ריכטער קאוואנאוו, א קרבן פון האס און אגרעסיע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3329 מאל

ריכטער קאוואנאוו, א קרבן פון האס און אגרעסיע

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן - עס קערט זיך א וועלט. די ניו יארק טיימס האט פארעפענטליכט א פרישע געשיכטע, איבער סעקסעאלע מיסברויכן, וואס דער הויך געשעצטער אויבער-ריכטער קאוואנאוו איז אנגעבליך באגאנגען אין זיינע יונגע יארן ווען ער האט שטודירט אין אוניווערסיטעט.

ווי נאר די הייסע נייעס האט דערגרייכט די מידיא-כוואליעס האט א מעכטיגער שטורעם אויסגעבראכן אין לאנד. דאס לאנד האט זיך נאך אלס נישט פולשטענדיג ערהוילט פון די גרוילהאפטיגע און ברוטאלע סענאט פארהערן ביי זיין באשטעטיגונג אינעם סענאט. די פרעצעדענטלאזע, האר-אויפשטעלענדע און נידעריגע באנעמונג פון די ליבעראלע סענאטארן האט ארויסגערופן עקל און אפשיי ביי יעדע רעכטדענקיגער באשעפעניש. די הייסע טרערן וואס דער הויכגעשעצטער ריכטער האט געלאזט פאלן דורכאויס די נידערטרעכטיגע סענאט פארהערן - האט אויפגעשטורעמט יעדענס הארץ. ס'איז אבער נישט געווען קיין וואונדער ביי קיינעם. ביי די ליבעראלן ווען עס קומט צו זייערע נידעריגע אמביציעס און צו אויסצופירן זייערע נידעריגע אגענדעס איז נישט פארהאן קיין זאך אויף די וועלט וואס זיי וועלן נישט טאן, אפגעזען פון רשעות און בארבאריזם און פארניכטונג. אבער דער גרויסער ג-ט איז געשטאנען אויף די וואך - און נישט ערלויבט פאר די ליבעראלן דורכצופירן זייערע פינסטערע פלענער. און די נאמינאציע פון ריכטער קאוואנאוו איז באשטעטיגט געווארן אינעם סענאט.

ווי עס איז זעלבסט-פארשטענדליך האבן דאס די ליבעראלן נישט געקענט אראפשלינגען – זייער האס צום הויכגעשעצטן ריכטער קאוואנאוו איז גענצליך ארויס פון יעדע פּראָפּאָרציע. זייער שאנדפולער האס און אגרעסיע ווערט נאר גרעסער און גרעסער פון טאג צו טאג ווען זיי זעען ווי דער קאנסערוואטיווער געשטימטער סופרים קארט אורטיילט מיט גערעכטיגקייט און שטייט אויף די וואך צו פארטיידיגן די קאנסטעטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן. דאס פאראורזאכט פאר די האסנדע ליבעראלן שלאפלאזע נעכט – זיי ווייסן גארנישט ווי זיך אהין צו טאן פאר אויפרעגונג.

און צוגאב האבן זיי נאך בייזע קאשמארן איבערן צוקונפט. די הויכגעשעצטע ליבעראלע ריכטערן רות באדער גינזבורג, אדער ווי זי איז באוואוסט מיט איר אידישע נאמען, יוטא רחל גינזבורג, ווערט נישט יונגער, און איר געזונט איז אויך נישט אמבעסטן. דאס באדייט אז פרעזידענט טראמפ וועט פילייכט באקומען א געלעגנהייט צו נאָמינירן א דריטער קאנסערוואטיווער ריכטער. דאס איז דער ערגסטער קאשמאר וואס זיי האבן, און זיי זענען אויסן דאס אפצושטעלן פאר יעדע פרייז אין די וועלט. זאגאר אנשטאט זיך אויפצופירן ווי מענטשן און נאכפאלגן די דעמאקראטישע פאליטישע סיסטעם - וואס איז איינגעשטעלט ווי אזוי די רעגירונג זאל זיך פירן – טוען די ליבעראלן זיך באנוצן מיט געמיינע אינטריגעס און באשמוצן אומשולדיגע מענטשען בלויז זיך צו קענען דערשלאגן צו מאכט. ס'איז א שאנדע פאר אמעריקע ווי נידעריג די דעמאקראטישע פארטיי איז געפאלן...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר