גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין

שליחה דורך גדליה »

די בארימטע וואוילטעטיגע פערלס ארגאניזאציע, וועלכע האט זיך שוין בארימט געמאכט מיט אירע פריוון אריין צו ברענגען קאממע"ן קאו"ר ביים היימישען ציבור, און צו קעמפען קעגען מאסטער וועלכער פראבירט אויך צו טוהן די זעלבע זאך, פירט אצינד דורך א דראמאטישע און גרויסארטיגע קאמפיין צו שאפען געלד פאר זייערע וואוילטעטיגע אקציעס.
אין א גאר פאבליצירטע "כלל ישראל" קאמפיין טוהט די פערלס ארגאנזיאציע פאררופען א ריזן אקציע צו שאפן גרויסע געלטער, וועלכע וועלען העלפען אויסברייטערען די אקטיוויטעטן פון פערל"ס.
פערל"ס האט אין די פארגאנגענהייט ארויסגערופן אויפברויז פון אינערהאלב די מער קאנסערוואטיווע פליגעל אין די סאטמארע פארטיי, ווען פארשידענע גדולי ישראל זענען ארויסגעטרעטן קעגען זייערע פעולות, טענה'נדיג אז זיי זענען משתף פעולה מיט אונזערע ארכי שונאים, די יעניגע וואס ווילען איינפירען מ'זאל אויסלערנען קינדער ווי אזוי צו רעכענען נאמבערס, און שרייבען אויף די ענגלישע שפראך, מיט די לאטיינישע בוכשטאבן.
די רעכטע עלעמענטען האבן ארויסגעברענגט אין מערערע פליג בלעטלעך אז פערל"ס שטעלט אן א דאפעלטען פנים: פון איין זייט זאגען זיי אז זיי ארבעטען צו באקעמפען די פריוון אויסצולערנען נאמבערס און עי בי סי פאר די חרדי'שע אינגעלעך. פין די אנדערע זייט אבער, לויטן די אומשטעטיגטע קלאגעס, טוען זיי אקטיוו מיט ארבעטען מיט די צד שכנגד, און זיי פארהאנדלען און מאכען פשרות, אזוי ארום אז ביז א קורצע צייט וועלען מעגליך די קינדערלעך יא זיין באהאווענט אין נומבערס און עי בי סי'ס.
אבער ממש לעצטענס איז פערל"ס געווארן אטאקירט פין די מער צענטער-לינקע פליגלען אינערהאלב די חרדי'שע-חסידישע פארטייען.
די רעדע איז איבער די אפעקטיוויטעט פון די פערל"ס ארגאנזיאציע. מאנכע זאגען אז דאס געלט וואס גייט געשאפען ווערן פון די היימישע ערליכע אידנטום, אידען וואס מוטשען זיך צו לייגען ברויט אויפ'ן טיש, און צאלן שווערע טויזענטער חודש'לעך צו קענען וואוינען נעבן די יאפיס פון סאוט וויליאמסבורג, וועט אינגאנצען נישט גיין פאר די וואוילטעטיגע אקציעס פון עהרליכע עסקנים צו באקעמפען פרעמדע לימודים, נאר פאר היימישע עסקנים פון איינע פון די סאטמערע קרייזען, וועלכע איז נאנט פארבינדען מיט פערל"ס.
שמועות קורסירען אז די פילע מיליאנען וואס ווערן אין די איצטיגע טעג געשאפען, וועט גיין אויף וויכטיגע צוועקען, צאלען גראסערי ביללס, שכר לימוד ביללס, וכדו', פון חשוב'ע עסקנים וואס געבען זיך אוועק בלב ונפש פאר די קאמפיין.
די זארג איז אז די עסקנים וועלען נעמען דאס רוב פון די געלט, אלץ שכר בטילה פאר'ן אנפירען מיט די גרויסארטיגע קאמפיין, און מען וועט נישט האבען די נויטיגע פאנדען צו קענען מבטל זיין די עי בי סי'ס און נאמבערס ווי אויך די פלוס און מייניס צייכען, פון אונזערע לימודים אין די חדרים.
די וואס זענען באהאווענט אין די דין ודברים, ווערען געבעטן צו קומען ארויסגעבען וואס זיי ווייסען.
די פרשה האלט זיך אינמיטען אנטוויקלען. פרטים יבואו
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 75 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר