למעשה פאר איך יא קיין אומאן דאס יאר...

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

למעשה פאר איך יא קיין אומאן דאס יאר...

שליחה דורך ספרא דמרא »

"איך פאר נישט קיין אומאן דאס יאר!" איז געווען מיין סלאגאן די לעצטע פאר מאנאטן פאר אלע מיינע ידידים וועלכע האבן מיר געפרעגט אדער געוואלט וויסן וואס מיין חוות דעת איז אויף די געפארעריי, איך האב ביי זיך געהאט אפגעמאכט א פעסטע החלטה אז אומאן מיט מיר גייען זיך נישט טרעפן דעם יאר, פארוואס? זייער פשוט.

איך בין געפארן פאראיאר נאכן ווערן איבערצייגט דורך עטליכע פריינט אז דאס איז די זאך, איך בין א מענטש אן א עקסטערע שייכות צו ברסלב, איך בין אבער נישט פרעמד און אומוויסנד און א נייגעריגער בין איך אויך, דעריבער בין איך צום סוף געפארן פאריגע יאר.

עס האט זיך אנגעהויבן ווען איך האב געבוקט א פלייט מיט לופטהאנזא וועלכע האט געלאנדעט גאר שפעט און נאנט צו ראש השנה, א דירה האב איך געקריגן פון א אינגערמאן וועלכער האט מיר פארשפראכן אלס גוטס, ער האט מיר געזאגט אז עס קומט א ברענד ניו דירה גרייט אריינצוגיין מיט א מקוה און אלע צוגעהער, איך האב געהערט און געווען צופרידן אפילו מיטן הויעכן פרייז וואס ער האט מיר געבעטן.

אבער ווען איך בין אנגעקומען אין די דירה האב איך געזען אז ער האט מיר טאקע קיין ווארט ליגנט נישט געזאגט, די בנין איז טאקע ניי און ניטאמאל געפעינט געהעריג, אין מיין צימער איז נאכנישט געווען אפילו אינסטאלירט א טוילעט און א שויער, דאס איז חוץ פון דעם וואס מיין מאטראץ אויפן אויבערשטן באנק בעט איז געווען שטויביג און ארומגענומען מיט א גראבע פלאסטישער צודעק, אזוי אויך האט די מקוה וואס איז אויך נאכנישט געווען גרייט צום באנוץ געהאט א איבריגע שטייער פון פופציג טאלער… שפעט איז שוין געווען און אפיאגן איז אויך נישט קיין עסק, האב איך זיך געמוזט באגענוגן מיט וואס איך האב געקריגן, איך האב געקלערט אז עס וועט זיין א כפרה די געלט.

עס האט געגאסן, איך בין געווען הונגעריג, איך בין געווען פיבעריג, געשוויצט און געפרוירן פאר קעלט אינאיינוועגס, א שווערע נסיעה איז דאס געווען סתם אזוי, ווער רעדט נאך פון די תפילות ראש השנה, עס האט מיר נישט געטרייסט די ברסלב'ע חיזוק ווערטער אז נישט געדאווענט און נישט געלערנט כאטש ביים רבי'ן געווען אויף ראש השנה… עס האט מיר נישט צוגעהאלפן צו גארנישט און דעריבער האב איך אפגעפראוועט א גאר נעבעכדיגן ראש השנה אין אומאן.

איך בין אריין צום ציון און מתפלל געווען אבער גארנישט געזען אדער געשפירט עקסטער, עס איז מיר פשוט געווען שווער יעדע מינוט און איך האב געווארט אהיימצוגיין, ענדליך ווען איך האב געהאט מיין פלייט האב איך געכאפט פעק און זעק און אפגעפוצט זיך נישט בענקענדיג קיין רגע.

און דעריבער בין איך געבליבן פאראיבלט אויף דעם פלאץ, און זיך נישט גערירט פון מיין ענדגילטיגע החלטה אז איך פאר נישט קיין אומאן מער אויף ראש השנה.

די יאר וואס איך בין דורך האב איך נישט געוואלט פארן בשום אופן, עס האט נישט געהאלפן די הפצרות פון מיינע חברים און ידידים, איך בין געווען פעסט ביי מיין מיינונג, אומאן איז נישט פאר מיר געזאגט געווארן און איך וועל דאווענען ביי מיר אין מאנסי אזויווי אייביג ביז יעצט.

נעכטן איז געווען ווייניגער ווי א וואך פאר ראש השנה ווען מיין חבר רופט מיר אן און הייסט מיר דרינגענד קומען צו זיין אפיס, איך האב אין אנהייב נישט געוואלט וויסנדיג אז ער איז זייער א שטארקער ברסלב'ער אנהענגער און ער וועט נישט נאכלאזן ביז איך וועל פארן אויף אומאן, אבער מיין געפיל האט מיר געזאגט פאר.

ווי איך קום אריבער צו אים אין אפיס מישט ער מיר אויף אויפן קאמפיוטער און ווייזט מיר א פי.די.עף. מיט מיין טיקעט און האטעל בוקינג, דער אונטערוועלטניק האט איבערגעדרייט א שטאט און מיר געשאפט אלעס אונטערן רוקן.

אויב אזוי, וואס קען איך טון? אז ער האט מיר שוין אלעס געשאפן קען איך קיין אנזעצער נישט זיין...

דעריבער פאר איך דאס יאר און מיט א נייע האפענונג אז איך זאל קענען ברענגען גוטע גריסן און זיך אויסבעטן אלעס גוטס.

רבי נחמן, איך וויל גלייבן אין ראש השנה אין אומאן, צייג מיר צו...
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר