געלט שותף אדער סטראגלען ווייטער?

אלעס איבער האנדל וואנדל
רעאגיר
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

געלט שותף אדער סטראגלען ווייטער?

שליחה דורך משה לייזער »

איך בין אריין אין ריעל עסטעיט פאר בערך פינף יאר צוריק, און איך האב גאנץ פיין מצליח געווען זיך געבויעט א שטיקל עמפייר ב"ה (נישט ממש א ריזיגע עמפייר באט גאנץ געשמאק) אבער אזוי ווי איך האב אנגעהויבן אן קיין פעני פון מיין אייגנס האב איך געהאלטן אין איין בארגן געלט פון אנדערע, יעצט קוק איך צוריק און איך שפיר ווי די אומאפיציעלע חובות זענען אביסל מער ווי איך וואלט ווען געוואלט, ספעציעל ווען עס קומט צו קעש פלאו געשעהט אז פון צייט צו צייט וועקט זיך איינע פון די מלווים אויף און דארף צוריק דאס געלט נאך פאר מען קען דאס ארויסנעמען פון די עקוויטי, פאשטייט זיך אז איך האב דעקונג אויף די חובות אין עקוויטי, אבער עס איז נאך אלץ נישט אזוי געשמאק צו טראגן אזא עול אויף זיך, דעריבער בין איך געקומען צו די החלטה אז אפשר איז געקומען די צייט אריינצונעמען א געלט שותף וואז זאל אויסצאלן אלע חובות, צוריק ברענגן די קעש פלאו און פלאץ, און דער שותף וועט אויטאמאטיש באקומען האלב פון מיינע נכסים וואס איך האב געבויט ביז היינט און פון היינט אין ווייטער וועט ער דארפן צושטעלן יעדן דאלער וואס די ביזנעס דארף צו האבן כדאי צו וואקסן די פארטפאליא אזוי ווי עס דארף צו זיין.

יעצט צו מיין שאלה, זאל איך דאס טוהן אדער נישט??

פון איין זייט נעמט דאס אראפ פון מיין קאפ אסאך דאגות פון חובות און נעגעטיוו קעש פלאו, איך בין זורע אין די ביזנעס א מער פרעדיקטבל פיוטור און די געלט דאגה פון היינט אין ווייטער איז מער נישט מיינ'ס.

פון די אנדערע זייט געב איך אוועק אסאך הארעוואניע און עקוויטי וואס איך האב זיך געבויט די אלע יארן, און בעצם וועט דאך די חובות באצאלט ווערן דורך ריפיינענסן וכו' דאס איז דאך נאר א שאלה פון אפאר יאר ווילאנג איך קום אן דערצו יא איך ווען סטראגלען נאך אפאר יאר און ווען איך וועל בעזהשי"ת אנקומען דערצו ווען איך נישט האבן קיין שותף אויפן קאפ.

וואס זאגן אונזערע ביזנעס קעפ?

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר