ווען די קושיות און ספיקות נאגן ביים הארץ

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך real fake news » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:05 am

דעת תורה האט געשריבן:עס זעהט אויס אז (ב"ה) דו האסט אמונה / יראת שמים און דו ווייסט אז אויב וועסטו טון אן עבירה וועט זיך עס נישט לוינען. אויב דאס איז דער מצב דאן פעיס פעקט, גיי דורך די 5 סטעיזשעס און מאך שלום מיטן מצב. וויאזוי קאופסטו מיט אנדערע אנגעלעגנהייטן אין לעבן וואס שמעקן דיר נישט אזוי אבער דו קענסט גארנישט טון עס צו טוישן?

איך האב טאקע יראת שמים און איך גיי בעזר הוי"ה בלייבן אן ערליכע מינימום יוד, באט סהאלט מיר און איין אריינקומען ספיקות אז אפשר איז אלעס בי עס וואס מפארקויפט מיר,
סאו ווען איך אינדזשוי נישט יידישקייט און סהאלט מיר און איין דערקוטשענען מיינע יארן איז מיר עס אסאך שווערער ווען כבין אפילו נישט זיכער אז דאס דארף איך טוהן.

מיין גאול איז אלץ געווען אנצוקומען צו די ריכטיגע ידיעה צו זיין איבערצייגט אז דאס איז די אטמאסט אמת (איי דידנט ריטש איט יעט באט איך טריי) און דאן ברויך איך נישט ליב האבן יידישקייט, כך גזרה חכמתו יתברך און גיי הענג דיך, אז נישט וועל איך ברענען אין העל.
קומט ראובן און זאגט איי שאד סטאפ טרייונג ווייל כקען ממילא נישט אנקומען צו א ריכטיגע, יעצט בין איך עט א לאסס, אזוי בלייבט עס? כהעל מיר אייביג דארפן ארומשלאגן מיט די ספיקות און זיך עסן דאס געזונט? אתמהה!
(ווי געזאגט וועט זיין סעלושען נישט ארבעטען פאר מיר ווען כהאב נישט ליב די מעין טינגס אהן עני צוגעלייגטע מעשיות)
real fake news
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

ווען די קושיות און ספיקות נאגן ביים הארץ

הודעהדורך מי אני » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 5:43 pm

אולי וואס מ׳מיינט און מ׳צילט דא צו איז צו אזא סארט שילוב. דהיינו, מ׳זאל נישט צוגיין צו רעליגיעזע גלויבונג מיט א שטארקע חקירה׳שן צוגאנג אז דאס גייט ״אויפווייזן״ דאס גלויבונג. נאר ענדערשער זאל מען צוגיין דערצו מיט אן אמונה פשוטה׳דיגן [פידעיאיסטיק] צוגאנג וכנ״ל. אבער, מאידך גיסא זאל מען יא אויך צוגיין דערצו (מעיקרא) מיט א שוואכערן חקירה׳שן צוגאנג: אויף אויפצוווייזן נאר אויף אזויפיל עכ״פ אז דאס גלויבונג איז נישט איראציאנאל. (מ׳בלייבט נאך אלס נישט זיכער זיכער מיט א בהירות, וכדברי ראובן באשכולות הקודמין.)

דאס [די מיטלוועג] אליין קען געבן פאר דעם מענטש א געשמאק אז ער/זי גלויבט נישט (וממילא/ואולי טוהט נישט) ממש זיכער קיין ״בי עס״, ווי אויך נעמט די צוגאנג לכאורה ארויס די בייוועילענס פון די ערשטע שטערקערע צוגאנג צו/פון חקירה: אויף זיכער יא אדער זיכער ניין. דערנאך קען ער/זי אפשר גרינגער פאקוסן אויף די פאזיטיווע און געשמאקע (פסיכאלאגישע, סאציאלע וכו׳) אספעקטן וואס ער/זי האט פון די גלויבונג והמסתעף ממנה.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 748
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 4328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 427 מאל

Re: ווען די קושיות און ספיקות נאגן ביים הארץ

הודעהדורך פארשטאנד » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 11:23 am

berlbalaguleh האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:נאך א נקודה פארוואס עס מאכט נישט קיין סענס צו ווערען מאדערן ארטאדאקס, כולנו יודעים אז דער אמת'ער סיבה פארוואס אונז זענען חרדים איז ווייל מען איז דא געבוירען געווארן, ווען איך ווער געבוירען אין כינע וואלט איך נישט געווארען קען חרדי, ומהאי טעמא מאכט נישט קיין סענס צו ווערען מאדערן ארטאדאקס, ווייל אויב בין איך נישט דאס וואס איך בין געבוירען געווארען צו זיין, איז אלעס ארויס.

דאס איז וואס כ'זאג אינעם ארטיקל, אז ס'איז צומאל ווי מ'זאל זאגן אז מ'זאל ווערן א קריסט.

ראובן און אישתישבי: אבער לפענ"ד איז איינס פון די הויפט סיבות פאר די נושרים און או.טי.די.'ס ווייל 95% פון דעם חרדי'שן חינוך איז נעגאטיוו. ס'איז פול מיט נעגאטיווע ידיעות און פראקטיק. ס'איז דא א בארג פון זאכן וואס מ'טאר אלץ נישט טון. כמעט אלעס איז פארבאטן וועגן דעם רבי'נ'ס בויכווייטאג. און וועגן יענעם רעבי'ן'ס דמיונות. און נאך אפילו ווייניגער פון 5% לערנט מען פאזיטיווקייט פון אידישקייט. מ'לערנט נישט אויס די קינדער פארוואס אונז עסן כשר און האלטן שבת. און לייגן תפילין אדער זיצן אין סוכה. און אלעס וואס די קינדער טוען איז נאר כמעשה קוף בעלמא. און ווען זיי פרעגן קשיות שרייט זיי דער טאטע אדער דער רבי אן. דו שייגעץ. דו אפיקורס...מ'טאר נישט פרעגן קיין קשיות...און דאס זענען טאקע די תוצאות. נישט די אינטערנעט אדער די סמארטפאונס...!

עס איז נישט גלייך צו נעמען די מעין סטרים נושרים אדער או.טי.די. אונטער די שירעם פון וואס ראובן רעדט, רוב רובם פון נושרים/או.טי.די. זענען נישט פון גרויס חכמה אדער אינטעלעקטועל קשיות, פאר זיי איז ריכטיג וואס דו שרייבסט איבער די נעגאטיווע חלק פון חרדיזם.

אן אינטעלעקטועל ווייסט וויאזוי צו זיין א בורר אוכל מתוך (ימ'ן) פסולת אין זיין אידישקייט, וואס איז עכט און וואס איז דעם רבי'נס בויך ווייען.

בקיצור, ראובן איז דן אויף איינער וואס לאזט אפ אידישקייט - צוליב קשיות ושאלות - פארוואס ער גייט נישט צו ווייניגער עקסטרעמע אידישקייט, דו ביסט דן אויף די וואס לאזן אפ אידישקייט "צוליב" די עקסטרעמיזם.

Sent from my Nexus 5 using Tapatalk
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך real fake news » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 11:53 am

פארשטאנד: מדארף בכלל נישט זיין קיין גרויסע חכם צו פרעגן קשיות מדארף נאר טראכטן אוט אף די באקס אנדערש ווי מהאט דיר אויסגעלערנט, און דאס וואס מאכט אים טראכטן ארויס פון באקס איז ווייל ער האט זיך אנגעשטויסן אין עפעס וואס געפעלט אים נישט האט ער זיך אויפגערעגט און גענימען פרעגן קשיות, יא דאנט ניד עני ברעינס פאר דעט.
וואס מדארף יא זיין א חכם איז צו וויסן וויאזוי צו דילן מיט די קשיא,
און אז די זאגסט אז רוב אטד'ס זענען נישט קיין חכמים (וויטש איי עם עקטועלי נאט שאר עבאוט, מדארף מאכן אויף דעם א געהעריגע סערוויי) טאקע פארדעם גייען זיי אטד ווייל זיי האבן קשיות און ווייסן נישט וויאזוי עס צו הענדלען דראפן זיי ארויס,
איינער מיט אביסל שכל ווערט נישט אזוי שנעל דערשראקן פון קשיות און געט נישט אזוי שנעל אויף.
real fake news
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

Re: ווען די קושיות און ספיקות נאגן ביים הארץ

הודעהדורך פארשטאנד » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 12:05 pm

real fake news האט געשריבן:פארשטאנד: מדארף בכלל נישט זיין קיין גרויסע חכם צו פרעגן קשיות מדארף נאר טראכטן אוט אף די באקס אנדערש ווי מהאט דיר אויסגעלערנט, און דאס וואס מאכט אים טראכטן ארויס פון באקס איז ווייל ער האט זיך אנגעשטויסן אין עפעס וואס געפעלט אים נישט האט ער זיך אויפגערעגט און גענימען פרעגן קשיות, יא דאנט ניד עני ברעינס פאר דעט.
וואס מדארף יא זיין א חכם איז צו וויסן וויאזוי צו דילן מיט די קשיא,
און אז די זאגסט אז רוב אטד'ס זענען נישט קיין חכמים (וויטש איי עם עקטועלי נאט שאר עבאוט, מדארף מאכן אויף דעם א געהעריגע סערוויי) טאקע פארדעם גייען זיי אטד ווייל זיי האבן קשיות און ווייסן נישט וויאזוי עס צו הענדלען דראפן זיי ארויס,
איינער מיט אביסל שכל ווערט נישט אזוי שנעל דערשראקן פון קשיות און געט נישט אזוי שנעל אויף.

איך זעה אז דו האסט זיך איינגעשריבן פרייטאג אקטאובער 25, You have a long way to go still...

שאלות וספיקות האט יעדע קינד בר שתים, קשיות בבחינת תיקו אויף וואס "מ'מוז" בהכרח ציקומען צו ראובן'ס אמונה פשוטה, פארלאנגט טיפערס.

Sent from my Nexus 5 using Tapatalk
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך real fake news » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 12:22 pm

פארשטאנד האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:פארשטאנד: מדארף בכלל נישט זיין קיין גרויסע חכם צו פרעגן קשיות מדארף נאר טראכטן אוט אף די באקס אנדערש ווי מהאט דיר אויסגעלערנט, און דאס וואס מאכט אים טראכטן ארויס פון באקס איז ווייל ער האט זיך אנגעשטויסן אין עפעס וואס געפעלט אים נישט האט ער זיך אויפגערעגט און גענימען פרעגן קשיות, יא דאנט ניד עני ברעינס פאר דעט.
וואס מדארף יא זיין א חכם איז צו וויסן וויאזוי צו דילן מיט די קשיא,
און אז די זאגסט אז רוב אטד'ס זענען נישט קיין חכמים (וויטש איי עם עקטועלי נאט שאר עבאוט, מדארף מאכן אויף דעם א געהעריגע סערוויי) טאקע פארדעם גייען זיי אטד ווייל זיי האבן קשיות און ווייסן נישט וויאזוי עס צו הענדלען דראפן זיי ארויס,
איינער מיט אביסל שכל ווערט נישט אזוי שנעל דערשראקן פון קשיות און געט נישט אזוי שנעל אויף.

איך זעה אז דו האסט זיך איינגעשריבן פרייטאג אקטאובער 25, You have a long way to go still...

שאלות וספיקות האט יעדע קינד בר שתים, קשיות בבחינת תיקו אויף וואס "מ'מוז" בהכרח ציקומען צו ראובן'ס אמונה פשוטה, פארלאנגט טיפערס.

Sent from my Nexus 5 using Tapatalk

טענקס פאר די קאמפלימענט, די זאגסט נישט אז די זעסט אויף וואס איך שרייב אז כהייב נישט אהן צו וויסן וואס סהענגט מיר, בעצם ביזטו זייער נתפעל נאר די זעסט אז כהאב מיך דזשאסט איינגעשריבן סאו ממילא איי העוו ע לאנג וועי....וכו'

א פשוטע קשיא ווי ווער זאגט אלעס איז אמת, ווייז מיר אויף אז סדא א תורה, האב איך שוין זייט מיין ברית און דערווייל נישט געטראפן א לעגיטע ענטפער וואס זאל מיר צופרידן שטעלן.
עקארדינג צו דיין טעאריע אז נאר אין קאווע שטיבל שטעקט חכמה דאן איז טאקע נישט קיין ראיה פון מיר ווייל נאך אפאר יאר זיצן דא העליך זעהן אז מיינע קשיות זענען גארנישט טאקע גארנישט.. ליסטען, יא מייט בי רייט, כוועל ווארטן אפאר יאר און זיך איבערצייגן.
real fake news
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 10:57 pm

וויאזוי וסאליוס איז געגאנגען פון א תמימות'דיגע ישיבה בחור מיט ספיקות אין הארץ ביז א פולשטענדיגע אפיקורוס - א זיסע קארטון, היבש שרעקעדיג ווען מ'טראכט אריין דערין.

https://youtu.be/Rr31EjCEuek
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2908
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2746 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1937 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט