כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 317 מאל

כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א

שליחה דורך שלמה המלך »

דאס לצנות איז געוואלדיג גרויס, ס'איז די ניין טעג עס איז נישט קיין צייט פון טרייבן לצנות אבער אס עס גייט אמאל איבער די גרעניץ וויל זיך אביסל מיטטיילן מיט'ן ציבור הרחב

אמאל האט יעדער געוויסט ווען מ'האט גערעדט פון האצענפלאצע רבי וועם מ'מיינט, אפילו עס איז דא א ים מיט ספינקא רבי'ס, נדבורנא, קרעטשניף וכדו' האט אבער פארט יעדער געוויסט פון ווועמען מ'רעדט! דהיינו ספינקא רבי פון 18 עוויניו, פון וויליאמסבורג, טבא דשמואל וכדו' קרעטשניפער פון ארץ ישראל, נדבורנה פון חדרה וכדו' מ'האט מער ווייניגער געוויסט פון וועמען מ'רעדט - פאר וועם עס האט אינטערעסירט! -

ווער רעדט נאך פון גרויסע רבי'ס וואס האבען גרויסע קאמפעניס איז אלץ געוועהן א קלארקייט פון וועם מ'רעדט: וויזניץ פון אר"י/בני ברק, און די מאנסיער וויזניץ וכדו' אןו טאקע סאטמאר האט מען געריפען ארונים מיט זלונים זייער קלאר צי וויסען פון וועם די מדובר איז און דאס איז טאקע געווען די גרויסע דין תורה אין באבוב ווער האט "די נאמען" און ווער מיז צילייגען א שם לויי

אזוי ארבייט עס ביי יעדע קאמפעני און אזוי אויך ביי די רבי'ס מ'ווייסט אלץ פון וועמען מ'רעדט אמאל גלייך ביים זאגען: מאשעלוי סקווירא פאפא אדער דאראג, און אמאל מיז מען צילייגען א שטאט א נאמען א רמז צי מאכען קלארער די בילד.

דאס לצנות האט זיך אנגעפאנגען ווען די צוויי ברודער פון בני ברק זענען געווארען (גרויסע) רבי'ס אין איין שטאט, און די בלעטער מיט די פיקשער בוק'ס וכדו' האט זיך נישט געוויסט וויזוי צו ספראווען קיינעם נישט וויי צי טוהן! כדי נישט צו פארלירען אזעלעכע גרויסע קליענטען.... האבען זיי אלע געשריבען סת"ם "כ"ק אדמו"ר פון וויזניץ שליט"א" האט באזיכט זיין ברידער כ"ק אדמו"ר פון וויזניץ שליט"א און כ"ק אדמו"ר פון וויזניץ שליט"א האט ארויסבאלייט זיין ברודער כ"ק אדמו"ר פון וויזניץ שליט"א.

דאס אלעס איז נאך געוועהן אביסל פעינפול / פאני / אינטערעסאנט / משוגע / שמייכעל'דיג - יעדער לפי מה שהוא, וויזוי ער האט דאס אנגענומען - היצטערט אבער מיט נאך 8 כ"ק אדמו"ר פון וויזניץ שליט"א'ס אויף די מארקעט איז די לצנות אויף א גרויסע פארנעם, ארויס פון די גבולין אז נאר!!!

דא וועל איך מעתיק זיין אן ארטיקן דעם היינטיגען טאג פון JCN (באמת) עס ליינט זיך ווי פאלגענד:

וויזניץ: כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פארט היינט ארויס פון לאנדאן צום אפרוה שטאט חאלדודנא, ווי דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן צוזאמען מיט ש"ב כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א וועלכער איז געקומען פון בני ברק אויף אפרוה און מיט אחיו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וולכער איז געקומען אויף אפרוה פון בית שמש.

דער עולם האלט זיך אינטער, און עס בלייבט אונז איבער נאר איין ווארט צו וואונטשען פאר:
כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א

זייטס אלע שטארק מצליח און פירט אייער קהולות קדושות בישראל על מי מנוחות.... און פאר די אלע שרייבער "קיפ אפ יאר גוד ווארק" מיר ענדשויען זיך...

שישי ושמחו בשמחת רבינו

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר