דורך קינד_אן_קייט » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:24 pm
איי קאני, קאני,
ווי ליבליך זענען דיינע זכרונות, און אינעם טאג פון דיין יארצייט בין איך אין א פארלעגנהייט צו טרעפן די פאסיגסטע וועג אפצוצייכענען דיין זכרון.
זאל איך גיין פארברענגן ביי ר׳ שלום לאנדא׳ס ווינקל?
עס עקזיסטירט שוין נישט.
זאל איך שפאצירן אינדרויסן אן א מאנטל?
איך פארמאג נישט די סארט פיזישע כוחות וואס דו האסט געהאט.
זאל איך פארררויכערן ציגארעטלעך?
כ׳האב נישט ר׳ קנה וואס זאל מיר שענקען איינס, צוויי (אדער אפילו דריי).
זאל איך אויסטיילן ציגארעטלעך?
מ׳וועט זיך טועה זיין אז כ׳בין גאר א חתן בזוו״ש.
זאל איך זיך איבערגעבן לייב און לעבן פאר מיינע עלטערן?
כ׳בין טרוד מיט מיין אייגענע משפחה.
זאל איך מיר צו נער מאכן בכדי אנדערע זאלן הנאה האבן?
כ׳פארמאג א ווייב און קינדער, כ׳קען מיר נישט ערלויבן אזא לוקסוס.
כ׳לויף דא אויס פון אפציעס, אבער כ׳קען דאך ארויפשטעלן מיין פארלעגנהייט ברבים, האפענטליך וועט דאס ברענגן א שמייכל פאר די וואס האבן דיר געקענט, ויהא זה לעילוי נשמתך.
כאן, חבל טבור הארץ.