תקנות פון אדערווערטייזן- קרית יואל-אשתגע דרא

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 814
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 727 מאל

תקנות פון אדערווערטייזן- קרית יואל-אשתגע דרא

שליחה דורך יתרו »

עס איז גוט באקאנט אז מרן רבינו הק' זי"ע האט געבויעט דעם שטעטל קרית יואל מיט דעם עיקר ציל צו זיין אפגעשיידט פון די אויסגעלאסענע גוי'אישע מאדערנע גאס און זייער מהלך החיים. דעריבער איז זעלבסט פארשטענדליך אז די אדווערטייזונג ביכלעך וואס ווערן ארום געשיקט דא אין שטאט און קומט אריין אין יעדע שטוב א יעדע וואך, דארף זיין אין איינקלאנג מיט די פרינציפן אויף וואס די שטאט איזאראפגעשטעלט געווארן, און עס דארף זיין אויסגעהאלטן אויפן צניעות'דיגן ערליכן היימישן שטייגער.
דעריבער איז באשטעטיגט געווארן די פאלגענדע פונקטן:

בילדער פון פרויען מיידלעך און זייערע קליידונג א.ד.ג.
1 .בילדער פון פרויען און מיידלעך ]אפילו קלענערע[ טאר נישט געוויזען ווערן אפי' די פנים איז בלורי.
2 .בילדער פון גאנצע פרויען קליידער, טארן נישט ווערן אדווערטיייזט, outerwear צב"ש coats & jackets קענען נאר אדווערטייזט ווערן אן stuffing figure.
3 .בגדי פריצות ווי צב"ש suits bathing א.ד.ג. טארן נישט ווערן אדווערטייזט.
4 .Corsets - קען זיין אדווערטייזט אויף אן איידעלן אופן און נישט אויפן דעקל.
5 .Maternity - קליידונג מעגן ווערן אדווערטייזט אויף אן איידעלן אופן, און נישט אויפןדעקל )אומאיידעלע אויסדרוקן טארן נישט ווערן ארויסגעשריבן(.
6 .Hair Human & Custom שייטלעך טארן נישט אדווערטייזט ווערן, )עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז אויך אזעלכע אדווערטייזמענטס וואס מען זעט אז עס רעדט זיך פון קאסטום שייטלעך צב"ש שייטלן וואס קאסט הויעכע פרייזן טארן נישט ווערן אדווערטייזט(.
7 .Synthetic שייטלען מעגן ווערן אדווערטייזט, נאר אן בילדער און נישט אויפן דעקל.
8 .בילדער פון האר styles טארן נישט אדווערטייזט ווערן.


קאסמעטיקס א.ד.ג.
9 .Pedicure & Manicure - טארן נישט אדווערטייזט ווערן.
11 .Facial - מעג ווערן אדווערטייזט נאר ביי קלאסיפיידס.
11 .Makeup - סיי צו פארקויפן און סיי צו מאכן Services טארן בכלל נישט ווערן אדווערטייזט, עס מעג ווערן אדווערטייזט אלס Cosmetics נאר ביי קלאסיפיידס.
12 .Perfume - טאר נישט ווערן אדווערטייזט, עס מעג ווערן אדווערטייזט אלס fragrances ביי קלאסיפיידס.
13 .Electrolysis & Waxing -מעגן ווערן אדווערטייזט אויף אן איידעלן אופן, נישט ארויס שרייבן פרטים ווי eyebrow & lip upper א.ד.ג.
14 .Kay Mary - פראדוקטן מעגן ווערן אדווערטייזט אלס products care skin - נישט ארויסשרייבן makeup אדער בילדער פון makeup. פארשידענע ענינים
15 .פרויען טעמעס צב"ש time a - בוני עולם, doctors ob זאלן נישט ארויסשרייבן קיין פרטים.
16 .גוי'אישע זאכן ווי presents birthday ,cakes birthday - קענען נישט ווערן אדווערטייזט.
17 .דרשות לעקציעס און שיעורים, וואס ווערן געזאגט אין די ענגלישע שפראך איז נישט ערלויבט, אין אויסנאם פעלער צב"ש לעקציע דורך א דאקטאר, דארף מען באקומען רשות פונעם וועד.
18 .בילדער פון גוים און להבדיל מאדערנע אידן, )אדער אפילו פון א היימישע איד ווען ס'איז אויף א צילאזטע אופן( טארן נישט ווערן אריינגעלייגט.
19 .Concerts און ענגלישע plays טארן נישט ווערן אדווערטייזט.
21 .Slides & Films -קענען ווערן אדווערטייזט נאר ווען עס איז אויף אידיש, מיט די הסכמה פונעם וועד.
21 .Gum - טאר נישט ווערן אדווערטייזט.
22 .טעיפס און פון נישט ערליכע אדערנישט היימישע זינגערס טארן נישט אדווערטייזט ווערן.
23 .ערשטע נעמען פון פרויען זאלן נישט ווערן ארויסגעשריבן נאר Initials ,חוץ ביי פארטי'ס מעג יא שטיין
ערשטע נעמען.
24 .סימבאלען פון אינסטערגראם אדער פעיס בוק וכדומה איז נישט ערלויבט.
25 .ווי פארשטענדליך אז זאכן וואס זענען פראסט אדער שטארק מגושם איז נישט אויסגעהאלטן.
נ.ב. די אויבערדערמאנטע תקנות איז געווארן פארלאנגט און באשטעטיגט געווארן דורך כ"ק מרן רבינו שליט"א און הגאון הדומ"ץ שליט"א
......................................................................................................................................
פון דא און ווייטער איז די נייע תקנות:
עס קען נישט ווערן אדווערטייזט א דרשה אדער א טעל. קאנפרענץ און קיין שום ענין פון השקפה ,שלום בית, חינוך און כש''כ אין קדושת הבית אן די הסכמה פון די וועד )עס איז וויכטיג מודיע צו זיין פאר די וועד לכה''פ 2 וואכן בעפאר מען וויל דאס אדווערטייזן(.
עס איז נישט ערלויבט צו אדווערטייזן גרופעס פרויען וואס פארן אוועק איבערנאכט.
שבתים ווי מפארט ארויס אין האטעלן וכדו' דארף באקומען א הסכמה פון די וועד.
עס טאר נישט ווערן אדווערטייזט ברייטע בעטן.
עס איז נישט ערלויבט צו ארויפצולייגן אויף די אדווערטייזמענטס פון סטארס פלעצער ווי מקען צוקומען צו די סטאר דורך די סאשדעל מידיא ווי צום ביישפיל סימבאלס פון וואטס עפס פעיסבוק אינטסגרעם.
הוספה אויף סעיף 18 :גויאישע אדער מאדערענע אינגלעך איז אויך נישט ערלויבט.
נאך א הוספה: בילדער פון גוים וואס מלייגט ארויף קאפעל אין פאות מוז אויסזען נארמאל חסידיש און נישט א קליינע קאפעל אדער פיצעלע פאות וכדו', אויך דארף מען זיכער מאכן אז עס איז נישט פראסט ווי למשל הענט אין טאש,שטארק אויסגעפאסטע שמאלע הויזן.
עס איז נישט ערלויבט אריינצולייגן וואונטשן פון פרויען ארבייטערס
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר