שאקירנדע אינספירירנדע קליפ

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

שאקירנדע אינספירירנדע קליפ

שליחה דורך יהורם »

איך האב געזען א קליפ היינט נאכט וואס האט מיר שאקירט, איבערגענומען מיין נפש ביז גאר, און איך שפיר אז איך וויל אייך מיטטיילן איבער דעם אינספירירנדן שטיקל.

עס האט מיר ארויסגענומען פון די כלים, די בראווקייט פון דעם אינגערמאן וואס איז גרייט זיך צו מבזה זיין ברבים כדי מענטשן זאלן נישט מאכן קיינע גרייזן און אריינפאלן אין די טיפע לאך וואס רופט זיך דראג'ס.

מען זעט אויפן קליפ ווי ער ליגט אין אן אמבולאנס צוגעבינדן די הענט און פיס, ער ווילדעוועט און שרייט ווי א וואנזיניגער, ער פארפירט אז ער איז שוין טויט און אז קיינער רעדט נישט מיט אים, איבער א מנין פון פאליציי אפיצירן שטייען נעבן די מיטה אינאיינעם מיט עטליכע רעטונג וואלונטירן.

דאן גיבט ער איבער א מעסעזש פאר די מענטשן וועלכע זעען זיינע סטאטוס'ן און ווידעא'ס, גייט נישט טון די שטותים, אויב זענט איר דעפרעסט דאן ווענדט אייך צו הילף, זוכט אייך נישט אליינס אויף קיין הילף פון גראזן און שטויבן.

וואויל איז אים אז ער האט זיך ארויסדערזען פון די טייוולאנישע ציין פון דעם אדיקשן, און וואויל איז אים אז ער פאררעכט זיינע מעשים מיטן ווייזן קלאר וואס עס פאסירט אין אזעלכע פעלער פון אוועדאוז.

היות איך האב נישט דעם קליפ געסעיווט, וויל איך בעטן אז ווער עס האט עס אין באזיץ זאל ביטע פאסטירן א לינקל.
רעאגיר