מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל

שליחה דורך אדנירם »

[justify]איר ווייסט דאך אוודאי אז איך בין נישט קיין סאטמארער חסיד, אבער אנדערש ווי מאנכע האבן געמיינט - בין איך ח"ו נישט קיין סאטמארער מתנגד. אין פאקט, האלט איך שטארק פון סאטמאר אלץ קהילה, און פון סאטמארער רב זצ"ל אלץ איר מייסד ומנהיג.

היינט בין איך געווען אין קרית יואל ביים ציון פון סאטמארער רב [גראדע נישט דאס ערשטע מאל], וואו איך האב געזאגט תהלים און מתפלל געווען פאר אלדאס גוטס, ויה"ר אז מ'זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס בתוך שאר עמו ישראל.

איך האב געקלערט אראפצושרייבן פארשידענע אינטרעסאנטע אבזערוואציעס וואס איך האב געזען אין שטעטל קרית יואל, לאו דוקא די 'הימלישע אטמאספערע' אינעם אוהל וכדומה, וואס איך לאז איבער פאר חסידים צו דערציילן און קייען. איך וויל זיך דווקא אפשטעלן און באשרייבן אינטרעסאנטע אנעקדאטן, קרישקעלעך, און זאכן וואס זענען אייגנארטיג מיטן זיין אינעם שטעטל 'קרית יואל' ביומא דהילולא פון סאטמארער רב.

א בליק פון א 'דרויסנדיגער':


[center]1.[/center]
מיין טאג האט זיך אייגנטליך אנגעהויבן אין 'גרויסמעדריש' [קרית יואל-סאטמארער רבי], וואו איך האב גע'מקוה'ט, געדאוונט, גע'לעקיך-בראנפנ'ט, און געפרישטאגט. פאר ווער ס'איז נישט באקאנט: די מקוה אין קרית יואל איז א ברכה צו מאכן. די בור האט געהאט שמוציגע וואסער אז נאר, אבער כ'בין עס תולה אינעם פארפלייצונג פון מענטשן וואס זענען אהינגעקומען לרגל כ"ו אב. די האנטוך איז קוים בכדי לכסות בשר ערוה, אבער כ'בין פארט מוותר. די שויער'ס זענען עפעס הימליש! קאכעדיגע וואסער, גוטע שטראם - נישט געקארגט, זייף/שעמפו צוגעשטעלט ביים שויער זעלבסט. א געשמאקע מקוה געווען...


[center]2.[/center]
די מנין שחרית איז א חידוש. במחילת כבוד באבוב, וויזניץ, און נאך מקומות וואו כ'האב שוין געדאוונט. אין סאטמאר גייט דאס דאווענען מיט א משונה'דיגע ערנסטקייט. קודם כל, רוב עולם קומט אן צו הודו, נישט אינמיטן הללוקה'ס. צווייטנס, די הויכע דאווענען, אמן'ס, א.א.וו. האט מיך צוריק דערמאנט פון ישיבה. דריטנס, מ'כאפט נישט און מ'איילט נישט אין ערגעץ, ס'איז זייער רואיג און א ריכטיגע כבוד בית הכנסת. קודאס פאר סאטמאר! [גראדע אין סאטמאר 52 אין ב"פ, זענען די נקודות עפ"ר אויך ריכטיג].


[center]3.[/center]
מילא די 'לחיים' נאכן דאווענען איז אויפן העכסטן קאליבער, נו, עפעס אנדערש וואלט געווען א פגיעה אין סאטמאר'ס ארויסגערופענע ברייטקייט, אבער די פרישטאג? ס'איז נישט קיין וויץ, מ'שטעלט צו פרישטאג פאר לכה"פ טויזנט מענטשן וואס עסן דארט ביומא דהילולא. ניין, נישט סענדוויטשעס און געגאנגען ווייטער. מ'געבט ברויט און טאוסט, אייער און טונא, גרינצייג סאלאט און קעזן אפאר סארטן, מאראנצן זאפט און קאווע, אלעס בחינם. סאטמאר בתפארתה! א איד זאל זיך דערכאפן דאס הארץ, און טאקע בחינם.


[center]4.[/center]
היידא, געגאנגען צום ציון. אבער ס'גייט נישט אזוי שנעל, מ'דארף יעצט באווייזן אויסצוקרויזן די אומגלויבליכע מאס צדקה גייער'ס, וואס זענען אין א געפעכט מיט די פיס גייער'ס, ווער ס'וועט זיך ברעכן ערשט... אנצוקומען צום ציון אן 'צאלן' א פרייז, איז א טשאלענדזש וואס איך גלייב שווער אז איינער באווייזט. די געמישעכץ פון קולות דערמאנען אינעם בעפאר סוכות סעזאן אויף 13'טע עוועניו, ווען סוחרים ממולחים פרובירן איבערצושטייגן דעם צווייטנס קול, אריינצוכאפן דעם קאסטומער ביי זיך. הצד השוה פון די שנארערס, אז רובא דרובא באשטייען פון בחורים, און דייקא מחוצפים. מחוצפים זאג איך? ריכטיגע סאטמארע תלמידים, וואס מאכן זיכער אז סאטמארער רב'ס שפתיים זענען דובבות בקבר, לאמר: כזה ראה וקידשתי. סאטמארער רב האט אוועקגעשטעלט א גווארדיע פון זעלנער וואס גייען נאך זיינע פיסטריט מיט די בארימטע עזות און חוצפה [רוף עס עזות דקדושה], זיך נישט צו לאזן און נישט צו שעמען פון אנדערע, נאר טון וואס מ'האלט אלס ריכטיג. יעצט דארף קרן הצלה געלט, און כ'וועל דיר אריינשטעקן די הענט אין דיין נאז אז דו זאלסט זען אז איך בין דא פאר א דאלער...


[center]5.[/center]
ווען איך באטראכט די שנארער און צדקה זאמלער למיניהם, טראכט איך צומאל: דא שטייען נאראנים וואס טוען אלעס וואס די פארטיי באפעלט אן טראכטן. וועלן זיי נאך אמאל אויסוואקסן? אבער במחשבה שניה, זע איך דארט א צוקונפטיגער יאיר, יואב, שמערל, שמעקעדיג, גראדעמעכעלע, שלום שטיסל, יואליש, און-ווער-ווייסט-וויפיל-נאך [וסליחה אם טעיתי באיזשהו זהות]. דאס קומען פון סאטמארע טשולענט איז גראדע בעסער ווי קומען פון א צווייטע טשולענט, בתנאי אז מ'קריכט טאקע ארויס דערפון... במחשבה שניה קלער איך אז אפילו יעצט קען ישראל קאפקא נאך שטיין דארטן און שנארן געלט פאר נטרונא, און קאך לעפל קען נאך יעצט שטופן מענטשן צו שטיצן דעם רבינ'ס צדקה קאסע. חכמה און פארטיי מוזן נישט זיין קיין סתירה, פינטל.


[center]6.[/center]
אריין אין אוהל. איי, ס'איז הייס. אבער סאטמאר שטעלט כאטש צו לופט ברענגער, אז אטעמען זאל מען קענען. די געדרענג איז גרויס, אבער ניין, ס'איז נישט מירון. הגם א געמישעכץ פון אלערליי סארטן אידן טרעפט מען יא דארט, אבער 95 פראצענט איז קלאר סאטמאר. איך בין מתפלל, רוב תהלים אויסגעזאגט, און די ביינער זאגן מיר 'גענוג'. א רגע בעפאר'ן ארויסגיין, כ'שטופ מיך צו צום ציון זעלבסט, א קורצע תפילה, און ארויס צו די פרישע לופט, און... "האטס גע'פועל'ט אלעס גוטס, שטיצט מוסדות - - -".


[center]7.[/center]
אויסגעטריקנט און אויסגעדרעשט ווי א זית, גיי איך צוריק אראפ צום צענטער פון סאטמאר'ס לאגא: 'חסד'. עסן און טרינקען, דאס שענסטע און בעסטע, איי איי איי, קיינער - אבער קיינער - האט נאכנישט באוויזן וואס סאטמאר באווייזט. פון א פרעמדער'ס בליק, איז עס צום שטוינען. צווישן די ספרים וואס מ'קען זיך איינהאנדלן און די מאכל ומשתה, האט מען טעכניש וואס צו טון א גאנצע טאג...


[center]8.[/center]
יעצט דארף איך מחליט זיין ביי וועלכע פון די דריי פראקציעס איך זאל אנטיילנעמען אין די יארצייט סעודה. ווייסט איר וואס? מוחל טובות פון זיי אלע. איך קען אליינס פראווען, און דא האב איך אקארשט געענדיגט זאגן תורה. לחיים, לחיים טובים ולשלום. זאל דער רבי זיין א מליץ יושר, אפילו פאר די וואס גייען נישט אין זיין אויסגעטרעטענעם וועג, נאר גלייבן אינעם שיטה הקדושה פון אנדערע גדולי ישראל.



[center]זכותו יגן עלינו.[/center][/justify]


----
נ.ב. איר קענט דא צולייגן אייערע אבזערוואציעס.

דער אשכול פארמאגט 50 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר