כ''א כסלו אמאל און היינט.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

כ''א כסלו אמאל און היינט.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]עס דערנענטערט זיך שוין דער גרויסן טאג כ''א כסלו. פאר די וואס ווייסן נישט, אדער פאר די וואס האבן נישט געלערנט, איז כ''א כסלו איז דער טאג וואס רבינו הק' זי''ע איז באפרייט געווארן פון די נאצישע נעגל. אין יענעם אייז קאלטען דעצעמבער נאכט, האט דער א.ג. פאראדע/ קאסטנער באן, איבערפולט מיט אונגארישע אידן, ענדליך אריבערגעשפרייזט דעם גרעניץ פון נאצי-דייטשלאנד צו די שטאט סט. גאלען אין דער שווייץ. דער רבי זי''ע האט געשפאנט אין די קאלטע גאסן פון סט. גאלען, און די ענדע-מאנאט -לבנה האט געווארפן איר בלייסער שיין, דער רבי זי''ע האט זיך זיכער זייער געפרייט ענדליך זיך צו געפונען אויף דער פרייער לופט. דער רבי זי''ע האט באשיינפערליך נישט אנגעקוקט זיין באפרייאונג מער אויסערארענדליך ווי די באפרייאונג פון אנדערע אידן , ער האט ווארשיינליך געפילט ביי זיך גענוי ווי יעדע איד וועלכע האט באוויזן צייטליך זיך ארויסצוזען פון די נאצישע גיהינום.

אין די ערשטע יארן וואס דער רבי זי''ע האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, האט מען כ''א כסלו געזאגט געהעריג תחנון ביים דאווענען. דער טאג איז נישט מיט גארנישט אנדערש ווי א אלגעמיינער דורכשניטליכער טאג. שפעטער אין די יארן פון תשי''א – תשי''ב אומגעפער, אין די נאכט פון כ''א כסלו, האבן זיך צוזאמגענומען עטליכע געווייקטע חסידים א שטייגער ווי רבי שלום לויפער, רבי אלי דוד טירנויער, און רבי נפתלי אינדיג ע''ה און נאך, און זיי האבן געמאכט א ענגע סעודת הודאה אין בית מדרש, און מ'האט זיך מיט פרייד געווינטשן לחיים, און געלויבט השי''ת פאר זיין גרויס-גענאדע, אז דער רבי איז געראטעוועט געווארן פון די נאצישע-נעגל. א יאר דעראויף האבן די חסידים זיך גענומען די קאראזש און איינגעלאדענט דעם רבי'ן זעלבסט אנטייל צו נעמען אין די סעודה. דער רבי האט איינגעשטימט, און ער האט טאקע זיך געוואשן צו א סעודת הודאה. פון דאן אן איז אייגעפירט געווארן אין סאטמאר אז כ''א כסלו וואשט מען צו א סעודת הודאה.

ווי ס'איז באוויסט האט דער רבי זי''ע ליידער נישט געהאט קיין קינדער. דערפאר איז אין סאטמאר קיינמאל נישט אפגעהאלטן געווארן רבישע חתנות אד''ג. און דער יונגערע סאטמארע גענעראציע האט געלעכצט נאך טאראראם... זיי האבן געוואלט געניסען פון טאראראם ווי אין די אנדערע חסידישע הויפן, זיי האבן געוואלט זיין ככל הגוים בית ישראל... דערפאר איז דער באשיידענעם סעודת הודאה שטאפלווייז פארוואנדלט געווארן צו א גראנדיעזע יום הצלה מאַניפעסטאציע. מען האט אדאפטירט דעם יום הצלה טערמין פון ליבאוויטש און עס איז געווארן א גאנצע אונטערנאציאנאלע הצלת הדורות, אזש מען אויפגעהערט זאגן תחנון, מ'האט געטאנצן מיט מוזיק, די קינדער זענען אנגעקליידעט געווארן מיט ווייסע העמעדער. ס'איז געווארן א גאנצע יום טוב...

ווי לאנג דער רבי זי''ע איז נאך געווען געזונט זענען נאך זאכן געפארן גאנץ נארמאל. אבער אנגעהויבן פון יאר תשל''ב - ווען מ'האט באשלאסן צוזאמצושמעלצן דעם באשיידענעם כ''א כסלו סעודת הודאה אינאיינעם מיטן יערליכער דינער פאר די ישיבה, איז דער צושטאנד גענצליך ארויס פון יעדע פּראָפּאָרציע. דער כ''א כסלו מאַניפעסטאציע איז פארוואנדלט געווארן צו מאסיווער קאנווענשאן, מיליאנען דאללארן ווערן יערליך פארשווענדעט להגדיל הטראסק והפאפאראצי און מ'האלט דעם עולם געשפאנט מיט לאנגווייליגע און מיט אומנויטיגע דרשות וועלכע גריצלען אין די אויערן. אין קורצן דער מאַניפעסטאציע האט פארלוירן דאס גאנצע חסידישן חן, דעם גאנצער אמאליגער ארגינעלער טעם. בלויז די קינדער וועלכע לעכצען צו זען ווי דער קעדילעק פונעם רבי'ן שליט''א רייסט אריין אינעם פאליש פונעם ארמערי מיט בליציגע לעמפלך און שרייענדע סירענס, האבן נאך אן אינטערעסע אין די כ''א כסלו מאַניפעסטאציעס... (ווער געדענקט דען נישט דאס אויסטערלישער געשפאנטקייט וואס מ'האט געשפירט אלס קינד, ווען דער גרויסער אריה לייב האט געדינערט מיט זיין בארוועסע שטימע... דער קאר פון רבי'ן איז שוין בלויז צוויי גאסן אוועק.... אוי דאס ליצנות....)

פון יאר צו יאר ווערט דער עולם קליגער... מ'בלייבט אינדערהיים. מען גרייט צום טיש די טראדיציאלע כ''א מאכלים, אמעריקאנע ניסלעך און מאנדערינען, און ציגאב צו קאלט פלעשעל ביר... דאן טאנצט מען ארום דעם טיש צוויי מאל זינגענדיג די הייליגע זמירות פון כ''א כסלו: חסדי השם כי לא תמנו... און בך בטחו... און מיט די זעלבע תניעות און קנייטשן ווי אזוי דער רבי זי''ע פלעגט דאס זינגן... און מען זאגט דריי מאל לשנה הבא הירושלים און מ'גייט שלאפן.... און די מדקדקים לערנען פארן שלאפן גיין די הקדמה פון על הגאולה ועל התמורה עד שחטפו שינה...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר