בכוסו בכיסו ובכעסו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

בכוסו בכיסו ובכעסו

שליחה דורך יהורם »

בס"ד

עס זענען דא פארשידנארטיגע סארטן פערזענליכקייטן אין די מענטשהייט, פארהאן גאר בא'טעמ'טע מענטשן און געשמאקע פערסאנעליטיס, אבער עס זענען דא אויך זייער אסאך בא'מחלה'טע און אומאיינגענעמע מענטשן.

איך וואלט געוואלט דורכטון איין געוויסע סארט פערזענליכקייט וואס איך באגעגן נאר צווישן די היימישע אידן, פון איין זייט איז ער א הארץ פון פוטער אבער פון די צווייטע זייט איז ער א שטיק צואה מהלכת.

כ'וועל זיך פרובירן ארויסצוברענגען די קלארסטע וואס עס איז שייך ווייל עס איז אביסל קאמפליצירט צו מסביר זיין די סארט פערזענליכקייט, פון אויבנאויף זעט זיך עס אויס ווי א וואוילע לעכטיגע מענטש און אביסל טיפער קען זיך ארויסשטעלן א קראנקע כאראקטער.

איך וויל צייגן די פערזענליכקייט באגרינדעט אויפן מאמר חז"ל בכוסו בכיסו ובכעסו, איך וועל אראפלייגן סיטואציעס וויאזוי דער מענטש פירט זיך אויף אין די דריי פעלער און זען צו דער איז א גוטער צו ער איז פשוט א קראנקע נארסיסיסט/ביי פאולער/בי.פי.די. אדער סיי וועלכע סארט ליידענדער וואס זיינע מחלות ערצייגן אויך גוטע עקן אבער איבער אלעם איז ער נישט קיין געזונטע מענטש.


בכוסו:

איך זיץ ביי א שמחה ארומגענומען מיט חברים, עס איז שבת אינדערפרי און מען עסט געמיטליך טשאלנט און קוגל ביים קידוש, עס איז געווען אסאך צו טרונקען ב"ה, דער בעל שמחה איז גאנץ א ברייטער און ער ערלויבט זיך מער ווי סתם א מענטש.

איך האלט אינמיטן קייען מיין עסן און אינמיטן כאפ איך א געזונטער זעץ אין רוקן, איך דריי זיך האסטיג ארום און איך זעה מיין נאנטער חבר משי איז איבערגעטרונקען, ער וואונטשט און בענטשט און קושט יעדן איינעם, איינע פון די וואס האבן זוכה געווען טועם צו זיין פון זיין שיכרות בין איך, כ'האב געכאפט א גוטער זעץ אין רוקן באגלייט מיט ברכות אויף אלע מיינע צרות.

ער לאזט זיך אויך הערן גאר נידריג און שמוציג, ער קען אפילו טון אומאנגענעמע ענינים מיט זיין קערפער ווי נפחא'נען הויעך אדער שפייען גראבע שטיקער שליים.

ער שרייט און פארפירט, מען וואלט ווען געקענט מיינען אז ער איז נישט נארמאל אבער קענענדיג אים ווייס איך אז ער איז א געסעטלטער מענטש מיט א סוקסעספולער קאריערע און ער איז נישט משוגע.

וואס איז אבער פשט אין די התנהגות? קען ער זיך נישט איינהאלטן פון אויסברעכן אין א שיגעון יעדע מאל וואס ער טרונקט א גלאז דזשעק דניאל?


די צוויי צדדים זענען ווי פאלגענד:

ער איז נארמאל, יעדער רעאגירט אזוי צו אלקאהאל.
ער איז נישט אינגאנצן, ער איז צובראכן און ער ליידט אויף עפעס וואס איז אים גורם צו די התפרצות און אטענטשן זוכעריי.

בכיסו:

איין טאג האב איך א שווערע סיטואציע און איך האב ממש נישט קיין דאלער צום נשמה, איך וויל נישט אריינגיין אין קיינע חובות און דעריבער קארג איך ווי אימער עס קען נאר זיין, איך רוף אן א גאר נאנטער חבר זיך אויסרעדן און ער ענטפערט מיר אז ער וויל מיר בארגן געלט, איך שטופ אים אפ און איך זאג אז איך וויל נישט זיין שולדיג פאר מענטשן קיין געלט, אבער ער שטופט עס מיר ממש ווי אין די הענט אריין, למעשה האט מיר די שוואכקייט געכאפט און איך נעם פון אים דאס געלט.

איך האב שטארק הכרת הטוב פאר דעם חבר ווייל די געלט איז מיר צוניצגעקומען, איך באקום אין מיין הארץ א גרויסע פלאץ פאר אים.

אבער פון די טאג וואס איך נעם די געלט פון אים גייט נישט אריבער א האלבע מעת לעת וואס ער רופט מיר נישט, ער רופט מיר נישט דוקא בעטן דאס געלט נאר ער פרעגט סתם וואס איז נייעס און אינאיינוועגס פרעגט ער וואס די פינאנציעלע מצב איז, ער גייט אויך צו מיין שוואגער און בעט אים געלט אויף די חשבון פון מיין חוב און דאן קאלט ער מיר אן און ער זאגט מיר מיט שמחה אז מיין שוואגער האט אים געגעבן כך וכך און די חוב האט גענידערט, ווען איך זאג אים אז ער זאל מיר נישט טון די סארט טובות ווערט ער באליידיגט.

די צוויי צדדים זענען ווי פאלגענד:

ער איז זייער א גוטער מענטש וואס מיינט נאר מיין טובה און עס לוינט זיך צו אנהאלטן א פארבינדונג.
ער איז א קאנטראל פריק און ער שפירט א שליטה אויף מיר און אויף מיין לעבן ווייל איך קום אים געלט און איך זאל אפהאקן ווי פריער מיט אים.

בכעסו:

איך זיץ מיט מיין חבר אין קאר, עס איז ניין דרייסיג און מיר רייכערן אנגענעם נאך א טאג ארבעט, עפעס א מענטש וואס איז געפארקט הינטער אונזער קאר גיבט א קלאפ אויפן פענסטער, ער בעט אז מיין חבר זאל אביסל ארויפפארן ווייל ער קען נישט ארויסקומען פון זיין ספאט.

מיין חבר פארט ארויף און מיר פארברענגען ווייטער, אבער דער יעניגער לאזט נישט נאך און ער בעט נאך א טראפ ארויפצופארן כדי אז ער זאל קענען גרינגער גיין, מיין חבר גיבט אים נאך, ווען מיר ענדיגן דעם ציגארעטל גייען מיר אריין אין ביהמ"ד דאווענען מעריב, מיר זעען צעטלעך אויף די פענסטערס.

א דרייוועי אייגנטימער האט זיך אויפגערעגט און אנגעקלעבט די פענסטערס מיט נאו פארקינג סטיקערס.

מיין חבר ווערט אין כעס און הייבט אן שעלטן כזקן ורגיל מיט אלע סארט קללות אויף יעדע מין שפראך וואס ער קען, ער לויפט צו צום קאר פון דעם דרייוועי אייגנטומער און ברעכט אראפ די ווייפערס מיט כעס, דאן פוצט ער אפ פון שטח ווען עס קומט נאך רויעך פון זיינע אויערן.

די צוויי צדדים זענען ווי פאלגענד:

ער איז א וואוילער מענטש וואס איז ארויס פון די כלים ווי יעדע געזונטע מענטש קען אמאל.
ער איז א צערודערטער משוגענער, מען פירט זיך נישט אויף אזוי.

דאס זענען די משלים און איך וואלט געוואלט וויסן וואס דער עולם האלט… אלע געשיכטעס זענען באזירט אויף פאסירונגען וואס מיר אלע האבן שוין מיטגעהאלטן פונדערנאנט אדער פונדערווייט.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר