א מאראלישע דילעמא, נרדפים און נישט רודפים

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל

א מאראלישע דילעמא, נרדפים און נישט רודפים

שליחה דורך מיימון »

מען פארציילט אז אינמיטן פון די שרעקליכע שואה האט א איד געפרעגט זיין רבי׳ן וואו איז דער אתה בחרתנו? האט ער געזאגט דאס אז מיר זענען די געהרג׳טע און נישט די רוצחים, דאס איז דער גרעסטער אתה בחרתנו.

די מעשה איז זייער שיין און זייער ריכטיג, און טוט זייער שיין אפשפיגלען דעם מצב פון די אידן אין זייער אייביגן גלות. עס האט זיך מיר אבער אריינגעכאפט א ווערימל פון ספיקות אין הארץ, נעמליך ווער זאגט?

אפגערעדט פון וואס מען גלייבט יא אדער נישט אין עולם הבא און נצחיות, איז די פראגע בלויז איבער מאראלישקייט. עס איז א דבר פשוט פאר יעדן אז עס איז ענדערש צו זיין פון די נרדפים ווי איידער צו זיין דער שרעקליכער מענטש וואס טוט דאס צו יענעם. אבער צומאל ווען מיר קוקן צוריק אין היסטאריע ווערט אביסל ביטער אויפן הארץ ווען מיר זעען אז למעשה האבן די געוועלטיגערס און באהערשערס אפגעשניטן בעסער ווי די ערליכע גערודפטע מענטשן. וואס האבן מיר פון זיין מאראליש און ערליך ווען יענער לאכט פון אונז?

לאמיר אוועקנעמען עולם הבא, לאמיר זיך מצייר זיין אז אויף יענע וועלט וועט מען נישט שטראפן דעם נאצי ווייל ער האט בלויז אויסגעפאלגט באפעלן און איז באמת געווען משוכנע אז ער טוט א גוטע זאך לטובת המין האנושי. וואס האבן מיר דעמאלטס געהאט דערפון?

די פראגע איז נישט בלויז טעארעטיש, ווען מיר האבן פארציילט אינדערהיים אז מען האט אונז געטשעפעט אין חדר האט מען אונז ווי גוט ערצויגענע עלטערן געענטפערט מאך זיך נישט וויסנדיג וועט ער אויפהערן. צומאל אבער ווילט זיך מיר זאגן מיין זון גיב אים צוריק. אמת אז א שלעכט ווילד קינד וואקסט אויף מיט פראבלעמען, אבער א געזונטע קאנפידענץ מיט א ביסל חוצפה מאכט אים מער הנאה האבן פונעם לעבן, כאטש נישט אזוי קלאסיש ערצויגן.

דער היינטיגער בעל הילולא האט ווי א איד אנגעזאגט אז עמיצער שפייט דיך אין פנים שטרעק אים אויס דיין צווייטן באק. אבער זיינע נאכפאלגערס האבן געלאזט אנדערע דאס מקיים זיין און עס איז זיי פיין געראטן. די נעבעכדיגע אידן דארט אין שטעטל זענען נאך היינט אראפגעקוקט און די קריסטן האבן א גוט לעבן. דאס ביסל וואס דער איד איז אנערקענט איז ווייל ער האט צוריקגעפראסקעט.

עס איז דא קהילות אדער חסידות׳ן וואס זענען גערודפ׳ט אדער אראפגעקוקט. איך פלעג אייביג ווארטן אויף דעם טאג וואס צדק און יושר וועט ארויפשווימען און זיך אננעמען פאר די בא'עוולטע. למעשה גייט די וועלט אן, די גרויסע קהילות זענען זיך ווייטער משתלט און ווער עס דארף עפעס מוז עס אליין נעמען. טא פארוואס זיך מאכן?

אפילו די נאציס זענען מסתמא בעסער אפגעקומען ווי די אידן. דייטשלאנד האט זיך הערליך צוריק אויפגעבויט. רוב נאציס האבן אויסגעלעבט די יארן בכבוד און מיט רייכקייט. די אידן זענען פארוואגלט געווארן און זיך געמוטשעט מיט פאוסט טראומא וואס איז אריבער עטליכע דורות. איך וואלט נאך אלס נישט געווארן קיין נאצי, אבער טעארעטיש בין איך אביסל מסופק, אפשר דארף מען טון וואס מען קען צו ארויסנעמען וואס מער פון דער וועלט ווי איידער צו אינוועסטירן אין נאבעלע מידות וואס וועט דיר גארנישט ברענגען?

ביטע העלפט מיר ארויס.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר