רב בישראל איז מודה על טעותו - קאנצערט-געיט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

רב בישראל איז מודה על טעותו - קאנצערט-געיט

שליחה דורך גדליה »

ליידער אין די לעצטערע יארן הערשט א גרויס זלזול אין די חשובע רבנים ואדמורים, מנהיגי יהדות החרדית, וועלכע שטייען בראש פון דעם ערליכן שיף, וועלכע ברויזט צו ווערן דערטראנקען אין ברויזענדע כוואליעס, און ווי געניטיע קברניטים שטייען זיי און פירן די זאך ביד רמה.
רוב מנין ורוב בנין פון כלל ישראל פארשטייט אז אויב מיר ווילען האבען א סוקסעספולע קאמיונטי ברויך מען האבען שטאנדהאפטיגע און פעסטע רבנים וואס האבען נישט מורא ארויסצוזאגען דעם דבר ה' ברמה, און זיי שרעקען זיך נישט ארויסצוזאגען זייערע מיינונג אפילו זיי וועלען ליידען פון דעם, און אפילו ס'איז נישט פאפולער.
אבער ליידער זענען פארהאנען יחידים וואס טוען אפלאכען פון די רבנים, און זיי זאגען אז די רבנים און רבי'ס געבען זיך נאך פאר זיך אליינס כל תאוות שבעולם, אבער נאר די עמך איד ליידט.
ס'איז אפשר א שטיקעל טענה, און פארדעם זעהט מען מער און מער מענטשען וואס קריטיקירען די רבנים , אבער יעדע מענטש מיט אביסעל שכל פארשטייט אז אזוי איז עס, ס'איז א דבר מובן מאיליו אפילו ביי די גוי'שע פאליטישענס אז א מנהיג העדה מעג זיך פירן בריש גלי מיט גרויס פאמפע און מיט תאוות, און וואס זעמיר אונז אנדערש?
אין די פארגאנגענע פאר טעג האט זיך אבער אפגעשפילט א געשעעניש וואס האט געוויזען באשיימפערליך אז עוד יש מנהיג בישראל, נאך פארהאנען עהרליכע אידן וואס האבען נישט מורא פון גארנישט און זאגען ארויס די דבר ה' ברמה.

די רעדע איז איבער א געפלאנטע קאנצערט, פון נגינה מיט מוזיק און פארשידענע רעדענערס און אויפטריטן, וואס האט געזאלט פארקומען אין עיר התורה והחסד מאנסי יצ"ו דעם בעפארשטייענדיגן חול המועד סוכות.
יעצט לגבי די עצם ענין איז דא צדדים לכאן ולכאן, די פרומערע עהרליכע שיכט זעהט עס אלץ א גרויסע שווערע חורבן, וואס קען צוברענגען אז די יונגווארג זאל אנהייבען זיך אריינלייגען אין מוזיק, און דאס קען צוברענגען אומגעהויערע ביטול תורה ותוצאותיו מי ישורנה, פארוואס זאל א יונגערמאן צו א בחור זיך אנשטאפן מיט מוזיק אז ער קען זיצען דורכטוהן א שיינע מנחת חינוך אויף יאנטעף. פארוואס זאל א יונגערמאן אפלאזען זיין גמרא און גיין זינגען אין א זאל מיט נאך אנדערע חסידישע יודן, ווען די גמרא זאגט שוין לא ניתנו מועדין לישראל אלא כדי שילמדו תורה (אדער עפעס אזוי).
פין די אנדערע זייט זענען פארהאן וואס טענה'ן פארקערט, ניין זאגען זיי. ס'איז דייקא יא פארהאנען א נידעריגערע עלעמענט ביים ציבור, וואס ליידער אויב וועט מען נישט צושטעלען מוזיק אויף א עהרליכע חסידישע שטייגער, קענען זיי צוקומען הערען מוזיק פון גאר שוואכע זינגערס, וואס פארמאגען נישט קיין עהרליכע שטימעס, און ווער קען דען נעמען אזא אחריות אויף זיך?
פאריארן האבען זיך טאקע צאמגענומען א גרופע מענטשען און מ'האט געמאכט אזא מוזיק מסיבה, און מ'האט זיך איינגערעדט אז ס'איז טאקע נישט קיין פראבלעם, און בסך הכל גייט מען זינגען שיינע ווארעמע חסידישע ניגונים וואס קען שוין זעהן.
למעשה האבען די פיס פון די עיני העדה געזען זייער ווייט, און זיי האבען פארשטאנען אז דאס איז א זאך וואס אפילו אויב מ'ברויך עס מתיר זיין, קען מען נישט זיך ערלויבען צו טראכטען וואס דאס קען צוברענגען.
ווייל אז א חסידישע יוד קען זיך צאמקומען אין א זאל סתם זינגען מוזיק, פארוואס זאל דאס נישט צוברענגען אז נאכדעם זאל מען זיך צאמקומען פאר אנדערע זאכען, און נאכדעם קען מען אינגאנצען פאלן.
איך שיהיה האט א בית דין פון איינע פון די קהילות אין וויליאמסבורג זיך אוועקגזעצט אין סאמע יאנטעף און דן געווען בכובד ראש, און ס'איז געבליבען אז די זאך איז אסור.
תיכף נאך יאנטעף האט מען ארויסגעגעבען א צעטעל פון רוב מנין ורוב בנין פון די חרדישע רבנים פין געוויסע קהילות פון געוויסע געגענטער אין אידישע ניו יארק, וועלכע האבען אונטערגעשריבען בחתימת יד קדשם אז די א. ג. קאנצערטן און מוזיק אווענטן זענען אסור.

די מעשה וואלט זיך געקענט ענדיגען דא, האט דער אייבערשטער אבער צוגעפירט אז דאס יאר האט מען נאכאמאל געגרייט צו מאכען אזא קאנצערט אין מאנסי, און איצטערט האט מען אנגאזשירט איינע פון די אנגעזעענסטע רבנים אין מאנסי פון א גאר חשוב'ע פרומע קהילה, וועלכע זאל קומען משמיע זיין דבר ה' ברמה, און אנווארעמען די געמיטער ביי די מוזיק קאנצערט.
אגב, יענע רב האט בעצם נישט באלאנגט צו די פרומע קהילה ווי ער דינט אלץ רב, נאר ער קומט פין א אנדערע קרייז.
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז געווען א געוואלדיגע חילול ה', וויבאלד די זעלבע רב האט אונטערגעשריבען פאראיארן אז א מוזיק קאנצערט איז אסור.
איין לץ ואיש בליעל איז געגאנגען און ער האט צאמגעשטעלט די צוויי צעטלעך, די ערשטע צעטל פון פאריארן ווי די רב (וועלכע איז א גרויסע בקי און מומחה אויף פארשידענע ענינים, ווי סת"ם און שחיטה און נאך און נאך) האט גע'אסר'ט די מסיבה און איצטערט ווי די רב גייט אויפטרעטען ביים מסיבה. יענע ביליגע לץ איז געגאנגען און גענוצט א רויטע מארקער צו אונטערשטרייכען די מעשה לסתור, און דערמיט האט דער יעניגער בן בליעל געוואלט פארשעמען און מזלזל זיין אין א רב בישראל.
דא ברויכן מיר געבען קרעדיט פאר די חשוב'ע רב, וואס האט געטוהן עפעס וואס כמעט קיין רב האט נאכנישט געטון די לעצטע צוויי הונדרעט יאר.
נעמליך ער האט מודה געווען טעיתי, און נישט נאר וואס ער האט מודיע געווען אז ער גייט נישט געבען קיין דרשה, נאר ער האט זיכער געמאכט אז די זעלבע מסיבה, ווי ער האט געברויכט ערשיינען און געבען א רעדע, זאל טאקע בטל ווערען, און דערמיט האט ער מאשר געווען די פסק פון פאראיארן, נישט ווי די וואס האבען זיך טועה געווען אז אויב א רב קריגט געלט פאר א דרשה מעג ער יא געבען א חותם כשרות דערויף. היה לא תהיה.
דאס כבוד פון דעם רב איז פארשוינט געווארן, און די פסק איז קביע וקיימא. נישט גיין צו טריפהנ'ע קאנצערטן ווי חסידישע אינגעלייט זינגען חסידישע ניגונים.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר