אבשלום אין דער וועקער #16

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

אבשלום אין דער וועקער #16

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

יא, דאס בין איך...

הערשט לעצטנס, האט מען ערלויבט און אינסטאלירט צוטריט צו דער אינטערנעט אין גן-עדן... עס האט גענומען א שטיק צייט, עס האט זיך געטאן דערויף מערכות צווישן די מלאכי השרת, אבער די איינוואוינער פון גן-עדן האבן שטארק פארפירט, אז זיי דארפן האבן צוטריט צו דער דאזיגער אור-הגנוז, וואס מ'קען זען דערמיט מסוף העולם ועד סופו, און בעצם האט דאס שוין אדם-הראשון געהאט, נאר מען האט עס אוועקגעלייגט פאר אונזער דור, לעתיד לבוא. דעריבער, פארוואס זאלן נאר די הונטערשטע געניסן דערפון?! - אויך פאר די פון אויבן קומט צו געניסן פון דעם גרויסן אור...

וואס עס איז נוגע די נסיונות און די שוועריגקייטן וואס דער אינטערנעט קען צוברענגען? - וואס איז דאס שייך אויבן אין הימל?! - מיר זענען דאך נשמות... מיר וועלן נכשל ווערן? - אמער, מיר זענען נישט קיין מוסלומענער... מילא אויף די הונטערשטע וועלט, איז דא א סברה אז זיי קענען נישט פארנעמען דעם גרויסן אור, א בחינה פון הצית ונפגע, אבער מיר דא? - פארוואס זאלן מיר נישט נהנה זיין...

אזוי צי אזוי, האט מען אונז בארעכטיגט, און אצינד האבן מיר די געלעגנהייט זיך צו מחבר זיין אויפן ברייטן נעץ.

נו, וואס זעה איך?.... מען איז מיר דן ווי א סוטה, מען באוואשט מיר במשך אלע דורות, מען מאלט מיר אראפ ווי א פשוט'ער סורר-ומורה, אלס איינער וואס זוכט כבוד און גאוה, א מאסן מערדער און בעל-תאוה - מעשי ידי יואב בן צרויה... ס'איז אים געלונגען. דער אויבערשטער ווייסט אז איך בין קיינמאל נישט געווען אזא סארט. נו, וואס זאל איך טון אז חושי הארכי האט מיר אריינגעלייגט אין פעקל, און אז יואב בן צרויה האט געהאט בעסערע קאנעקשנס ווי מיר?

נישט אז ס'שטערט מיר, איך זיץ דא אין גן-עדן און איך בין נהנה מזיו השכינה, אבער איך האלט אז עס איז נישט מער פון יושר אז די ערדישע זאלן וויסן דעם אמת און פארשטיין די געשעהענישן פון מיין קוק וואונקל, וירא הקהל וישפוט.

אנקומענדיג אהער אין קאווע שטיבל, האב איך געפינען פאר ריכטיג דא צו עפענען מיין קעיס, צו שרייבן דא אן ארטיקל פאר די בני אור. איך האב אויסגעקליבן דעם וועקער אויף דעם צוועק און דארט זיך קלאר מסביר געווען כשלחן הערוך.

הויבט מיר אן אנצוקוקן מיט אן אנדערן בליק, ווערט נישט איבערגענומען פון אנדערע שמועות וואס איר הערט און דזשאט מיר ריכטיג מיט יושר. איך בין געווען א גאטפארכטיגער איד, א מדקדק בקלה כבחמורה...

אידן, טוט א טובה פאר אייך! איך בין נישט קיין מאנסטער, איך בין נישט קיין ארכי-רוצח! לערנט מיר אפ פון פריש. איר מעגט אמאל צינדן ליכט פאר מיר, זאגן אביסל תהלים פון מיין טאטע'ן ע"ה פאר מיינעט וועגן. איך זאג אייך צי, אז איך וועל זיך מיען פאר אייך אויבן אין הימל און אייך א טובה טון בעלמא דקשוט. איך האב גרויסע כוחות, איך האב אפגעפירט א הערליכער לעבן פארן אויבערשטן, און איך האב געטאן וואס איך האב געקענט צו ברענגען גערעכטיגקייט אין גאט'ס לאנד, ארץ-ישראל, ארויסהעלפן אידישע קינדער. ועל-כולם, האב איך איבערגעגעבן מיין זעל כדאי צו ראטעווען מיין טאטענ'ס מלוכה, מלכות בית דוד, און בכלל ארץ-ישראל, שטעבנדיג אריינצוגעבן ערליכקייט און הייליגקייט צווישן אידן.

איך האב נאך געהאט אסאך פלענער פארן עתיד פונעם אידישן פאלק, איך האב בלויז אנגעהויבן מיין ארבעט. איין זאך קען איך צולייגן צו מיין קרעדיט, אז דורך מיר איז יואב אראפ פון טיש. ער איז שפעטער געגאנגען און געשטיצט אדוניה, אבער דעמאלס האט זיך שוין מיין טאטע נישט געלאזט פון אים. א דאנק מיר איז שלמה געווארן דער קעניג, און ער האט ווירקליך געבויעט דער בית-המקדש. א גוטער ווילן האב איך זיכער געהאט, און מיין גוטער ווילן רעכנט דער אויבערשטער כאילו איך האב אויסגעפירט אויך. איך האב געהאט דער געלעגנהייט אויסצופירן פיל גוטע זאכן צווישן כלל-ישראל. איין זאך קען איך זאגן, איך האב קיינעם נישט געטשעפעט און קיינעם נישט בא'עולה'ט.

איך קען אייך זאגן איין זאך! – די סיבה פארוואס איך האב געליטן, איז בלויז צוליב דעם וואס איך האב געטאן פארן פאלק. אזוי ווי פיל גרויסע לייט, וואס האבן געזען א פארדארבענע מצב און זיי האבן זיך גענומען טון, דאן האבן זיי אנגעהויבן צו ליידן רדיפות, פונקט אזוי האב איך געליטן פאר די זעלבע סיבה. אז עס שטייט אויף א רב אין א קהילה, און הויבט אן צו ארבעטן, באקומט ער שונאים. פונקט דאס איז געשען מיט יואב בן צרויה. ער האט געוואוסט אז איך וועל נישט דולדן זיינע השחתות, איך וועל דאס נישט דערלאזן און אונטער מיין זייגער וועט דאס נישט פארקומען. דאס האט ער נישט געקענט סובל זיין, און אנגעהעצט דעם קעניג קעגן זיין טייערן קינד, דער יורש-עצר, וועמען ער האט געוואלט זען זיצן אויפן טראן.

יעצט, ווען עס שטייט אויף א דור, וואו מען טראכט פונדאסניי, און מען האט די געלעגנהייט צו באטראכטן מיט א ניכטערן בליק אמאליגע זאכן, איז דער ריכטיגער צייט זיך א באטראכט געבן בנוגע מיר. חז"ל האבן אין פאקט נישט מזלזל געווען אין מיר, און אויב יא, איז דאס בלויז אזוי ווי מען האט גערעדט פון שמשון אדער אנדערע גדולי ישראל. אין פאקט זענען די גדולי ישראל געווען מיט מיר, די ראשי סנהדראות און די שטוב מענטש פון דוד – אויסער יואב מיט זיינע מענטשן. נעמט דאס אין באטראכט און קוקט אויף מיר אנדערש, מיט א ניכטערן בליק. איך זאג אייך צי אז איך וועל אייך נישט שולדיג בלייבן, און איר וועט זען גרויסע ישועות בזה ובבא.

דאס איז די סיבה פארוואס איך האב געשריבן דעם ארטיקל אין וועקער.

בנוסף צו דעם, עפן איך אצינד דעם אשכול, וואו דער ציבור קען זיך לאזן הערות, וואס זאגן זיי נאכן לעזן מיינע רייד און ווי אזוי זיי נעמען אן די ווערטער, זאל דאס זיין א תיקון אויף די וועלט און יענע וועלט.

אויסער דעם איז אלעס דא אין גן-עדן זיס און ליכטיג. וואס איז שייך שענער פון נהנה זיין מזיו השכינה?!

מיט כבוד און עהרע
אבשלום בן מעכה

(געשריבן דורך חקרן)

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר