די אידישע גורל

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

די אידישע גורל

שליחה דורך גדליה »

די ווייסע האבן אונז פיינט
די שווארצע האבען אונז פיינט
די לינקע האבען אונז פיינט
די רעכטע האבען אונז פיינט
די רעפובליקאנער שרייען ס׳איז א דזשו קאו
די דעמאקראטן שרייען ס׳איז א דזשאו אקופעישען
די אייראפעער זאגען גייטס קיין ארץ ישראל
די פאלעסטינער זאגען גייטס קיין יוראפ
דער קריסט זאגט האסט גע׳הרג׳עט מיין גאט
דער ישמעאלי זאגט האסט צוגענומען מיין גאט
ארור אתה בעיר, מ׳האט אונז פיינט אין שטאט
ארור אתה בשדה, מ׳האט אונז פיינט אין אפסטעיט
מ׳האט אונז פיינט ווייל אונז זענען פרום
מ׳האט אונז פיינט ווייל אונז זענען פריי
מ׳האט אונז פיינט ווייל אונז קאנטראלן די וועלט
מ׳האט אונז פיינט ווייל אונז זענען די נעבעכס פון די וועלט
מ׳האט אונז פיינט אין אושפיצין
מ׳האט אונז פיינט אין דעברעצין
אין אמעריקע איז אויך דא טעראר
ס׳איז נישט אין ישראל נאר
מומבאי, פיטסבורג, דזשערסי סיטי
פראנקרייך, בערלין, יו נעים איט
מ׳דארף שוין מער נישט בעטן
ארץ אל תכסי דמם ואל תהי מקום לזעקתם
ס׳איז סייווי נישטא קיין פלאץ פאר אזויפיל בלוט
די גאז קאמערן האבן שוין כמעט אלעס פארטיליגט
אבער אפשר דאך, נאך אביסל רויטע פליסיגקייט
דאס וועלט לעכצט און דארשט
ווי קען מען נאך אביסל אידיש בלוט קריגן
אפשר קענסטו מיר דאס מסביר זיין?
עטס, שבעים זאבים, די וועלף
וואס רייסט עטס ענק נאך אונזער פלייש
מיר זענען אויסגעמאגערט, אויסגעשעפט
וואס גייסטו אריין אין אונזער געשעפט?
סתם צו ערמארדן מענטשן פאר גארנישט און פארנישט
וואס עטס ווילטס פון אונזער לעבן האבן?
א פארווארפן פאלק בכל קצוי תבל
און וואו מיר זענען, בליהט דאס האס און שנאה
דא האט מען אונז פיינט פאר קנאה
דא, נאט אייך נאך א שטעכעריי
און פאר א נויט נאך א שיסעריי
און מ׳וועט עס אפיל פארדאמען
ביז די נעקסטע שול גייט אויף אין פלאמען
וואס די העלל גייט דא פאר?
פארוואס? פארוואס? פארוואס?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר