כו' אב vs כ"א אדר / ג' אייר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

כו' אב vs כ"א אדר / ג' אייר

שליחה דורך ווייל אזוי »

א סאטמארע בין איך נישט, אזוי אז ס'מיר נאכקיינמאל נישט אנגעקומען צו זיין כ"ו אב אין קרית יואל, אבער היי יאר האט מיר א חבר געשלעפט, אזוי אז איך בין צום ערשטן מאל געווען דארט ביים יארצייט פון סאטמארען רבי'ן.

אלץ איינער וואס איז שוין געווען ג' אייר אין קערעסטיר, כ"א אדר אין ליזענסק און ל"ג בעומר אין מירון האב איך מיך געראכטן אויף אביסל בעסערע אויפנאמע איז לאמיר עס צולייגן אויף קליין געלט.

פארקינג איז געווען גאנץ מסודר די סעקיוריטי האט פיין קאנטראלט און אונז אריינגעשיקט ביי די לעצטע פארקינג, יעצט ארויפשלעפענדיג זיך דעם בארג קוקט עס אויס ווי א צדקה שאו, קודם דארף מען קויפן די קרן הלבשה ראפעל, נאכדעם שטייט איינער נאך געלט צו באגראבן עצמות אין אומאן, ווייטער הערן מיר שרייען "שטיצט דעם רבינ'ס כולל אין מאנסי", קרן הצלה, אבני חסד ווען אינציווישן ווארפט איינער אריין א תהילם פון כולל חצות מיט די רבי'ס תהלים, לחירות קאמפיינט פאר אידן אין שפיטעלער, און שיעור ד' איז אויך נישט אוועקצומאכן.

ענדליך מ'ענדיגט שוין דורך גיין די אלע טענטס קומט אן צום טענט פון שיטה הקדושה און מ'וואקט ווייטער שטייען אלע חתנים מיט ווייס איך ווער נאך אויסגעשטרעקט מיט די הענט ווען מ'זאל ווען געבן פאר יעדן נאר א דאלער דארף מען האבן אן ערך פון 300 דאלער.

שוין ענדליך מ'קומט שוין אן צום ציון איך וויל צינדן א ליכט לעילו נשמת שטייט אין גרויס 15 צענט א ליכט קודם האב איך געמיינט אז ס'איז א וויץ אבער ניין זאגט מען מיר אז די ליכט קאסט טאקע 15 צענט, אנפרעגענדיג איינעם זאגט ער מיר אז דער וואס לייגט די לעכט זאגט אז דאס איז זיין אינקאם און מ'קען עס נישט אוועקנעמען פון איהם.

אפגעזאגט אביסל תהילם גיי איך אראפ דעם בארג און מ'בעט ווייטער געלט און איך גיי אראפ, יעצט זיך איך א בית הכסא אנקומענדיג אונטן זעה איך אז איך בין נישט דער איינציגסטע צו גיין אין בית הכסא נאר ס'איז דא א לאנגע ליין וואס ווארט צו גיין, איך שטעל מיך אין די שורה, איך באמערק גראדע עפעס א ווי איי פי טא גא טוילעט אבער ס'ארבעט נישט, ענדליך איז מיין פלאץ אנגעקומען און איך גיי אין בית הכסא.

ארויס קומענדיג פון בית הכסא זעה איך אז ס'שטעלט זיך א מנין מעריב, האב איך מיך צוגעשטעלט.

יעצט זיך איך עפעס אינמויל צונעמען, אביסל קאקיס מיט סעלטצער איז געווען, ניטאמאל קאווע האב איך געזעהן. ארויפציער איז געווען עפעס א טענט "חדר אוכל" דא בין איך געווען זיכער אז איך גיי מיך וואשן צו א סעודה כסעודת שלמה בשעתו נוסח סאטמאר, אבער אנשטאט דעם זעה איך אז מ'טיילט טשאלענט (מאנטאג נאכט) אין א 6 אינטש קליינע טעלער אן קיין טרינקען, אזוי אז איך בין הונגעריג געבליבן, דער בחור דארט קומט צו און פרעגט אויב איך וויל מיך משתתף זיין איך האב איהם געוואלט זאגן אז פאר א 9 אינטש פלעיט וועל איך מיך משתתף זיין.

אהיים פארענדיג פון מאנרא שמועס איך איבער מיט מיין חבר וויאזוי כ"א אדר אין ליזענסק קוקט אויס וואס דארט איז עס ישראלים וואס ווייסן נישט אזויווי די סאטמארע צוצושטעלן.

אין ליזענסק טוט זיך גאנצעטע טרעילארס מיט טוילעטס, טענטס פאר מנינים, היכל התורה, גרויסע חדר אוכל מיט נארמאלע עסן געלט גייערס אויף א נארמאלע אופן.

אין קערעסטיר דארט טוט זיך שוין א גאנצע 5 קארס מיעל מיט שאטעלס ס'וואלגערט זיך לעכט בחינם און וואס נישט.

ל"ג בעומר אין מירון האט יעדע טענט עפעס יניק צו טיילן בקיצור אזוי טראכענדיג איז געבליבן אז איך העל אפשרייבן מיין געפילן.

איך פארשטיי אז קיין קרית יואל איז מען נישט אזוי אונטערוועגנס אזוי ווי אין יוראפ, אבער אויף דעם האב איך מיך נישט געראכטן.

די עיקר איז מ'זאל האבן געפוילט אלעס גוטס.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר