ושבית שביו...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

ושבית שביו...

שליחה דורך ספרא דמרא »

בס"ד

ברק איז גאר אויפגעלייגט, ער גייט היינט ארויס אויף זיין לאנג ערוואטעטע מיסיע, ער גייט היינט ארויס אין קריג, ער גייט היינט ווייזן פאר די וועלט פאר א קעמפער ער איז, ער גייט אויסהארגענען זיינע שכנים און די ארומיגע פעלקער, ער גייט זיי ווייזן וואס די אידישע פאלק איז און וואס זי קען.

עס איז א שטארקע טאג פאר אים, א טאג פון פראכט און אידישע עהרע, ער גרייט זיך שוין אויף דעם אזא לאנגע צייט, ער האט שוין דורכגעמאכט די שווערע טרענירונגען און ער איז שוין פולקאם גרייט צו גיין אין קריג.

זיינע פויסטן זענען שוין פארשטייפט און זיין שווערד איז אויף אים אנגעהאנגען פון נעכטן נאכט, ער האט שוין געזאגט פאר זיין ווייב אז זי זאל שוין אנגרייטן א גרויסע סעודה אויף ווען ער קומט צוריק, עס גייט זיין א סוקסעס פון א מלחמה, ער לעקט שוין אפ זיינע וואנצעס פון די ניצחון שפייעכטס.

און אט איז דער טאג שוין דא, נאך א שלאפלאזע נאכט פון ווארטן אן געדולד זעט ער שוין די זון זיך ארויסשטעקן פון העכער די בערג, עס הייבט שוין אן טאגן און ער ווערט שוין גרייט, זיין אטעם פארשנעלט זיך מער און מער, ער גייט אין ביהמ"ד דאווענען ותיקין, ער לויפט אהיים, וועקט אויף דאס ווייב און עסט פרישטאג, און מען גייט שוין ארויס אין קריג.

דער קאמאנדיר מיטן לאנגן בארד וועלכע זאגט מיט זיך עדות פון א רייע סוקסעספולע מלחמות וואס ער האט שוין מיטגעלעבט רופט אויס אז מען זאל זיך שטעלן אין די רייע, "הערט אויס!" שרייט ער, און אלע פארנויגן זיך פארן גענעראל, איינער פון די גרופע, יהויקים, האט זיך פארנויגט א סעקונדעלע צו שפעט און זיך ארויסגעשטעלט פון די גרופע, ער איז אויפן ארט אהיימגעשיקט געווארן דורכן קאמאנדיר.

מען לאזט זיך ארויס אין קריג, די טרופן מארשירן אריין אין די שלאכטפעלד, דאסמאל איז עס אין איינע פון די לענדער ביי די גבולות הארץ, מען גייט איבערנעמען דאס שטח כדי עס זאל פארבלייבן ביי עם ישראל און פארגרעסערן דאס לאנד, מען קומט שוין אן אין די הויפט שטאט, די קעגנזייטיגע מיליטער האט אנגעגרייט א קאנטער אטאקע וועלכע איז שנעל דעאקטיוויזירט געווארן דורך די אידישע מיליטער.

ברק באמערקט פלוצלינג א שאטן וועלכע שטרעקט אויס הייס געווער אין ריכטונג פון זיין גרופע, אויף די רגע הייבט ער אן צו לויפן אין יענעם ריכטונג אויף יענעם צו כאפן, די שאטן לויפט שנעלער און שנעלער, ברק אטעמט שווער, ער זעט ווי די שאטן לויפט אראפ עטליכע טרעפ אריין אין א קעלער, ער שטויסט אויף די פארשלאסענע טיר און דערזעט זיך אינעווענדיג, ער קוקט ארום ווען ער האלט זיין שווערד אויסגעשטרעקט און פאכעט צו אלע זייטן, אט איז די שאטן!

ער זעט אן איינגעקורטשעטע געשטאלט אין ווינקל פון צימער, די הענט אויפן קאפ פרובירן זיך צו באשיצן פון דעם סאלדאט, ער קוקט עס אן און זעט אז עס איז נישט מער און נישט ווייניגער, א יונגע מיידעלע, קוקט אויס צו זיין נישט מער ווי ניינצן יאר אלט.

ער כאפט איר אן ביים קארג און בינדט איר איין די הענט פון הינטן, זי וויינט און פראטעסטירט אבער ברק מאכט זיך נישט הערנדיג, ער נעמט זי ארויס פון קעלער און הייבט זיך אן איינקוקן אין די געשטאלט פון זיין געפאנגענעם, ער אטעמט שווער און גרייט זיך אריינצושטעכן מיט זיין שארפן שפיז אין איר קערפער, זיינע בליקן טרעפן זיך אויף א סעקונדע מיט אירע און עס הייבט אים אן געפעלן, פלוצלינג הערט ער ווי זי בעט זיך ביי אים אז ער זאל איר פריי לאזן, אז ער זאל איר נישט אומברענגען.

ברק גיבט איר א גלעט אין באק און זאגט איר "זארג זיך נישט, איך גיי דיר נישט הארגענען, איך וועל דיר נעמען מיט מיר קיין ארץ ישראל, עס וועט דיר זיין גוט דארט".

ער כאפט איר אן און לייגט איר ביים דעזיגנירטן ארט פון די געפאנגענע, ווער עס קוקט אויף איר שרייט ער מיט א באסאווער שטימע "זי איז מיינס! אויב ווילט איר אויך קענט איר גיין פאנגען!".

און ווען עס הערט זיך דער פייף פונעם קאמאנדיר וועלכע צייגט אז די קריג איז שוין א פארגאנגענהייט, אז די טעריטאריע איז שוין אין אידישע הענט און אז מען קען פייערן זיג אין די שונאים, כאפט ברק אן זיין ארעסטאנטקע און שפאצירט מיט איר שווייגענדיג דעם לאנגען וועג אהיים.

ווען ער קומט אן אהיים און זיין רעבעצן לויפט אים אנטקעגן מיט אויסגעשטרעקטע הענט, זי לייגט עס אבער באלד אראפ זעענדיג מיט וועם ער איז דא אהיימגעקומען, ער איז אבער פארסאפעט און קען איר נישט דערציילן את כל הנעשה און ער וויל נישט יעצט דארפן אפגעבן דין וחשבון פארוואס ער האט יעצט אהיימגעברענגט אט די ארעסטאנטקע פונעם שונא'ס לאגער, ער הייסט איר זיך זעצן אין סאלאן ביז ער וועט קומען, זיין ווייב גרייט אן די טיש אין חצר און ברענגט קוילן אויף אונטערצוצינדן דעם פייער, זי איז נישט רואיג ביז ער פארשפרעכט איר אז ביז וואס ווען שיקט ער שוין אהיים די געפאנגענע דינסט.

אבער זיין רייץ ברענט נאך אין אים, ער וויל נאכאלס זיך פאראייניגן מיט די געפאנגענע, אירע געשרייען אין קריג האבן אים זייער צוגעצויגן צום הארץ און ער האט נישט געוואלט אויפגעבן אויף די דמיון פון זיין אינאיינעם מיט איר, אבער ער איז דאך א רעליגיעזער איד, ער וועט נישט קענען טאן עפעס וואס די תורה ערלויבט אים נישט, ער געדענקט אבער גאנץ גוט וואס מען האט אים געווארנט פאר זיין ארויסגיין אין מלחמה, נישט טאן קיין זאכן באיסור, נאר ער וועט יעצט מוזן ווארטן דרייסיג טעג און נאר דאן וועט עס זיין מותר פאר אים צו טאן ווי זיין ווילן.

מיט טרערן הייבט ער אן מסביר זיין אז זי וועט דא מוזן פארבלייבן אויף א מאנאט, ער הייסט איר אויך פארטוישן איר שיין קליידעלע מיט אן אפגענוצטע שטוב קלייד, ער ברענגט איר א גרויסער שערל און באפעלט איר אראפצושניידן די לאנגע האר פון איר קאפ, זי הייבט אן וויינען אויפן קול און קען זיך נישט בארואיגן, אבער ברק מאכט זיך נישט הערנדיג, אזוי זיצט זי אין סאלאן און וויינט פאר דרייסיג טעג.

ווען ברק האט זיך דורכגעדרייט משכ'ן חודש אריין און ארויס זעענדיג זיין אידישע ווייב שיין און שמייכלנדיג און דאס גוי'יש געפאנגן קינד וואס האט אים אזוי אויפגערייצט זיצט פארמיאוסט מיט לאנגע נעגל וויינענדיג, האט ער זיך אינערליך בארואיגט.

און ווי פארשטענדליך נאך דרייסיג טעג האט ברק איר באפרייט און אהיימגעשיקט נישט ווילנדיג מער טאן דאס וואס האט אים אין אנהייב געשיינט.

און אזוי האט ברק מיטן היטן די תורה, אפגעשוואכט דעם יצר הרע.
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר