דער שטילער יונגערמאן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1099
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1259 מאל

דער שטילער יונגערמאן

שליחה דורך טמיר »

האט איר שוין אמאל מיטגעהאלטן אין ביהמ"ד אדער קאנטרי א שטילער יונגערמאן וואס שמועסט כמעט נישט מיט קיינעם און זיצט זיך שטיל אין א ווינקעל? טראכטס בכלל פון עם? אויב יא, וואס?

די תשובה אויף דעם איז מיר זייער אונטערעסאנט, ווייל איך בין דער יונגערמאן. און נישט אז עס האט זיך יעצט אנגעהויבן. עס גייט שוין אזוי פון כיתה א' (איך געדענק נישט פונקטלעך, אבער מן הסתם). אבער א גאנץ יאר באמערקט מען עס נישט אזוי שטארק, ווייל דאס לעבן לויפט שוין אויף א ריטעם. מען גייט דאווענען, ארבעט, לערנען מיט חברותא, א לעכטיגע משפחה ב"ה.

אבער אין קאנטרי איז אן אנדערע מעשה. ווען אלעס איז קופקעס און פארברענגען אינאיינעם, איז אזא מצב היבש ווייטאגלעך. אויף אזוי ווייט אז מיינע קליינטשיקע פרעגן מיך, ווער זענען דיינע פרענדס? פארוואס שמועסטו נישט קיינמאל? און דאס גיסט נאך צי זאלץ אויף די וואונדען.

@שמעקעדיג, וואו ביזטו? אין די גוטע צייטן וואלסטו זיכער אריינגעקומען מיט א הערליכע תגובה
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר