים" און אויפן פייט "ראשון הוא לכם לפסוח עליכם להתקדש בתוככם קדוש" און ארומגערעדט פון די מצוה פון קידוש החודש לחדשי הלבנה, וואס פון דעם וואס די לבנה האט באקומען אן עונש, זעט מען דעם חומר הענין פון א מחשבה, און דאס ברענגט אז מ'זאל זיך פירן בקדושה, מיט ערליכע ריינע מחשבות, וואס דאס זעט מען אויך ביים קרבן פסח אז מ'דארף טון אלע פעולות לשם שמים.
דער רבי האט אויסגעפירט אז אריינטרעטענדיג אין חודש ניסן גלייבן אידן באמונה שלימה אז בניסן עתידין להגאל, און נאך היי-יאר וועט מען זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח בזמנו במקומו ובמועדו.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרבני הנגיד ר' חיים ראטשטיין הי"ו פון בארא פארק, און מיט "קל מסתתר" הרה"ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט"א אבדק"ק נאנאש פון בני ברק.
צו מעריב האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה לכבוד די יארצייט פון די באבעס, הרבנית א"ח הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע און הרבנית א"ח הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע.

מוצש"ק פ' תזריע
דער רבי שליט"א איז אנגעקומען קיין בארא פארק מנחם אבל צו זיין ביי הרבנים הגאונים שליט"א בני כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער דעם קשר צווישן די סקולענער רביים זצ"ל מיט מרן רביה"ק הדברי יואל זי"ע, און דער רבי שליט"א האט פארציילט א סיפור וואס ער האט געהערט מיט יארן צוריק פונעם סקולענער רבי'ן זצ"ל. נאכ'ן מנחם זיין די אבלים האט דער רבי שליט"א באזונדער ווארעם אנגעוואונטשן פאר בנו מ"מ האדמו"ר מסקולען שליט"א אז זכות אבות יגן עליו.
אויך האט דער רבי שליט"א זיך משתתף געווען ביים מסיבת לחיים אין ביהמ"ד אברכים דקהלתינו הק' בראשות הרה"ג ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליטא רב הביהמ"ד, וועלכע איז לעצטענס הערליך רענאווירט געווארן, און דער רבי שליט"א האט קורא שם געווען פאר דעם ביהמ"ד מיטן נאמען "ביהמ"ד קדושת יום טוב ד'קהל יטב לב".

זונטאג פ' טהרה
פארגאנגענעם זונטאג אינדערפרי דער רבי שליט"א איז ערשינען צום דאווענען אין ביהמ"ד הגדול. פאר'ן דאווענען זענען פארגעקומען די שמחות הברית פון בני: מוה"ר משה ישעי' הכהן פריעדמאן הי"ו און מוה"ר יואל ב"ר עקיבא וויינשטאק הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
דערנאך האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים בני: מוה"ר שלמה ב"ר זלמן לייב הכהן גליק הי"ו, הר"ר אברהם לייב ליכטמאן שליט"א מלמד מומחה בת"ת דמוסדותינו הק', מוה"ר יואל ווערצבערגער הי"ו און מוה"ר יצחק שווארטץ הי"ו פון וויליאמסבורג.
נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שטוב פון הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו מנחם אבל צו זיין אביו הרה"ח ר' נח הי"ו ע"פ אחותו ע"ה.
אינמיטן טאג האט דער רבי שליט"א באזוכט אין בית השחיטה און אין די מצה-בעקעריי.
פארנאכטס איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חתונה צווישן המחותנים מוה"ר ישעי' ווערצבערגער הי"ו פון וויליאמסבורג אבי החתן און מוה"ר שמעון אהרן כ"ץ הי"ו אבי הכלה.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר שלמה בוים הי"ו אבי החתן און מוה"ר ברוך מרדכי דרעזנער הי"ו אבי הכלה.

מאנטאג פ' טהרה
מאנטאג אינדערפרי צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: הרה"ח ר' משה שרגא פויגל הי"ו און מוה"ר שאול פריעדמאן הי"ו פון וויליאמסבורג.
נאכ'ן דאווענען דער רבי שליט"א ערשינען אין די מצה בעקעריי וואו מ'האט געבאקן די גרויסע מצה פאר די "עירובי חצרות" אין קרית יואל.
שפעטער האט דער רבי שליט"א מנחם אבל געווען ביי די חשוב'ע משפחת גאנדל שיחיו, ע"פ אביהם הרה"ח הישיש ר' יודל גאנדל ז"ל מותיקי אנ"ש ומזקני תושבי קרית יואל.p
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1002
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 440 מאל

הודעהדורך מודה בטפל » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 6:22 pm

IMG-20190819-WA0000.jpg
כ'בין נישט דא זיך צו טענה'ן מיט קיינעם, כ'זאג מיך אפ מיינס און געגאנגען ווייטער
מודה בטפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2018 3:04 pm
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 12:10 am

מודה בטפל האט געשריבן:
IMG-20190819-WA0000.jpg

עפ"י החלטת רבינו שליט"א
ועפ"י בקשת טובי הקהל דוויליאמסבורג
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 11:20 am

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
מודה בטפל האט געשריבן:
IMG-20190819-WA0000.jpg

עפ"י החלטת רבינו שליט"א
ועפ"י בקשת טובי הקהל דוויליאמסבורג

פון ווי נעמסטו דאס?
אפילו פיניענצעל איז עס א גרויסע פארלוסט פאר זיי
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1002
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 440 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 11:49 am

ער מיינט די זאלוינישע ראשי קהילה...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1307 מאל

הודעהדורך יישר כח באשעפער » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 1:59 pm

וואס איז טאקע די אמת'ע פשט פון זיין אין קרית יואל
יישר כח באשעפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 28, 2019 11:48 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך פליישיג » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 2:19 pm

יישר כח באשעפער האט געשריבן:וואס איז טאקע די אמת'ע פשט פון זיין אין קרית יואל


מנהג צאנז באבוב פאפא
פליישיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2018 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:17 am

יישר כח באשעפער האט געשריבן:וואס איז טאקע די אמת'ע פשט פון זיין אין קרית יואל

ערשט דארף מען פארשטיין וואס איז פשט אריינצופארן קיין וומ"ס
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2538
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3979 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2653 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:16 am

ק/פ

ווי ס'הייסט יעצט איז דער פלאן צוריקגעטוישט געווארן און רבינו שליט"א וועט יא זיין אין וויליאמסבורג, נאך א זיצונג מיטן ראש הקהל ר' מאיר זעליג.

דער ראש הקהל האט בין הדברים געסטראשעט אז דער וויליאמסבורגער רב וועט טאנצן אין וויליאמסבורג די הקפות מיט די צעירים בחורים אויב דער רבי קומט נישט.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1307 מאל

הודעהדורך יישר כח באשעפער » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:45 pm

איך זעה די מאמענט האט א שמוס די וואך מיט ר' יושע מענדעלוויטש לכבוד די יארצייט פון רבי יואל מסאטמאר ז"ל
יישר כח באשעפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 28, 2019 11:48 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך יישר כח באשעפער » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:47 pm

ווער איז דאס ר' יושע אויב איינער קען אריינקומען מיט א לענגערע בייגראפיע איבער אים איבער זיין גבאות און סאטמאר
יישר כח באשעפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 28, 2019 11:48 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 3:55 am

למעשה קומט יעצט אריין די נייעס אז דער ראש הקהל פון קרית יואל האט געסראשעט דעם רבי'ן אז אויב פארט ער אריין אין ווילי די צווייטע טעג דאן וועט ער ברענגען זיין זון ר' יואל פון בית ברוך זאל פירן אין גרויסע ביהמ"ד מיט די בחורים

און ר' אהרן איז אובד עצות ער ווייסט שוין נישט וועלכע סטראשע ס'איז א גרעסערע
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:05 pm

מאנטאג פ' טהרה
פארגאנגענע וואך מאנטאג פארנאכטס איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "כינור דוד" מסדר קידושין צו זיין ביי די חתונה צווישן המחותנים הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר שליט"א סופר סת"ם ובוחן בת"ת קרית יואל אבי החתן, און הרה"ג ר' אלעזר מערמלשטיין שליט"א מגי"ש בישיבה גדולה אבי הכלה, און דערנאך צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין בי די חתונה צווישן המחותנים מוה"ר לייבש ליכטענשטיין הי"ו אבי החתן, און מוה"ר חיים יוסף ברא"ש שווארטץ הי"ו אבי הכלה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר חיים ברמ"י שטערן הי"ו אבי החתן, און מוה"ר מאיר דרוממער הי"ו אבי הכלה.

דינסטאג פ' טהרה
פאר'ן דאווענען זענען פארגעקומען די שמחות ברית פון בני: מוה"ר יצחק אייזיק ב"ר ישראל לייב כהן הי"ו און מוה"ר יואל ברמ"צ פארקאש הי"ו.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: הר"ר נפתלי הירצקא בהררמ"א פריעדמאן שליט"א מנה"ר בת"ת קרית יואל, און מוה"ר הערש לייב פישער הי"ו.

מיטוואך פ' טהרה
פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געצינדן ליכט לרגל דעם יארצייט פון זקנתו הרבנית הצ' ע"ה א"ח הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע. דערנאך האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צום דאווענען.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געפראוועט א מסיבת לחיים, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט דערציילט סיפורים פון הגה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע, וואס די הילולא איז אויסגעפאלן בו ביום.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר יצחק בער פראנקל הי"ו אבי החתן, און העסקן הדגול מוה"ר שלמה מענדלאוויטש הי"ו אבי הכלה.

דאנערשטאג פ' טהרה
פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר חיים יקותיאל האלפערט הי"ו און מוה"ר ישראל מנחם ליכטנשטיין הי"ו פון בארא פארק.

פרייטאג ערש"ק פ' טהרה
אינדערפרי איז אפגעראכטן געווארן דער שמחת הברית פון בן מוה"ר אשר זעליג גאלדמאן הי"ו.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געצינדן און ליכט, און געזאגט די קדישים לע"נ זקנתו הרבנית הצ' א"ח הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע.

שבת קודש פרשת טהרה-שבת הגדול
צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה. נאך מנחה האט דער רבי שליט"א געזאגט קדיש לכבוד די יארצייט פון זקנתו ע"ה. מיט "קבלת שבת" איז מכובד געווארן הרבני הנגיד ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
שפעטער איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום עריכת השולחן אין היכל השולחנות. מיט "אשת חיל" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הב' פצע"ח מאיר אליעזר טייטלבוים נ"י בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א.
מיט די כיבודים האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדיו, מיט "כל מקדש" הרה"ג ר' ליפא רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א און מיט "מנוחה ושמחה" הרה"ג ר' מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן מדרש "מאן בעי למזבן סמי דחיי" און עס אויסגעטייטשט בדרך אגדה, משולב מיט דברי אגדה בעניני שבת הגדול.
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הרה"ג ר' משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, מיטן בענטשן הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א רב דביהמ"ד ציעשנוב מיט "קה רבון עלם" הר"ר מאיר פאנעט שליט"א, און מיט "אז ביום השביעי" הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו פון וויליאמסבורג.
עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הגה"ק רבי אשר ישעי' מראפשיץ זי"ע וואס די הילולא געפאלט אויס פרייטאג ערב פסח.
שבת אינדערפרי איז מכובד געווארן מיט "פסוקי דזמרה" הרה"ח ר' ברוך פיש הי"ו, דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית ואמירת היוצרות. מיט תפילת המוספין איז מכובד געווארן הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו.
די סעודה פון שבת בייטאג האט דער רבי שליט"א געגעסן מיט די בני משפחה אין בנין מבצר הכוללים. מיט "ברוך קל עליון" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' במאנטרעאל שליט"א. דער רבי שליט"א האט געזאגט דברי תורה אויפן מדרש מאן בעי למזבן וכו', און ארומגערעדט איבער דעם גנות פון מדת השקר.
מיטן בענטשן האט דער רבי שליט"א מכבד געווארן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו די שבת הגדול דרשה. דער ביהמ"ד איז געווען פול געפאקט מיט טויזנטער אידן וועלכע האבן איבערגעפולט אלע זיץ-פלעצער און ביי אלע דורכגעגג ארום דעם גאנצן ביהמ"ד זענען אידן געשטאנען ארום, קומענדיג לשמוע את דבר ה'.
נאכ'ן זיך מתעטף זיין בטלית בברכה, איז דער רבי שליט"א ערשינען אויפן ארון הקודש, וואו דער רבי האט מתפלל געווען א תפלה קצרה און דאן זיך אויסגעדרייט און אנגעהויבן די דרשה. דער רבי שליט"א האט מקדים געווען א פלפול עצום אין די סוגיא פון "מצות עשה שהזמן גרמא" און ארומגערעדט מיט גרויס עיון איבער דעם גאנצן נושא וואס דער רבי שליט"א האט דערנאך ממשיך געווען מיט דברי דרוש ואגדה וואס האט יעדן אונטערגעשפרונגן.
בין הדברים האט דער רבי שליט,א ארומגערעדט דברי מוסר והדרכה, און ארויסגעברענגט לשבח די בחורים און מרביצי תורה פון די ישיבות קטנות אין קרית יואל און אומעטום, וועלכע האבן ווידעראמאל מקדש געועון שם שמים מיט אויסציען דעם זמן הקיץ מיט נאך א גאנצע וואך, אשרי להם ואשרי חלקם.
באזונדער האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט איבער דעם זהירות וואס מען דארף האבן, ביים גיין נאך הדרכח פאר חתנים וכלות, אז עס זאל זיין אויף אן ערליכן אויסגעהאלטענעם אופן, און אכט געבן נישט צוצולאזן פרעמדע הדרכה סיי בכלל און סיי בפרט.
דער רבי שליט"א האט מסיים געווען מיט א שיינעם טעם אויף דאס וואס דער שבת ווערט גערופן "שבת הגדול" און האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב. דאן האט דער רבי שליט"א געזאגט קדיש.
מיט תפלת המנחה איז מכבד געווארן הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
ביי שלש סעודות אין ביהמ"ד הגדול האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אודה" הרה"ג ר' נח גפן שליט"א שו"ב און מיט "שיר המעלות" הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן מדרש "מאן בעי למזבן סמי דחיי" און ארומגערעדט איבער שלום ואחדות, דורך וואס אידן זענען זוכה צו כפרת עוונות, ווי חז"ל זאגן אז טומאה הותרה בציבור, און דער רבי האט מאריך געווען מיט פארשידענע בחינות בשילוב מיט כמה טעמים אויף שבת הגדול און מיט דברי חזיקו מעניני חג הפסח.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' מיכל פריעדמאן הי"ו, און מיט "קל מסתתר" הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראס הי"ו.
נאך מעריב און הבדלה, האט דער רבי שליט"א געמאכט "קידוש לבנה" ברוב עם.

זונטאג פ' אחרי א'
פארגאנגענעם זונטאג אינדערפרי זענען פארגעקומען די שמחות ברית פון בני: מוה"ר אברהם ב"ר יחזקאל וויינגארטן הי"ו און מוה"ר שלמה ב"ר דוד אונגאר הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר אהרן אלעזר רובינפעלד הי"ו, מוה"ר אברהם יושע גראס הי"ו פון וויליאמסבורג, און מוה"ר יודל קאהן הי"ו.
נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א באזוכט אין בית השחיטה און אין די מצה בעקעריי.

מאנטאג פ' אחרי א'
מאנטאג אינדערפרי נאכ'ן דאווענען, איז דער רבי שליט"א ערשינען צום "ביהמ"ד קשאנוב" אין די נייע שכונה, שכונת ווערצבערגער בגלילות קרית יואל, צום מעמד יציקת הבורות פון די נייע מקוה וואס מ'הייבט אן בויען דארט נעבן ביהמ"ד. דער רבי שליט"א האט געגאסן די בורות, און דערנאך איז מכובד געווארן הגה"צ הדומ"ץ שליט"א און נאך.
דאן איז אפגעראכטן געווארן דער מסיבת לחיים אין שטוב פונעם רב הביהמ"ד הרה"ג ר' מנחם מענדל באכנער שליט"א ביי וועלכן מ'האט געהערט פאסיגע דברי תורה, און דער רבי שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן רב, פאר זיין שווער דער נדבן און אונטערנעמער הרבני הנגיד ר' חיים נחום ווערצבערגער הי"ו, ווי אויך פאר זיין פאטער הרה"ח ר' הערש אלימלך הי"ו און דער אנדערע זיידע פונעם רב הביהמ"ד הרה"ח ר' שלום באכנער הי"ו.

דינסטאג פ' אחרי א'
אינדערפרי איז פארגעקומען דער ברית פון בן מוה"ר יוסף ב"ר פישל פארקאש הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן מוה"ר יואל משה הערשקאוויטש הי"ו.

מיטוואך אחרי א'
אינדערפרי איז פארגעקומען דער ברית פון בן מוה"ר יואל ב"ר יצחק אייזיק לעווי הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געועון סנדק און מוהל.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן מוה"ר יואל רייך הי"ו פון דזשערזי סיטי.
שפעטער נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען ביים שטח וואו עס בויט זיך דער נייער שכונה "ויואל משה" וואו דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקוקט אויף די אנגייענדע בוי ארבעט.

דאנערשטאג אחרי א', יום בדיקת חמץ
פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: הרה"ג ר' יואל ב"ר אייזיק שטיין שליט"א, און מוה"ר יעקב רייך הי"ו.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשיינען צום גרויסן מעמד "שאיבת מים שלנו" וואס איז דאס יאר אפגעהאלטן געווארן אויפן גרויסן באדן פארענט פון ביהמ"ד הגדול, בשירה ובזמרה לכבוד המעמד
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1002
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 440 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:08 pm

זונטאג קדושים, אדר"ח אייר
נעכטן – זונטאג אין אווענט איז בביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט"א פאהרגעקומען דער ווארט-תנאים פון המחותנים מוה"ר יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו – אבי החתן און מוה"ר שמואל ברד"ש עקשטיין הי"ו – אבי הכלה, ווי דער רבי שליט"א האט געליינט דעם תנאים.

מאנטאג קדושים, בדר"ח אייר
היינט אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה – סניף דברי יואל. בעפאר'ן דאווענען איז אין ביהמ"ד הגול פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יודא פרענקל הי"ו ווי דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
ביים דאווענען האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו אמירת ההלל און נאכ'ן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אדורכגעגאנגען לברכת שלום.
אין די פארמיטאג שעה'ן האט מרן רבינו שליט"א געפראוועט דעם סעודת ר"ח פריוואט בביתו נאוה קודש.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1002
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 440 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:16 pm

מאנטאג פ' קדושים, בדר"ח אייר
פארגאנגענעם וואך מאנטאג אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צום קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר יואל בר"ב שטיין הי"ו אבי החתן און הרה"ג ר' אהרן משה בר"ר שווארטץ שליט"א אבי הכלה.

דינסטאג פ' קדושים
צומארגענס דינסטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין די ישיבה גדולה סניף "ויואל משה". נאכ'ן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבי'ן שליט"א.
נאכמיטאג איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון רבי'ן שליט"א אן אסיפה צווישן חשוב'ע רבנים ובראשם הגאון רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת זכרון משה, צוזאמען מיט פערמעננטע דאקטוירים, וואו מ'האט ארומגערעדט איבער דעם נושא פון וואקסינירן די קינדער.
נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א – ווי אלע וואכן – אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג. צווישן אנדערן זענען אריין בקודש פנימה די געטרייע חברי הנהלת קהלתינו הק' וואו זיי האבן זיך באדאנקט אויף דעם געהויבענעם שבת וואס מ'האט זוכה געווען מיטצולעבן בצל הקודש אין וויליאמסבורג, און איינגעלאדענט דעם רבי'ן שליט"א אויף נאך א שבת פאר'ן זומער הבעל"ט.

מיטוואך פ' קדושים
מיטוואך אינדערפרי צו תפלת שחרית איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הישיבה "סניף עצי חיים". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן מוה"ר אברהם יואל גוטמאן הי"ו פון בארא פארק.
שפעטער האט דער רבי שליט"א מנחם אבל געווען טעלפאניש ביי משפחת גוטמאן שיחיו בני הרה"ח ר' יצחק (ווייס) ע"ה, ע"פ אמם ע"ה.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר נפתלי כ"ץ הי"ו פון וויליאמסבורג אבי החתן, און מוה"ר שמואל פארגעס הי"ו אבי הכלה.

דאנערשטאג פ' קדושים
דעם פאלגענדן דאנערשטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין די ישיבה גדולה סניף "ברך משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני, מוה"ר לייבוש צימערמאן הי"ו פון וויליאמסבורג און מוה"ר זלמן לייב ניישטאדט הי"ו פון קרית יואל.
ביים ליינען האבן די אויסלענדישע תלמידים גומל געבענטש.

פרייטאג פ' ערש"ק קדושים
ערש"ק נאכמיטאג איז פארגעקומען ביים רבי'ן שליט"א די ברית'ן פון בני: מוה"ר יואל עזרא לעווי הי"ו און מוה"ר סענדר ב"ר שמואל לאנדא הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.

שבת קודש פרשת קדושים
פרייטאג-צו-נאכטס איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה. מיט "קבלת שבת" איז מכובד געווארן מוה"ר אלישע יואל ראזענפעלד הי"ו.
צום טיש איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל השולחנות צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה. מיט "אשת חיל" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם אייניקל פצע"ח הב' מאיר אליעזר טייטלבוים נ"י בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א.
ביים טיש האבן זיך משתתף געווען א קבוצה בחורים תלמידי ישיבת באבוב וואס האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, און דער רבי שליט"א האט זיי מכבד געועון מיט א ניגון לכבוד שב"ק.
מיט "כל מקדש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א, און מיט "מנוחה ושמחה" הרה"ג ר' אברהם שמחה הכהן פריעדמאן שליט"א.
ביי די דברות קודש האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "ואת שבתותי תשמורו" און עס אויסגעטייטשט אין די סוגיא פון "ווין מחלקות" וואס מ'לערנט אצינד אין מסכת שבת אין די היכלי הישיבה גדולה.
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען האדמו"ר מזידיטשוב-פ"ת שליט"א, מיטן בענטשן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' בירושלים עיה"ק שליט"א, מיט "קה אכסוף" הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו, און מיט "אז ביום השביעי" הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו. עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע לרגל ההילולא די וואך דאנערשטאג, י"א אייר.
שבת אינדערפרי איז מכובד געואורן מיט "פסוקי דזמרה" מוה"ר יעקב יוסף פילעפף הי"ו מלמד מומחה במוסדותינו הק', און דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית. ביים ליינען האט עולה געווען שלישי חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, רביעי הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' בירושלים שליט"א, און חמישי דעם רבי'נס אייניקל הרה"ג ר' דוד אלימלך הלברשטאם שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. נאכ'ן עולה זיין האט דער רבי שליט"א קורא שם געווען לבתו הנולדה למז"ט, ויקרא שמה בישראל "חוה" ע"ש פון הרבנית הצ' מאלעסק ע"ה.
מיט תפלת המוספין איז מכובד געווארן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' בירושלים שליט"א.
נאכ'ן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן דער "קידושא רבה" אין די היכלי הפאליש פון ביהמ"ד הגדול. נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט קידוש געמאכט האט מען געזינגן ניגוני שמחה, און מ'האט געהערט דברי תורה פונעם בעל שמחה הר"ר דוד אלימלך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים, און משמיע געווען דברי תורה אויף די ווערטער פון רש"י "שרוב גופי התורה תלוים בה" און ארומגערעדט איבער דאס חשיבות פון קדושה וצנועות ביי א בת ישראל וואס דאס איז דער עיקר אין א אידישע שטוב, און אין דעם איז תלוי דאס אידישקייט פון די צוקונפטיגע דורות. דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט דברי שבח והודי' להשי"ת אויף די גרויסע שמחה, און בכלל אויף די ריבוי השמחות אין די שטאט קרית יואל, וואו עס ווערן ב"ה אפגעראכטן אזויפיל קידושים דעם שבת אליינס, מ'זעט ווי קרית יואל שטייגט ב"ה אלס עיר וא"ם בישראל, און דער רבי שליט"א האט ווארעם אנגעוואנטשן פאר'ן בעל שמחה הר"ר דוד אלימלך שליט"א און פאר אלע בעלי שמחה שיחיו.
נאכמיטאג איז מכובד געווארן מיט תפלת המנחה מוה"ר אלעזר ניסן פויגל הי"ו.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אודה" הרה"ג ר' נח גפן שליט"א שו"ב, און מיט "שיר המעלות" הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די דברות קודש האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "קדושים תהיו" לויט די שיטה פונעם רמב"ן און נאך ראשונים, אז דאס גייט ארויף אויף "קדש עצמך במותר לך" און דער רבי שליט"א האט מאריך געווען איבער דעם ענין, וואס צדיקים האבן געזאגט, אז וואס מ'טאר נישט טאר נישט, און וואס מ'מעג דארף מען אויך זען זיך צו היטן, צו טון במדה במשקל ובמשורה. דער רבי שליט"א האט נאכגעזאגט פון הרה"ק בעל נועם אלימלך זי"ע אויפן מאמר חז"ל "כל האומר הקב"ה ותרן יותרו מעיו" אז דאס גייט ארויף, אז ווען א איד בעט און אז השי"ת זאל אים מוותר זיין און מוחל זיין אויף זיינע עוונות, זאל ער זען אז יותרו מעיו, מצמצם צו זיין די אייגענע תאוות, וואס דאן קען מען זוכה זיין אז השי"ת זאל מוחל זיין די עוונות.
אזוי האט דער רבי שליט"א מאריך געווען מיט דברי מוסר והתעוררות, וואס נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו אהבת השי"ת ואהבת התורה, און דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט מיט ברכת הקודש.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרבני הנגיד בנש"ק מוה"ר שלמה משה הלוי קלאגסברוין הי"ו, און מיט "קל מסתתר" הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבה גדולה ומח"ס קריאת שמע כתיקונה.

מוצאי שבת קדושים
אום מוצש"ק דער רבי שליט"א איז געפארן קיין מאנסי, מנחם אבל צו זיין ביי האדמו"ר משינאווא שליט"א, ע"פ בתו ע"ה אשת האדמו"ר מדזשיקוב-מעליץ שליט"א.

זונטאג פרשת אמור
דעם פארלאפענעם זונטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד דברי יואל.
נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, צום שמחת הברית פון בן העסקן מוה"ר אלי' ב"ר חיים פארקאש הי"ו. נאכ'ן ברית האט דער רבי שליט"א געפראוועט א מסיבת לחיים לרגל השמחה.
אינמיטן טאג האט דער רבי שליט"א מנחם אבל געווען ביי די משפחה פון הרה"ח ר' פנחס גוטמאן ע"ה פון קרית יואל.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחות-זאל בביתו נאוה קדשו, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר שלום נחום גערטנער הי"ו אבי החתן, און מוה"ר שבתי יצחק ראזענבערג הי"ו אבי הכלה.

מאנטאג פרשת אמור
נעכטן – מאנטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין די ישיבה גדולה סניף "דברי יואל". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א תפילין געלייגט פאר הב' בן מוה"ר מרדכי דוד יונגרייז הי"ו.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א תהלים שיעור.
אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי שליט"א זיך פארבינדן טעלפאניש קיין בני ברק, וואו דער רבי שליט"א האט אין די נאכמיטאג שעות, משמיע געווען דברי פתיחה פאר די לומדי כולל עצי חיים. דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן מיט דברי פלפול אין די סוגיא פון מצוות עשה שהזמן גמרא, און מענין לענין ארומגערעדט דברי מוסר פאר די לומדים, צו זיצן און לערנען בהתמדה, זיך צו פירן ביראת שמים טהורה, עס זאל זיך דערקענט אויף די לומדים אז מ'איז יושבי אהלה של תורה, ובפרט צו פירן שיינע ערליכע צניעות'דיגע שטיבער, ווי עס פאסט זיך פאר לומדי תורה.
דער רבי שליט"א האט דערביי מחזק געווען דעם ראה"כ הרה"ג ר' שלמה זלמן אולמאן שליט"א, און דעם נייעם דיין פון די קהלה הרה"ג ר' מיכל פריעדמאן שליט"א וועמען דער רבי שליט"א האט געוואונטשן ברכות לרוב.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1002
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 440 מאל

הודעהדורך חיים יואל » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 6:57 pm

איינער האט א באריכט פון ר״ה / יו״כ?
חיים יואל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 248
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 6:23 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » פרייטאג אקטאבער 11, 2019 1:31 am

חיים יואל האט געשריבן:איינער האט א באריכט פון ר״ה / יו״כ?

על רגל אחת קען איך דיר זאגן אז אלעס איז געווען מער ווייניגער ווי פאראיאר. פאר מער פרטים, ליין אין דער בלאט.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2538
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3979 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2653 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » פרייטאג אקטאבער 11, 2019 1:31 am

ווי גייט די רבי למעשה זיין שמחת תורה?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2538
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3979 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2653 מאל

Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"א שליט"א)

הודעהדורך יהודי פשוט » פרייטאג אקטאבער 11, 2019 7:24 am

שמעון וואלף האט געשריבן:
חיים יואל האט געשריבן:איינער האט א באריכט פון ר״ה / יו״כ?

על רגל אחת קען איך דיר זאגן אז אלעס איז געווען מער ווייניגער ווי פאראיאר. פאר מער פרטים, ליין אין דער בלאט.
קענסט אויך ליינען די באריכט אין דער איד פון מהרז"ל, ווי נישט ווי האבן ביידע ברודער זיך נישט גערירט קיין זיז כל שהוא פון רבי'ן/פעטער, לכאורה די איינציגע זאך וואס איז אנדערש איז די ערשטע נעמען פון די מענטשן וואס האבן באקומען כיבודים...
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 614
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 367 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 375 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » זונטאג אקטאבער 13, 2019 12:38 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:
חיים יואל האט געשריבן:איינער האט א באריכט פון ר״ה / יו״כ?

על רגל אחת קען איך דיר זאגן אז אלעס איז געווען מער ווייניגער ווי פאראיאר. פאר מער פרטים, ליין אין דער בלאט.




די ימים טובים ווערן קיינמאל נישט באשריבן אין בלאט

אין איד ווייס איך נישט, איך לייען עס נישט
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1002
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 440 מאל

הודעהדורך נחום הסופר » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 11:41 am

מתתיהו דייטש, מקורבו של האדמו"ר מהר"א מסאטמר ואדריכל המחלוקת בסאטמר ב"ב, האיש שמפריע לכל הסכם שלום בתוככי הקהלה, נזרק בבושת פנים ביו"ט סוכות העבר מבתי המדרש של סאטמר בב"ב וי"ם.
נחום הסופר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 10:24 pm

נישט פון סאטמאר בני ברק. נאר פון סאטמאר ירושלים און אויך פון ביהמ"ד הגדול ויזניץ בני ברק, אויף די הוראה פון רבי'ן, שווער פון הגרח"צ מייזליש.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1307 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט