צום שלוס פון די תש"ע יארן איז וויליאמסבורג נתבשר געווארן איבער די געוואלדיגע תקנה וואס איז דורכגעפירט געווארן נאך שווערע ארבעט פאר יארן לאנג.
מנהלי המוסדות, און עסקנים האבן שוין לאנג אויפגעברענגט די געוואלדיגע מכשולות וואס קומען פאר צוליב די תערובות אויף די גאסן. שיכון סקווירא און קרית יואל האבן שוין פאר יארן איינגעפירט א סעגרעגאציע צווישן די ג'ענדערס, נישט צו וואקן אויף די זעלבע זייט גאס. וויליאמסבורגע אידן שרייען שוין לאנג למה נגרע, פארוואס זאל די ירושלים ד'אמעריקא זיין כפונדקת ווי מענער און פרויען וואקן אויף די זעלבע גאס אן א מחיצה.
נאך א שטורעמישע זיצונג אין קאנצעליי פון התאחדות הרבנים איז באשטעטיגט געווארן אז די גאסן וועלן ווערן איינגעטיילט צווישן א פרויען זייט און א מענער זייט און אזוי פארמיידן די געפערליכע תערובות.
עטליכע אנוועזענדע האבן פארפירט אז מ'דארף גאר פארלאנגן מחיצות (געהעריגע, נישט קיין ר' משה'ס מחיצות) אויף וואס די רבנים האבן דערווייל נישט געוואלט נעמען קיין שטעלונג.
והיה מחניך קדוש
מענער זייט; פרויען זייט
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3540
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5801 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3932 מאל
דער אשכול פארמאגט 18 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן