אן A+ פאר'ן מאסיוון סיום מחזור י"ג דף יומי פון אגודת ישראל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

אן A+ פאר'ן מאסיוון סיום מחזור י"ג דף יומי פון אגודת ישראל

שליחה דורך העניך »

איר קוקט מיר אן מיט בייזע בליקן, אבער האלט אייך רואיג! קומט דען נישט קיין A+ פאר רבוא רבבות אלפי ישראל וואס זענען זיך צוזאמענגעקומען אין א פראסטיגן טבת-טאג, צו פייערן א סיום הש"ס? קומט דען נישט קיין A+ פאר דעם אינגל וואס האט מסיים געווען מסכת ברכות דורכאויס זיינע כעמא-פראצעדורן? קומט זיך נישט קיין פולקאמען A+ פאר'ן טייערן ALS פאציענט וועלכער האט געענדיגט די 2,711 בלאט פונעם ש"ס דורך זיינע אויגן? קומט דען נישט קיין A+ פאר דעם מסיים פון וועמען כ'האב געזען רינען דמעות של שמחה ווען הגאון ר' שמואל קאמענעצקי שליט"א האט געזאגט "הדרן עלך מסכת נדה ותלמוד בבלי"?

עס זענען דא אסאך A+'ן צו טיילן נאכ'ן דורכלעבן אזא ערהאבנעם מעמד סיום הש"ס, מיט דער באטייליגונג פון קרוב צו ניינציג טויזנט תורה-ליבהאבער. יעדן באטייליגטן קומט א קוש אין שטערן און אן A+.

אבער נישט דאס ווילן איר הערן. איר ווילט הערן וויאזוי דער מעמד איז געווען, וויאזוי מ'האט הנאה געהאט פונעם פראגראם, וויאזוי די רעדנער האבן עלעקטריזירט און אינספירירט די אלופי אלפי ישראל וועלכע זענען געשטאנען גרייט צו הערן און מקבל זיין. איר ווילן הערן וועגן די טאנצן, וועגן די מוזיק, וועגן די רירנדע מאמענטן און פרייליכע ווערטער. צום באדויערן האב איך נישט קיינע גוטע בשורות דא – מיינע A+'ן זענען אויסגעלאפן נאכ'ן טיילן פאר'ן ציבור, נאך פאר כ'האב געקענט אנקומען צו די ארגאניזירער פונעם מעמד. פאר זיי בין איך נאר געבליבן מיט א גרויסן, זויערן F.

דער סיום הש"ס איינמאל אין זיבן יאר איז דא צו דינען ווי דער פנים פון אגודת ישראל, און אייגנטליך דער פנים פון די פני הדור וועלכע שטעלן די אגענדעס פאר'ן ברייטן חרדישן ציבור. צו דער געלעגנהייט פונעם זמן קהילה לכל, ווען נאך א שמיטה יארן וועלן ניינציג טויזנט אידן זיך צוזאמענקומען צו הערן דעם דבר ה', האט מען נאכאמאל אויפגעשטעלט די זעלבע שניי-ווייסע בערד וואס יעדער האט שוין פון זיי געהערט הונדערטער מאל, און וועלכע האבן בכלל נישט קיינע טאלאנטן און קוואליפיקאציעס צו פארכאפן און איבערנעמען א ציבור.

אוודאי דארפן די גדולי ישראל פארנעמען א פראמינענטן ארט ביי אזא מעמד, אבער פינף-מינוטיגע דרשה פון הג"ר שמואל קאמענעצקי וואלט געווען פונקט גענוג פאר דעם צוועק. וואו זענען געווען די ענערגישע רעדנער, וועלכע קענען ארומכאפן דעם מיקראפאן און אריינדרונגען אין די הערצער פון די צוהערער? וואו זענען געווען די יונגע תלמידי חכמים, יונגעלייט וועלכע האבן דערגרייכט גדלות בתורה, אז זיי זאלן קענען אינספירירן אנדערע? פארוואס נאכאמאל די זעלבע אלטע לייט? פארוואס נאכאמאל די זעלבע לאנגע דרשות וואס בארירן נישט קיינעם? וואס איז פשט אז שוואכע רעדנער באקומען רשות הדיבור פאר לאנגע מינוטן צו אדרעסירן די הייליגסטע, וויכטיגסטע און ווערדפולסטע מינוטן וואס כלל ישראל פארמאגט איין מאל אין זיבן יאר? האסט א כמעט הונדערט-טויזנט-מענטשיגער ציבור וואס שטייט גרייט מיט אפענע מיילער מקבל צו זיין – ווי נעמט מען דעם גאל אויפצושטעלן א רעדנער – ווי הייליג און חשוב ער זאל נאר זיין – וואס האלט דעם ציבור אין די קעלט מיט דיוקים אין "מאימתי קורין את שמע"?

דער מייק-סיסטעם האט נישט געטויגט. הרב יששכר פריינד, וועלכער האט שטארק אנטוישט מיט זיין שוואכער דרשה, האט כסדר אראפגעקוקט צו זיינע נאטיצן און אראפגערוקט זיין מויל פונעם מיקראפאן. א דאנק דעם איז זיין קול כסדר ארויף און געפאלן, און איז געווען גאר שווער צו הערן. האט מען נישט געקענט געבן יעדן א שטיקל מזונות אז מ'זאל האבן וואס אריינצונעמען אין מויל, און אפשר אויך א באטל וואסער? און אז מ'גייט שוין יא ארויס מאכן א קאווע זיך צו דערווארעמען פון די פרעסטן, האט נישט געקענט זיין גענוג מילך?

ברענגט מען ארויף א ווידעא פון הגאון האדיר רבי חיים קאניעווסקי שליט"א, וואס איז ניטאמאל געווען לייוו, און קוים האט דער גאון געוואוסט וואס מ'וויל פון זיין לעבן האבן, און האט געווינטשן די 90,000 אידן וואס זענען זיך געקומען פרייען מיט דער תורה, מיט א טאפלטן "בו"ה בו"ה."

וואס טוט זיך מיט א פראגראם עפעס וואס זאל האלטן דעם ציבור געשפאנט? פארוואס דארף די מוזיק זיין מיט זינגערס פון פאריגן יאר-הונדערט? שלומי דאסקאל און ברוך לעווין האבן דאך שוין געזינגען פאריגע מאל. וואו זענען די נייע היינטיגע זינגערס? און די ניגונים – רבוש"ע! דער אויסוואל פון ניגונים איז געווען ווי ביי מיין טאטן ביי חנוכה-ליכט. יעדער קלישעי ניגון פון פערציג-פופציג יאר אלט, אן קיין שום התחדשות. דאס זעלבע "וזכנו לגדל" ווי ביים פאריגן סיום, באגלייט מיט א פאר טריבע לידער ווי "עולם הבא איז א גוטע זאך" און "וטהר לבינו". עס האט נאך געפעלט "צוה" און "ותן בנו", און ס'וואלט געווען א דבר השלם.

דאס זינגעריי איז געווען א טאטאלער חורבן. עס איז נישט געווען קיין שום קאארדינאציע צווישן די זינגער און דעם כאר. שלמה דאסקאל האט געשריגן "לעבעדיג, לעבעדיג" ווי א וואנזיניגער, אפנים זיינע קולות קענען אריינברענגען חיות אין א טויטן פראגראם. און ברוך לעווין און ר' אביש בראדט ז"ל האבן אלטערנירט צו זינגען העכער'ן טאן און אונטער'ן טאן. מ'זאגט אז דער "יונגערליך" כאר איז דארטן געווען, אבער חוץ א קורצן בליק פון עטליכע קינדער מיט קעשקעטלעך, און צוויי-דריי ברומען פון קינדערישע שטימעס, האט מען פון זיי גארנישט געהערט.

פונקט ווי יעדער איד וואס האט זיך באטייליגט צו פייערן דעם סיום הש"ס האט געהאט א חלק אין שאפן א מאניפעסטאציע פון כבוד התורה, האט די אגודה מאניפעסטירט ווי 'אוט אוו טאטש' אונזער פירערשאפט איז. אויב האט עמיצער ביי זיי געזאגט אז מ'דארף אויך בארירן די יונגע, האט מען אוועקגעגעבן צייט פאר א פראגראם פאר קינדער, "מתמידי הסיום". ווארשיינליך א גוטער פראגראם, אבער וואס איז מיט די צוואנציג יעריגע אידן וואס ווילן ווערן אינספירירט, די דרייסיג יעריגע, די פערציג יעריגע – וואס נעמען בחורים אהיים פון אזא מעמד?

וואס מ'זעט ביי אונז חסידים, א פירערשאפט פון עלטערע רבנים וואס פאנגען נישט אן צו פארשטיין צום היינטיגן דור, אזוי זעט מען ביי דער אגודה. שעות נאכדעם וואס אין טיימס-סקווער האט מען אריינגעברענגט דעם יאר 2020, האט מען געזען א רבנישער פירערשאפט וואס לעבט אין 1960.

טייערע אידן – די וואס האבן זיך באטייליגט און אוודאי די וואס האבן מסיים געווען ש"ס: איר האט מיך אינספירירט מיט אייער אהבת התורה ואהבת ה'. חשוב'ע רבנים און עסקנים: ביטע טרעט אפ, און מאכט פלאץ פאר א פירערשאפט פונעם נייעם דור.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר