פרעזידענטליכע עלעקשענס 2020

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

פרעזידענטליכע עלעקשענס 2020

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

[justify]דאנאלד טראמפ לאונטשט יעצט אין די מינוטן זיין ריעלעקשען קאמפיין צווישן טויזנטער "מעגא" שטיצער אין עמוועי צענטער אין פלארידע.

-------

אויף די דעמאקראטישע זייט גרייט מען זיך העפטיג צו דער ערשטער דעבאטע וואס דארף פארקומען ענדע June. עס יאווען זיך קאנדידאטן וואס האלטן זיי האבן די ריכטיגע כוחות ארויסצוריקן טראמפ פון אפיס.

צוליב די פלייץ פון אזוי פיל ווי 23 דעמאקראטישע קאנדידאטן האט מען צוטיילט די ערשטע דעבעיט אין צוויי ווי אזוי פיל ווי צוואנציג קוואליפיצירטע קאנדידאטן וועלן אנטיילנעמען. צען די ערשטע נאכט און נאך צען די נאכט דערויף געהאוסט דורך NBC.


June 26 וועט פארקומען די ערשטע דעבעיט דורך די ערשטע צען קאנדידאטן.

צווישן זיי שטארט ארויס עליזאבעט ווארען (איך האלט זי האט שטארקע טשאנסען צו געווינען די דעמאקראטישע נאמעני, אפשר אפי' מער ווי ביידען. א געלונגענע קאנדידאט). דער מעיאר פון נאוארק קארי בוקער, דער צום טויט פארהאסטער ניו יארקער נאטשאלניק דעבלאזיא, דער טעקסעס רעפרעזענטעטיוו בעטא ארורק (לויפט מסתמא מתחילה ע"ד צו זיין א וו"פ קאנדידאט) און קלאבאוטשער וואס שטופט א 1 טריליאן דאלער אינפראסטרוקטור פלאן.

דער צווייטער נאכט June 27 גייט זיין די מער טאטערישע דעבאטע. צווישן זיי שטארט ארויס פראנט ראננער ביידען, (באקאנט אלץ מיטל-קלאס דזשאוי) דער ליבעראלער סענדערס, דער אינגער ענטראפענאור יענג, דער מתואב באטידזשעש,(פלאנט אויסצורייסן די עלעקטארעל קאלידזש) און דער געוועזענער אטורני דזשענעראל קאמילא הערריסס.


עס לאזט זיך שפעקולירן אז דער צווייטער נאכט גייט זיין גאר הויכע נומבערס פון מיטהאלטער צוליב די אונטערעסאנטקייט פון די קאנדידאטן.

די שאלה איז פון וועמען גייען קומען די אטאקעס אויף ביידען.
קען גאר זיין פון סענדערס האט ער נישט מורא, עס איז מער פון די קלענערע קאנדידאטן וואס ווילן באקומען זייער 15 מינוט אויף פעים.

עס וועט זיין אונטערעסאנט וויפיל עס וועט זיך דרייען ארום טראמפ, און בכלל ווער מיט וועם וועלן זיך אמפערן.


סקיצע פון די ערשטע דעמאקראטישע דעבאטע.
די שטענדערס פאר די ערשטע נאכט
20190618_194442.jpg


גרויסע דעבאטע - צווייטע נאכט
20190618_194517.jpg
[/justify]


א קיצור דער פארמעסט איז אין פולן שוואונג!

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר