טמיר האט געשריבן:@שמעקעדיג, וואו ביזטו? אין די גוטע צייטן וואלסטו זיכער אריינגעקומען מיט א הערליכע תגובה
מאך זיכער האט געשריבן:פארוואס ווען איך האב פרובירט אנצוהייבן א שמועס מיט דיר נאך מעריב האסטו מיר געענטפערט אונטערן נאז און מיר געמאכט שפירן ווי דו ווילסט אז איך זאל פוצן פון די אומגעגנט?
פארוואס ווען איך אפפער דיר א ציגארעטל זאגסטו מיר אפ מיט א מאך מיט די האנט ווי צו א משולח אינמיטן קר"ש?
פארוואס ווען איך פרעג דיר וועלכע מאשקאוויטש דו ביזט ענטפערסטו נישט כדי איך זאל מיינען אז דיין עכטע נאמען איז נהרי?
ביזט זיך אליינס שולדיג!
(כ'מאך א דזשאוק... אין אנדערע ווערטער פארשטיי וואס איך מיין...)
דוכט זיך אז עס איז פארהאן א לאנגע ארטיקל און דעבאטע איבער די נושא אין די 'מעלות' פון די פריע ס' יארן פון א שרייבער אבינדב ח. עס הייסט 'מיין שטילע זומער וואקאציע'.
טמיר האט געשריבן:מאך זיכער האט געשריבן:פארוואס ווען איך האב פרובירט אנצוהייבן א שמועס מיט דיר נאך מעריב האסטו מיר געענטפערט אונטערן נאז און מיר געמאכט שפירן ווי דו ווילסט אז איך זאל פוצן פון די אומגעגנט?
פארוואס ווען איך אפפער דיר א ציגארעטל זאגסטו מיר אפ מיט א מאך מיט די האנט ווי צו א משולח אינמיטן קר"ש?
פארוואס ווען איך פרעג דיר וועלכע מאשקאוויטש דו ביזט ענטפערסטו נישט כדי איך זאל מיינען אז דיין עכטע נאמען איז נהרי?
ביזט זיך אליינס שולדיג!
(כ'מאך א דזשאוק... אין אנדערע ווערטער פארשטיי וואס איך מיין...)
דוכט זיך אז עס איז פארהאן א לאנגע ארטיקל און דעבאטע איבער די נושא אין די 'מעלות' פון די פריע ס' יארן פון א שרייבער אבינדב ח. עס הייסט 'מיין שטילע זומער וואקאציע'.
האלו, איך ווארט בכליון עניים נאך יעדע מעריב אז איינער זאל אנהייבן א שמועס מיט מיר!
איך רייכער נישט
גראדע ווען עס פארעמט זיך יא שמועס קען עס ציען גאנץ פיין אויב מיר 'קליקען'
]
קל וחומר האט געשריבן:ס'פעלט דיר קאנפידענס.
הייב אן מיט א זעלבסטמארד מיסיע, גיי צו צו פרעמדע מענטשן און שטעל זיך פאר צו זיי. סירטש קודם אויף גוגל ווי אזוי אנצוהייבן א גוטע שמועס. (ווייז אינטערעסע, צו ווייטער דעם שמועס, שמייכל דא און דארט)
שמערל האט געשריבן:עס איז דא מענטשן וואס האבן סאשעל עניקזייעטי און מיטשן זיך יעדע מאל זיי זענען אין פאבליק, צו פארברענגען נארמאל מיט אנדערע, אבער זיי קענען נאכאלטס האבן נאנטע חברים מיט וועם צו פארברענגען איינס אויף איינס אין פריוואט.
ביסטו אזוי? אדער האסט בכלל נישט קיין חברים מיט וועם אויסצוטוישן א ווארט?
טמיר האט געשריבן:שמערל האט געשריבן:עס איז דא מענטשן וואס האבן סאשעל עניקזייעטי און מיטשן זיך יעדע מאל זיי זענען אין פאבליק, צו פארברענגען נארמאל מיט אנדערע, אבער זיי קענען נאכאלטס האבן נאנטע חברים מיט וועם צו פארברענגען איינס אויף איינס אין פריוואט.
ביסטו אזוי? אדער האסט בכלל נישט קיין חברים מיט וועם אויסצוטוישן א ווארט?
זייער א גוטע נקודה. די תירוץ איז אז עס איז מיר זייער שווער צי אנקניפן נאנטשאפט מיט מענטשן בכלל. איך האב געציילטע מענטשן וואס קליקן מיט מיך, אבער איך טרעף מיך כמעט נישט מיט זיי. רוב מענטשן מיט וועם איך פרוביר צי אנקניפן באצוענגען פיל איך ווי עס קליקט נישט, איך פיל פשוט אומבאקוועם צי זיין אין זייער פרעזענס. עס עגבערט מיך "וואס זאל איך יעצט זאגן/פרעגן?"
הדסים האט געשריבן:@טמיר איך וויל דיר נישט משוגע מאכן, אבער איך זע אז דו האסט געלייקט מיין תגובה, האסט גארנישט צו רעאגירן?
טמיר האט געשריבן:לאמיר נעמען פראקטישע דוגמאות. מען לייגט צאם די תפילין נאכן דאווענען, און נעבן מיר איז דא איינער וואס פארקויפט אויף עמעזאן. זאל איך צוטרעטן צי אים "וויאזוי גייט עמעזאן ביזנעס?" "וואס פארקויפסטו?" איך מיין אז ער איז גאנץ ווייניג אינטערעסירט צי אויספאקן יעצט זיין עמעזאן ביזנעס. דאס איז נאר גוט פאר איינער וואס האט שוין פון פארדעם א שייכות. יא, אויב וואלט איך אויך געווען אין די ליין וואלט עס געווען אינטערעסאנט פאר ביידע, אבער דאס איז נישט די קעיס.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און 3 געסט