יאסל ראקאווער האט געשריבן:איך שרייב לאור די נייעס וועגען רב גיפס ישיבה.
יאסל ראקאווער האט געשריבן:גייט א מוסד און לייגט אריין צען יאר ארבייט אין א קלאס פון קינדער. זיי נעמען אריין די תינוקות של בית רבן (נישט קיין חילוק זייערע פאליטישע מאטיוון) אלץ אומגעשלייפטע שטיינדלעך און זיי לייגען אריין שווערע האראוואניע פאר צען יאר.
יאסל ראקאווער האט געשריבן:רח"ל זיי זענען כאפערס אזויווי ביי די קאנטאניסטן. כלל ישראל האט גארנישט קיין הנאה פון זיי. איך דאווען יעדען טאג אז די אלע פריוואטע ישיבות זאל מיט באשעפערס הילף אונטערגיין.
איסר האטלקי האט געשריבן:דיסקלעמער, כ'האב נאכנישט געהערט קיין שום כ"ו אב דרשה. איך האלט שוין אזוי א לאנגע צייט.
יאסל ראקאווער האט געשריבן:איך שרייב לאור די נייעס וועגען רב גיפס ישיבה.
איסר האטלקי האט געשריבן:ביז די צייטן פון פריוואטע ישיבות, האט יעדער בחור געהאט א ישיבה, חוץ אן אויסווארף ממש. עס איז נישט געווען אזא זאך ווי ארויסווארפן א בינוני. איינמאל די נאצישע סעלעקציע האט זיך אנגעהויבן, האט זיך אנגעהויבן א פליעריי פון די מוסד ישיבות. זיי האבן פשוט נישט געקענט בלייבן מיט גאנצע קלאסן פון בינונים.
איסר האטלקי האט געשריבן:
ביז די צייטן פון פריוואטע ישיבות, האט יעדער בחור געהאט א ישיבה, חוץ אן אויסווארף ממש. עס איז נישט געווען אזא זאך ווי ארויסווארפן א בינוני. איינמאל די נאצישע סעלעקציע האט זיך אנגעהויבן, האט זיך אנגעהויבן א פליעריי פון די מוסד ישיבות. זיי האבן פשוט נישט געקענט בלייבן מיט גאנצע קלאסן פון בינונים.
יאסל ראקאווער האט געשריבן:איין זאך - האב נישט קיין טענה אויף א מוסד וואס פארלאנגט ישיבה קטנה בחורים צו בלייבען ביי זיי. שמעק דיך נישט? (ווייל די ווילסט נישט ווערן פארנאטישט, חסידים פון די רבי, ווילסט א טיפערע חינוך, שטערקערע לימודים, אדער וכו' וכו') נעם דיר אלע דיינע זיסע קינדערלעך און עפען א מוסד. עס נישט ביי מיר און נאכדעם שפיי מיר אין פנים. דיין נייע מוסד קען מען מסדר זיין אנטי רבי, טיפע שיעורים וכו'
calculator האט געשריבן:יעדע ישיבה קענסטו עקסטער דן זיין, צו עס איז א ריכטיגע ישיבה אדער נישט? אבער צו האבן טענות אז מען מיז בלייבן אין די ישיבה פון די חסידות ווי מען האט געלערנט אלץ אינגעל, מיט א נארישע טענה פון א הכרת הטוב, צוברעכען די ישיבה, איז טענות של הבל, אויב מיינט ער נאר לשם שמים פון זיין גאנצע חסידות וואס גייט אים אן ווער עס טיט אויף פאר אידישקייט ער צו א צווייטער, פארוואס מיז מען קומען צו אים? אויב איינער האלט אז ער גייט ווערן א שטארעקער איד ערגעטס אנדערש וואס גייט אים אן? נאר וואס דען די מטרה איז צו קענען אייסילעיטן די חסידים פאר זיין קאולט, דארפן די חסידים זיין אין די חסידות די גאנצע ימי הנעירים, ווען די מוח איז נאך נישט רייף, איז אז מען גייט לערנען ערגעטץ אנדערש הייבט אן צו באקומען פייגלעך אין קאפ, זלמן לייב האט קלאר דערמאנט ביי זיין דרשה.
איסר האטלקי האט געשריבן:די מציאות איז אז מ'קען נישט האבן א ישיבה נאר פון גארבעדזש און די מציאות איז די גוטע בחורים נעמט מען ארויס. דאס מיינט אז סאטמאר מוז ווארפן מער פון די שוואכע ווייל די גוטע גייען ארויס.
די פריוואטע ישיבות נעמען אריין אסאך ווייניגער בינונים ווי די מוסדות ישיבות. זאלן די פריוואטע ראשי ישיבות אויך ארייננעמען אזויפיל בינונים און נאכדעם וועט מען דן זיין איבער די מצוינים.
אפשר מיינסטו צו פרעגן פארוואס ער פארמאכט נישט די ישיבה אינגאנצן? א גוטע קשיא. אפשר ווייל נאכדעם וועסטושרייען אז ער האט משנה געווען ממסורת אבותיו. אבער ווילאנג ער האט א ישיבה קען ער נישט בלייבן נאר מיט די בינונים און שוואכע בחורים.
איסר האטלקי האט געשריבן:אבער טאמער פארמאכט ער זיין ישיבה, האסטו ווייטער נישט געלעזט דעם פראבלעם פון בינונים. ווער וועט נעמען דעם בינוני אויב נישט די מוסדות?
איסר האטלקי האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי פון דיר האט רז"ל געזאגט אז ווען מ'לערנט אין אנדערע ישיבות באקומט מען פרעמדע השקפות, דאס איז נישט קיין חידוש, דאס האט שוין געזאגט אנדערע רבנים פאר אים און אלס סאטמאר רבי מעג ער ווארענען אז אנדערע ישיבות פרעדיגן נישט די סאטמארער שיטה. האדמו"ר מהר"א האט לעצטנס אויך געגעבן א דרשה פאר בחורים קעגן פארן לערנען אין ארץ ישראל.
calculator האט געשריבן:יעדע ישיבה קענסטו עקסטער דן זיין, צו עס איז א ריכטיגע ישיבה אדער נישט? אבער צו האבן טענות אז מען מיז בלייבן אין די ישיבה פון די חסידות ווי מען האט געלערנט אלץ אינגעל, מיט א נארישע טענה פון א הכרת הטוב, צוברעכען די ישיבה, איז טענות של הבל, אויב מיינט ער נאר לשם שמים פון זיין גאנצע חסידות וואס גייט אים אן ווער עס טיט אויף פאר אידישקייט ער צו א צווייטער, פארוואס מיז מען קומען צו אים? אויב איינער האלט אז ער גייט ווערן א שטארעקער איד ערגעטס אנדערש וואס גייט אים אן? נאר וואס דען די מטרה איז צו קענען אייסילעיטן די חסידים פאר זיין קאולט, דארפן די חסידים זיין אין די חסידות די גאנצע ימי הנעירים, ווען די מוח איז נאך נישט רייף, איז אז מען גייט לערנען ערגעטץ אנדערש הייבט אן צו באקומען פייגלעך אין קאפ, זלמן לייב האט קלאר דערמאנט ביי זיין דרשה.
יאסל ראקאווער האט געשריבן:ביז דער ווייל קוקט אויס אז די סאטמאר, וויזניצע רבי'ס וכו' קענען פאררעכטען די פראבלעם איבער נאכט. לאמיר האפן אז זיי וועלען זיך נישט לאזן טרעטען מער.
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און 0 געסט