דער קומזיץ עפאכע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

דער קומזיץ עפאכע

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיר לעבן היינט אין א נייעם דור, אזוי האבען מיר שוין געהערט דורות צוריק, און דער איסור פון טוישען א זיז כל שהוא (עי' שבת ד: ועוד) איז נאך אין קראפט ווייל יש לנו אב זקן בלאה בלאה, און ממילא מוז מען גלויבען אז מיר לעבען נאכאלס אין א נייעם דור. דער דור ווערט באנייט פון דור לדור, און וואס האט שלמה המלך געוואוסט ווען ער האט עס פראבירט צו לייקענען? דער לאזונג פאר יעדער ריר, יעדער החלטה, יעדער קול קורא מוז דאס דעארמאנען און האלטען אין קאפ, אזוי גייט די אידישע מסורה.

נו, און וואס האט באנייט אונזער דור? עס ווענדט זיך אויף די נושא פון די סימפאזיום\אינטערוויו\בוך\כנס התעוררות\שבת שובה ספיטש אדער רעקלאמע. דער זאגט אז די דור דארף מער פון די סחורה וואס ער פארקויפט, און דער זאגט אז דוקא זיין סחורה איז וואס איז יעצט אין שטארקן נויט. בקיצור, ביזנעס עז יוזשיועל.

די נייעם דור האט דאך אסאך געלט, לויט א געוויסע מהלך אין די 'נייעם דור' סוגיא (ווען מ'גייט רעדן פון די לימודי חול קריזיס אדער די חיוב ארויס צו מופן פון שטאט, וועט מען רעדן פון די גרויסע ארעמקייט וואס בוזשעוועט אין די 'נייעם דור', שלמה המלך האט אונז שוין געזאגט 'לכל זמן ועת'), און דאס פאראורזאכט א ריזיגע פראבלעם, נעמליך וואס צו טון דערמיט. מענטשן דרייען זיך ווי הענער אן קעפ, זוכענדיג א פלאץ צו פארברענען די מיליאנען וואס מ'האט געשארט פון די בילדינג פליפען אינדוסטריע. אבער די זארג האלט זיך נישט צו לאנג, עס שפראצען זיך נייע ביזנעסער פון די נהנים מיגיעת כפם ארויס צו העלפן די נעבעכדיגע גבירים מיט זייער געברויכען, און עס איז געוואקסען וואכנאכטס און חיזוק שבתות, נייע סארט מעבל און טייערע מי שופכים מיט דער ווארט 'וויין' אויף די סטיקער. אסאך בעלי צדקה האבען זיך איינגעמאלדען ארויס צו העלפן די חברה מיט זייערע פראבלעמן, און ברוך ה' עס איז שוין דא מער לעזונגן ווי פראבלעמן, אזוי ווי די אור-אלטע אידישע מהלך גייט.

איינער פון די לעזונגען רופט זיך א קומזיץ. וואס איז דאס א קומזיץ? לכאורה דארף עס צו זיין א קאמפאני פון מעבל, וואס מאכט געזונטע געשמאקע בענקלעך פאר די אנגעפאשעטע מחילות פון די נעבעכדיגע גבירים. אבער ניין, מ'דארף ניטאמאל זיצען צו פראווען א קומזיץ. נו, דארף מען זאגען תפוס לשון ראשון (הערסט [tag]וואלווי[/tag]? עס ווערט שוין לומדיש, מעגסט דא אריין קומען) און עס האט מיט קומען. מ'קומט פון דא און דארט און נאך דעם גייט מען צוריק? (אויף די פריוואטע פליגע וואס מ'האט געליעסט, ווייל נאר ארימעלייט קויפען קארס און פליגעס, עכטע גבירים ליעסען). ניין, נישט ממש אזוי.

עס גייט בערך אזוי. א חלק פון די פראבלעם פון דער איבערפלוס פון געלט איז אז אונזער 'נייעם דור' דארף חיזוק, הויפענעס חיזוק פליעט פון אלע זייטען, און נאך איידער איינער האט שוין מסביר געווען וואס דאס ווארט מיינט, איז ער שוין מחוזק אויף ווייטער. (איך ווייס אז חז"ל זאגען 'ארבעה דברים צריכים חיזוק', אבער קוק אין רש"י פאר די טייטש 'להתחזק בהם בכל כוחו'. וואס דאס מיינט איז גאנץ קלאר, אבער ווי דאס קומט מיט א שבת פון חיזוק פון א ריזיגע אויסוואל פון דיפס\קוגעלן\פלוידערערס און שדכניות ווייס איך נישט).

א געוויסע צאל מענטשן זענען געבוירען געווארען מיט שיינע שטימעס. יא, א פיינעם טאלאנט וואס דערמיט קען מען שיין דאווענען פאר'ן עמוד און זינגען שבת זמירות מיט די משפחה. דער וועלט דארף אויך זינגערס פאר חתונות, ווייל ביי חתונות דארף מען טאנצען און אויף צו טאנצען דארף מען לידער, און לידער קען מען דאך נישט שרייבען אויף א פאפיער וואס יעדער זאל האלטען און טאנצען דערמיט, מ'דארף איינער זאל עס זינגען. האבען די חברה א וועג צו לעזען א מטבע פון זייער טאלאנט און אחוץ דעם זענען זיי מענטשן ווי אלע מענטשן. מאנכע קענען זיין תלמידי חכמים, און מאנכע בעלי חסד, פונקט ווי אינשורענס סעילסלייט און דענטיסט אסיסטאנטס. א ביזנעס ווי אלע ביזנעסער און א טאלאנט ווי אלע טאלאנטן.

דאס איז אבער נישט גענוג געווען. פאר עפעס א סבה האלט זיך א זינגער עפעס אנדערש ווי סתם קאר סערוויס דרייווערס. זיי זענען פון גאר אן אנדערע מין, זייער אפפאל שטינקט נישט. און ווען זיי זינגען איז עס נישט קיין ארבעט וואס מ'טוט צוצוהעלפן די מצב און מפרנס זיין די קינדער געבענטשטע שטוב, נאר עפעס א מין איבער-עבודה, א חלק פון די דערהויבענקייט מיט וואס זיי זענען געשאנקען. און פון דעם איז געווארען דער מושג פון א קומזיץ.

דער גרויסע עושר מוז דאך עפעס טון גביריש לכבוד יו"ט. ער האט שוין געליידענט זיין ברידער און שוואגערס ביי איהם אין גיט, ווי מ'האט צוגעשטעלט זיבען סארט פלייש ביי יעדער סעודה (וואס טון די חברה מיט די שיריים? מ'ווארפט ארויס טויזענטער דאללאר פון פלייש אין מיסט? מיין קאפ דערהייבט עס נישט), און מ'האט מיטגעטיילט מבינות אויף יעדער וויין וואס קדם האט אדווערטייזט אין די לעצטע פאר מאנאטן (איינער האט טועם געווען די דזשיונעס jeunesse וויין וואס זיי האלטען אין איין שטופן? איך האב עס אמאל טועם געווען און איך פאסקען להלכה אז מ'מעג עס טרינקען תשעה באב אין מיטן אלי ציון, וכן אני מורה ובא לכל שואל). די קינדער זענען געווען אויסשטאפירט מיט פאסעדיגע קליידער, אלע צוזאמען זענען געגאנגען אין שול גאנץ שפעט מיט מעטשינג פעקלעך און מ'האט אהיים שפאצירט מיט די ווייב און איהר נייעם שייטעל אינאיינעם. מ'האט געגעסען ביז עס גייט שוין נישט, געשלאפען ביז די בעט האט יעדעם שוין אויסגעשפיגען פון אלע זייטן. די קינדער האבען שיינעהייט פארציילט די תורה פון די דריי אותיות סכ"ה ווי אלע סארט סוכות זענען מרומז, און א צווייטע האט דערמאנט די וואזשנע תירוץ צום טור'ס קשיא אז די ענני הכבוד מיינט גאר די וואס זענען צוריק געקומען נאך די מחילת עוונות פון יוכ"פ. מ'האט נאך זוכה געווען צוצוגיין צום עמוד און אוועק לייגען א שיינעם הלל, מ'האט געקויפט עליות פאר די חבר, און ער האט געמוזט בייסען די ליפען און צוריק קויפען אויף מארגען, און די ווייבער האבען דורך געפלאפעלט אלס וואס האט פאסירט זייט די זומער וואקעישען אין ...... (א"א לפורטם כי רבים הם). והנחילנו הוי"ה א-לקינו בשמחה ובששון מועדי קדשך.

יעצט איז שוין אנגעקומען די לאנג ערווארטעטע גאסט וואס הייסט חול המועד און עס ווילט זיך שוין גיין ארבעטן פון גרויס לאנגווייליגקייט. טריפס צום זו איז גוט פאר די שלעפערס און כולל יונגעלייט, דאס פאסט שוין נישט פאר'ן מכובדיגע מעדיקעל סופלייז פילאנטראפ. זאל דער מלמד נעמען זיין קינדער, ווייב, איהר פאנדזשאלא, דאפעלטע באגאבו, און א ריזיגע זאק אומגעשיילטע אייער דורך צו שטופען חיות צו קענען טרעפען מענטשען, און דערנאך מענטשן צו קענען טרעפן די חיות. דאס איז נישט פאר אונזער זיידענע יונגערמאן, וואס איז שוין אויפ'ן געזעלשאפטליכע שטאפל אז ער דארף גארנישט באהאלטען זיין סמארטפאון אונטער א פליפ פאון וואס האלט זיך צוזאמען מיט סקאטש טעיפ. ער ברויך עפעס מער ווי טריפס אין די רעגן. אמער, דער יונגערמאן האט דאך געקויפט א בילדינג מיט יענעמ'ס געלט און געהייבען די פרייז אויף הונדערטער טונקעל הויטיגע און דערנאך געגעבן א שיינע מטבע צו די מוסדות, מעג ער עפ"י הלכה זיך דרייען מיט יענער שווארצע בריללען חברה?

כי בצרה גדולה אנחנו, כלל ישראל מוטשעט זיך געפערליך, כל משבריך וגליך עלי עברו, מ'פארשטייט שוין יעצט למפרע וואס מ'האט געמורמעלט טעגליך צוויי וואכען אין סליחות. וואס טוט מען חול המועד וואס די פליעבס טון נישט? וויאזוי מאכט מען א מעגא חול המועד וואס יעדער וועט נאך דעם רעדן דערפון?

און דא איז אנגעקומען די קומזיץ פענאמענא. די זינגערס דארפען געלט, די 'סעטלד יונגעלייט' דארפען ספענדן געלט, און פונקט ווי אחשורוש און המן האט מען געטראפען א פיינעם לעזונג. די זינגער נעמט דאך א צען אלפים מינימום, און הגם זיי בעטן געווענדליך נאר פינף, און אונזער פרעסטידזשפולע זינגער האט נאר געבעטן זיבען, אבער דער חול המועד האלטער פאסט דאך נישט א בארגעין פרייז. דאס לאזט ער פאר די זו באזוכערס למיניהם, פאר איהם אונטער צען אלפים איז נישט קיין סחורה, און בדיעבד שטימט צו דער זינגער אויך צו נעמען די געשוואלענע פרייז. און אז מ'האט א זינגער דארף מען דאך מוזיק אויך. און ווי מאכט מען א קומזיץ אליינס? מ'דארף דאך רופן די שכנים און חברים, וואס דאס מיינט דאך צושטעלן עסן און טרינקען אויך. און ברוך השם א הונדרעט אלפים קען געפלאשט ווערן אין איין נאכט ווי יעדער וועט אהיים גיין און חוזק מאכען פון אונזער יונגערמאן'ס דעספערעיט טריט צו ווייזען זיין עושר ונכסים, און דער יונגערמאן קען זיך פאסמאקעווען מיט די גרויס כבוד וואס ער האט יעצט פארדינט. מ'ענדיגט צוויי אזייגער אין דער פרי און מארגען איז שוין אויך ערלעדיגט און כן יאבדו כל אויביך ה', אלע פראבלעמן זענען געלייזט געווארען.

און די זינגערס? זיי געבן אינטערוויוס פאר צייטונגען ווי זייער עבודה איז פונקט ווי די לוויים אין ביהמ"ק. איך האב דא א 'המודיע' פון יו"ט, און אויף דער פארדישטע פעידזש שטייט א בילד פון פינף מוזיקאנטן, און די קעפל אונטען איז it’s all about the music, not us. ממש לשם שמים. און די אינטערוויוס אליינס? איך ווייס נישט צו מ'דארף ווינען אדער לאכען. איין מוזיקאנט זאגט גאר I don’t think we are machshiv enough what we do. Music is so inspiring, often I myself don’t know or recognize the degree to which it goes into people’s hearts. זיי קענען רעדן פון נשמות און די גדולי הבאבאס וואס הערן זייער מוזיק ווען זיי דארפען נעמן געלט פון מענטשן פאר זייער געמוטשעטע לעבן, און די מוזיק גיבט זיי חיזוק אנצוגיין מיט זייער עבודת הקדש.

און חיזוק וועט זיך גיסען גאר אן א מאס, איי געוואלד, ווי דאלעבט מען דאס? לעבעדיג יענקל לעבעדיג יענקל לעבעדיג יענקל.......
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר