ווען דער רמב"ם האט פראפעגאנדירט פאר שבתי צבי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8115 מאל

ווען דער רמב"ם האט פראפעגאנדירט פאר שבתי צבי

שליחה דורך ונבנתה העיר »

(טייערע פריינט, זייט מוחל דעם ארטיקל'ס אויסשפראך, כ'האב עס געשריבן פאר א היימישע אויסגאבע, און זיי האבן עס נישט געוואלט נעמען.)

---------------

שארלאטאנען, בלאפער, שווינדלער און זייפנים, זיי זענען אלעמאל געווען מיט אונז. עס זעט אויס ווי זיי זענען טייל פון די בריאה, מעגליך גאר די עלטסטע פראפעסיע אין היסטאריע. עס האט נישט גענומען מער ווי עטליכע שעה ביז מען האט פאר די ערשטע מענטשן פארקויפט דאס טויט אליין, אין פארעם פון א גלאנציגען עפל.

זייט קבלה איז נתפשט געווארן ביי אידן, האבן די חברה אריינבאקומען א נוצבארע געצייג צו די שווערע ארבעט זייערע: מיסטיקע. אז מען קען זיך פארגלייזן די אויגן און מורמעלען ווערטער אומבאקאנט פאר'ן המון, איז דאך שוין א האלבע ארבעט אפגעטון.

און טאקע ווייל קבלה גיבט זיך אפ מיט העכערע השגות, מיט מיסטישע קאנצעפטן וועלכע קענען נישט געטאפט ווערן מיט פיזישע חושים, האט זי נישט קיין ארט פאר פארווע שפילער, אזעלכע פוסחים על שני הסעיפים. איז ער טאקע אן ערליכער איד, אן עובד ה', און האט עס מקבל געווען (- הענס, קבלה) פון גרויסע לייט, יודע אני שהוא מקובל, ואם לאו יודע אני שהוא מטורף...

דער באבוב'ער רב זצ"ל, רבי שלמה, האט מיט גרויסע ניסים איבערגעלעבט די לעצטע קריג, און געגרייכט די פרייע אמעריקאנער שטאטן צוריק אויפצובויען דאס אידישקייט פון אמאל. מיט אים האט אויך איבערגעלעבט זיין מאמע הרבנית ע"ה, וועלכע איז שפעטער נפטר געווארן אין אמעריקא און ליגט באהאלטן אין ניו דזשערסי.

זיין גרויסער טאטע, דער קדושת ציון פון באבוב, האט ליידער נישט איבערגעלעבט דעם קריג. אין יאר תש"א איז ער אומגעברענגט געווארן אין א וואלד נעבן די שטאט יאנוב, צוזאמען מיט נאך צוואנציג טויזנט אידן הי"ד. דער פונקטליכער ארט וואו ער ליגט איז געבליבן אומבאקאנט.

האט זיך געמאכט אז א שארלאטאן, א חוזה חזיונות און הוזה הזיות, איז אריינגעקומען צו רבי שלמה, און פארגעלייגט אן איינמאליגער געלעגנהייט: אזויווי ער האט אפענע אויגן, איז ער גרייט פאר א שיינעם סכום, מגלה צו זיין פונקטליך וואו דער קדושת ציון הי"ד ליגט באערדיגט.

ענטפערט רבי שלמה: גוט, א שיינע הצעה. אבער זאגט מיר נאר קודם, וואו ליגט די מאמע ע"ה?...

צו וואס וויל איך צוקומען? אט הערט איבער אן אויסער-וועלטליכען זיוף, און דער מעגליכער אידענטיטעט פון דעם זייפן. און ער איז טאקע געווען א גרויסער מקובל.

-------------

מיט א צייט צוריק, שפאצירנדיג צווישן די ווירטואלע ווענט פון דעם אוניווערזיטעט פון פראנקפורט שעל נהר מיין, היפנאזירט פון די אומצאליגע כתבי יד וועלכע נעמען ארום הונדערטער יארן פון אונזער היסטאריע, באגעגן איך זיך מיט אן איידעלען באנד, מיט א טרוקענעם עניוות'דיגן נאמען - 'איוב'.

ווי אינטערעסאנט קען עס שוין זיין? נאך א כתב יד פון ספר איוב, באפעפערט מיט פרישע טעיות מן הסתם?

אבער, דער דאזיגער כתב פון ספר איוב, האט מיט זיך א לאנגע הקדמה, געשריבען אין א פארצייטישען ספרד'ישען כתב. ווער חתמ'עט די הקדמה פרעגט איר? אה, זעצט אייך אראפ, און כאפט זיך גוט אן די נאז... די הקדמה איז אונטערגעשריבען בזה הלשון:

"כ"ד משה בר מיימן מעיר קורדובה אשר בספרד ותשלום המלאכה בשנת ארבע אלפים ותשע מאות ותשעה וששים לבריאות עולם"

הא, וואס? כ'זע גוט? אט איז אנטדעקט געווארן א נייער כתב יד פון דעם הייליגען רמב"ם?

אבער אריינמישנדיג ווייטער אין דעם כתב יד פונעם עצם ספר, ווערט מיר רויט פאר די אויגן. יא, רויט, כפשוטו.

דער גאנצער כתב יד איז געשריבען אין רויטע אותיות. טאקע אותיות, אבער נישט אין א שפראך וועלכע איז מיר באקאנט. פאקטיש איז דער שפראך נישט באקאנט פאר די מענטשהייט בכלל, עס איז א מלאכים-שפראך אין פולען זין פון ווארט.

ספר איוב געשריבען מיט'ן געהיימען הימלישען כתב
ספר איוב געשריבען מיט'ן געהיימען הימלישען כתב


וואס רעד איך דא? לאמיר כאפן א בליק אין די הקדמה, שיין געשריבן אין לשון הקודש.

זאגט ער אזוי:

"הנני יושב פתח האהל לראות אם יש עובר ושב להכניסו בדלתות ביתי בדברים נאים המפתים ואומר בא ברוך ה' אשריך שזכית לדפוק ולכנס בשער. ומי בכם ירא ה' שומע בקול עבדו. ולקטן כגדול אני אומר אם נא מצאתי חן בעיניך אל נא תעבור עד שתקרא ההקדמה מתחילתה ועד סופה כי בזולתה יהיה לך ספר זה כדברי ספר החתום אשר יתנו אותו אל יודע ספר לאמר קרא נא זה ואמר לא אוכל כי חתום הוא.

"אמנם בהקדמה תמצא מרגוע לנפשך להבין עניני זה הספר. ואחר תעבור ותלך מחיל אל חיל לראות הכל בציון ובסימן טוב. ובדרך קצר אודיעך פה קצת מענין הספר וכתיבתה. כי כבר הארכתי בזה בהקדמה לספר בראשית.

"ויהי כאשר התעו אותי אלהים מבית אבי ומארץ מולדתי ורדפוני טלטול אחר טלטול וטלטולי דגברא קשה מדאתתא עד אשר הביאני אלהים לבית האדון הטפסר והנגיד מהור"ר אברהם קונק"י אשר שם ישיבתו בעיר מצרים ונתתי לבי לתור ולדרוש אחר הספרים אשר היה לו ומצאתי קונטרס אחד אשר היה נכתב בכתב הזה. ונשתוממתי על המראה ועל הכתב הזה אשר מעולם לא ראיתי.

דער אנפאנג פון די הקדמה
דער אנפאנג פון די הקדמה


"ושאלתי לאותו הגאון על המראה ועל הכתב הזה. והשיב לי כתב זה זה יש סוד גדול ונורא בקשר בימי עזרא ונחמיה כאשר היו רוצים לכתוב מבבל לירושלים על אודות בנין ירושלים באשר שהמלך כורש הותר להם לילך ולבנות חורבות ירושלים. וסנבליט החורני ושמשי ספרי בנו של המן הרשע היו שונאים לישראל והיו רוצים לעצור הבנין והיו גוזלים האגרת משלוחי היהודים. ועל זה התפלל עזרא ונחמיה אל השם תפילות גדולות שיתן להם השם שכל והבנה שיוכלין לכתוב בלשון שיבינו ובצורות אחרות. מה שאין יכולין לקרא הרשעים ההם.

"ובא מלאך אחד ונתן להם כתב זה על פתקא אחת צורות האותיות ולמד להם הכתב הזה בסדר הזה ..."

דא איז דער הייליגער רמב"ם מאריך מבאר צו זיין דעם פונקטליכען סיסטעם פון דעם נייעם כתב וואס דער מלאך האט מגלה געווען, געבויעט אויף די לעגיטימע מהלך פון צעטיילען די א"ב כזה: איק בכר גלש דמת הנך וסם זען חפף טצץ.

דער סיסטעם
דער סיסטעם


דערנאך איז ער ממשיך:

"שאלה שאלתי להרב הנ"ל אם כן כשהיה הנס הזה כל כך גדול. ולמה נעשה דווקא בלשון הזה ולא בלשון אחר. התשובה היתה כך הקדוש ברוך הוא נתן בזה רמז לישראל שהיו חוטאים בתרומת ובמעשרות ..."

און איז מסביר א גאנצן פלפול וויאזוי דער כתב איז מרמז אויף תרומות ומעשרות.

"... כך שמעתי מפי החכם הנזכר למעלה ... ובקשתי להגאון הנ"ל שיתן לי רשות לעתוק הספר הנ"ל ומתוך רוב הפצרות נתן לי רשות והרמנא להעתיק ..."

דא גייט דער רמב"ם אריין אין גאנצע בלעטער מיט לאנגע פילאזאפישע ביאורים אין דעם גאנצן ענין פון איוב און זיינע פריינט, כדרכו בקודש. דערנאך שרייבט ער ווייטער:

"ימים רבים עמדתי על המשמר וחשבתי כמה מחשבות לידע ענין ותוכן הצורות של הכתב הזה ..." און טענה'עט אז דאס איז דער כתב וואס האט זיך אויפגעשריבן ביי בלשאצר אויפ'ן וואנט, און קיינער האט עס נישט געקענט ליינען אויסער דניאל.

אונטערגעשריבען: דער הייליגער רמב"ם...

דער סוף פון די הקדמה מיט דעם חתימת הרמב"ם
דער סוף פון די הקדמה מיט דעם חתימת הרמב"ם


-----------

אז איר זענט שוין געקומען צו זיך פון געלעכטער, און זיך צאמגעכאפט די אברים, לאמיר זיך זעצן דן זיין א מינוט וואס גייט דא פאר. לאמיר זיך בעטן ביים גאט פון אברהם: למה לנצח תשכחנו.

איז אזוי. פארוואס צו אלע צרות איז פונקט דער רמב"ם געווען זיין קאנדידאט אויף אזעלכע פאנטאסטישע דמיונות, ווייסט איין באשעפער, אבער לאמיר א מינוט זען די טעכנישע חלקים.

מען דארף נישט מער ווי א בר בי רב דחד יומא, צו זען אז דער שפראך און אויסדרוק געהערט נישט צום רמב"ם. נישט נאר איז עס נישט דעם רמב"ם'ס בארימטע שפראך, נאר מ'קען זאגן אז מען דארף נאך צואווארטן עטליכע הונדערט יאר נאכ'ן רמב"ם, ביז עס ווערט געבוירען דער מענטש פון אזא סארט שפראך.

און אויב ווילט איר דוקא א פראקטישע ראיה שאין עלי' תשובה, איז הערט.

דער גאנצער אריכות אין די הקדמה, איבער די פילאזאפישע אספעקטן פון ספר איוב, איז דוקא יא געשריבען מיט א רמב"ם-שפראך. איר ווייסט פארוואס? ווייל דער טייל האט דער רמב"ם טאקע יא געשריבען...

דער גאנצער ענין, בלעטער איבער בלעטער, איז אן העתקה ווארט נאך ווארט פון ספר מורה נבוכים פון הייליגען רמב"ם.

דער זייפן האט זיך נאר נישט געכאפט איבער איין נקודה אין דעם גאנצן שפיל זיינער. דער ספר המורה האט דער רמב"ם גארנישט געשריבן אין לשון הקודש, ער האט עס געשריבען אויף אראביש, און דער לשון הקודש איז אן איבערזעצונג פון אבן תיבון...

און וואס זאגן די חכמי פראנקפורט? וואס שטייט אין די קאטאלאגן פון דעם אוניווערזיטעט?

זיי שרייבן טאקע אז דער כתב יד איז "פאלשליך צוגעשריבען" צום רמב"ם, אבער פארוואס? אויף דעם דארף מען שוין אנטון יעקישע, סייענטיפישע גלעזער.

די הויכגעשעצטע פראפעסארן טענה'ן אז עס קען נישט זיין פון דעם רמב"ם ווייל ער וואלט זיך נישט באנוצט מיט'ן לשון 'אגב גררא'.

ביי אונז האט מען געזאגט, גיי רעד מיט א גוי איבער דעם הידור פון אן אתרוג...

(גראדע דערמאנען זיי אויך די טענה אז דער כתב יד איז אונטערגעשריבען געווארן עטליכע יאר נאכ'ן רמב"ם'ס פטירה. דאס איז אבער נישט אזוי פשוט, זע יצחק שילת' מבוא צום רמב"ם'ס בריוו צו אבן תיבון.)
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר