דער חכם און דער אויבער-חכם, קריטיקעל טינקינג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל

דער חכם און דער אויבער-חכם, קריטיקעל טינקינג

שליחה דורך מיימון »

דער חכם און דער אויבער-חכם, קריטיקעל טינקינג.

אביסל צומישטע מחשבות איבער דעם ענין, אדרבה לאזט הערן אייער מיינוג.

ביי די גרויסע דעבאטע איבער עדיוקעישאן (שוין ב"ה אונטערגעגאנגען, מען קען ווייטער לאזן דעם עולם פוילן אין איגנאראנץ ביז צו א קומענדיגע מעלדונג), האבן די גרויסע קארפן קעפ באצאלטע לויערס געדונגען מיטן געלט פון תמימות'דיגע אינגעלייט וואס ברעכן זיך די ציין ביים רעדן ענגליש - אויסגעטראפן א מורא'דיגן ארגומענט צו נוצן אנטקעגן די בייזע רשעים וואס ווילן נישט מער און נישט ווייניגער ווי געבן פאר אונזערע קינדער א בעסערן עדיוקעישאן. נעמליך, די טענה פון "קריטיקעל טינקינג" וואס דאס לערנען תלמוד (וואס איז דאס?) טוט אנגעבליך פראדוצירן אין די מוחות פון היימישע אידן, וואס ממילא זענען זיי מיט דעם שוין מקיים די הלכה פון עדיוקעישאן ממש ווי סוקראטעס בדורו, און פטור אן עסק.

יעצט, שוין אפגערעדט פון די היפאקריטיע פון נוצן די טענה - אויסגעטראכט פון קאלעדזש-געלערנטע מוחות און אומפארשטענדליך פאר אונזערע היימישע תלמוד-געריבענע גאונים, וואס [tag]אבטולמוס[/tag] האט שוין בשעתו אנגעמערקט אינעם וועקער (מיט א רמז גאר, כדרכו בקודש, אפשר איז דאס א אנדערע גריכישע מהלך?), און אן אריינגיין אין די סטאטיסטיקס (וואס אונזערע קלוגע חברה האלטן נישט, וואס איז דאס בכלל?) צו "אונזערע" היימישע קווינס-גראדואירטע עילויים (וואס האבן שוין צו דער צייט פון זייער חתונה עספיעט צו פארגעסן פרק הישן און אלו מציאות, די איינציגסטע טראקטאטן פון תלמוד וואס זיי האבן אימער שטודירט) באווייזן טאקע מיט זייער שטוינענדע חריפות איבערצושטייגן די א.ג. "גוים" (אויך באקאנט אלס מענטשן) וואס עסן נבילות און האבן דעריבער א פארשטאפטן קאפ. אן אריינגיין אין די אומגעהויערע מאסן פון חכמה וואס פילן אן די גאסן פון מאנרא און וויליאמסבורג וואס ערשטוינען די פאר'תמ'טע גוים וועלכע בלייבן שטיין געפלעפט און שרייען אויס "רק עם חכם ונהון הגוי הגדול הזה".

אן אריינגיין אין די אלע זאכן וויל איך זיך באציען צו די טענה וואס ווערט אסאך מאל אויך באנוצט "צווישן אונז" (די אלע טענות פון די לויערס זענען דאך "נארישקייטן" צו זאגן פאר די נארישע גוים אין געריכט, מיר ווייסן דאך בעסער פון דעם, מיר פארשטייען אז מיר דארפן נישט די אלע חכמות, מיר ווילן באמת זיין נאריש. עניוועי) אין אינערליכע דעבאטעס, צווישן אידן גערעדט. טענה'ן זיי אז אמער זעסט דאך די אידן זענען געריבן, אינגעלייט קומען ארויס פון ישיבה, זיי עפענען עמעזאן ביזנעסער (א מיליאן און א האלב פראצענט עמעזאן ביזנעסער אין ברוקלין זענען דאך פון ברוקלין כידוע) און ריעל עסטעיט און זענען שטארק מצליח, אן לערנען ענגליש, און אן עדיוקעישאן, אלזא זעסט דאך, די חברה פארשטייען, בשעת א אינגערמאן פירט אן די ביזנעס ארבעטן פאר אים צענדליגער "גוים" (אנדערע מענטשן) וואס זענען טיפשים און שוטים און מאכן אפאר דאלער א שעה. אלזא האסטו אונזער חינוך קעגן "זייער" פובליק סקול עדיוקעישאן, נו זעסט דאך אליין.

שוין, דאס איז דאך שוין טאקע א טענה, און באמת איז דא אזא געפיל צומאל, אידן זענען זייער אסאך מאל מיט די קאפ אויפן פלאץ, בשעת די אינסטאנצן ברעכן זיך קאפ מיט זייערע פראטאקאלן און ביוראקראטיע ביי אונז ווערט דאס ערלעדיגט איינס צוויי, מיט אביסל מחשבה מאכט מען די זאך געשיקט און גרינג אן קיין פארשלעפעניש. די קאנסאלטענטס טראכטן און מאכן זיצונגען אבער אונזער אינגערמאן האט שוין געקויפט און געפליפט און ארויס מיט א מעכטיגן ריוח. די קריטיקעל טינקינג און "ארויס פון די באקס" מהלך המחשבה ביי אונז איז אסאך מאל קענבאר און עס ברענגט אויף א טענה אז אונזער חינוך איז נאך אפילו בעסער.

דא וויל איך אויפברענגען פארשידענע רויע מחשבות איבער דעם ענין כאטש אומפארטיגע און האלב-געבאקן. איך האב א שטיקל מחשבה אז כאטש דאס קוקט אויס זייער איבערצייגנד איז עס נישט עפעס וואס מיר דארפן ארויפקוקן און מיר וואלטן בעסער געווען אן דעם.

קריטיקעל טינקינג טוט זיך עוואלוון אין א מצב פון נויט, ווען א מענטש איז אין א געענגטן מצב וועט זיין מח ווערן גאר שעפעריש צו ערפינדן א וועג ארויס. אידן דורך א לאנגן גלות זענען געווארן פארבאטן פון געוויסע פאכן און געזעלשאפטן האט זייער מח אנטוויקלט א רייע פון פרישע וועגן צו מאכן געלט און זיך האלטן ביים לעבן. צענדליגער דורות פון אונטערדרוקונג האבן געלאזט זייערע צייכענעס אויף דעם אידישן קאפ וואס וועט אלעמאל טראכטן טיפער און מער געדרייט, אפשר פון די אנדערע זייט? אויב יעדער גייט דא אפשר קען איך גיין דארט? כדי צו איבערלעבן די פיינטליכע אומשטענדן וועט זיין מח ווירבלען מיט אלטערנאטיווע געדאנקען און אויפקומען מיט בליציגע איינפאלן צו איבערשטייגן זיינע קאנקורענטן.

קריטיקעל טינקינג איז א מינאריטעט בענעפיט. א אונטערדרוקטער מיעוט וואס דארף זיך פארמעסטן מיט א פיינטליכער רוב. א יחיד וואס דארף טרעפן א הנאה פאר זיך אויפ'ן חשבון פון די אלגעמיינע באפעלקערונג וואס וויל אים אויסשליסן. א איד וועט דינגען די קרעטשמע, אפדינגען דעם וואלד, פרובירן צו אפנארן די אפנארערס, די וועלכע לאזן אים נישט צו צו מאכט, טרעפן א הונטערוועג צוריקצוטרעפן זיין פארלוירענעם ריוח אויפ'ן חשבון פונעם פריץ און פון די פויערן וואס האבן אים ביידע פיינט.

קריטיקעל טינקינג איז די מעלה פאר א יחיד וואס וויל זיך בענעפיטירן אויפ'ן חשבון פון יעדעם, דער וואס כאפט זיך אריין אומבאמערקט אין די רייע ביים רויט לייט אדער אין געשעפט, דער וואס כאפט דעם מנין ביי נשמת און ענדיגט מיט יעדן, און דער וואס קומט אן צום חתונה ביי די פלייש און האט געמאכט זיין ברודער אוועקלייגן א פארציע זופ פאר אים. וואס וועט זיין ווען דער גאנצער מנין וועט וועלן אריינקומען ביי נשמת? וואס עס געשעט ווען יעדער וויל קומען שפעט צו די שמחה ווייסן מיר דאך שוין גאר גוט.

קריטיקעל טינקינג איז גוט ווילאנג עס איז א קליינע גרופע אינערהאלב א גרעסערע באפעלקערונג, מען קען שמוגלען גרעניצן, זיך משוגע מאכן אין מיליטער, ווייזן א בילד פון ר' ישעי'לע פאר'ן פאליציי מאן, אזוי לאנג ווי דער סיסטעם גייט אן פאר יעדן געשעט גארנישט אויב אפאר יחידים מיט אויפגעקלערטע געדאנקען מאכן זיך נישט וויסנדיג. וואס וועט אבער זיין ווען קרית יואל'ע דרייווערס וועלן פרובירן צו ווייזן א בילד פון ר' ישעי'לע פאר א היימישן פאליסמאן?

קרית יואל איז א גוטע דוגמא. ווילאנג מיר זענען געווען א מיעוט האבן מיר געקענט לעבן מיט די מינאריטעט מענטאליטעט. האלטן די גאסן ריין איז א "גוי'אישע" זאך, ווען מען איז געגאנגען אין פארק האט מען אנגעזאגט די קינדער אויפצוהייבן די שמוץ "כדי נישט צו מאכן א חילול השם". זיי קעירן פאר די שטותים. אבער היינט אז קיין שום גוי וואוינט שוין נישט ב"ה אין די מייל ראדיוס ארום קרית יואל הייבט מען אן צו כאפן אז אויב וועסטו לאזן שמוץ אויף דער ערד וועט די שטאט זיין שמוציג, און אויב וועסטו אריבערפארן א סטאפ-סיין אדער פארקן אינמיטן ראוד וועסטו שטערן טראפיק. זיין א אויבער-חכם העלפט נאר ווען דו ביזט א איד וואס כאפט מציאות ביים גוי'אישן חגא, אבער ווען יעדער איז אידן דארף מען אנהייבן צו טראכטן גראד.

טראכטן גראד מיינט דורכטראכטן יעדע זאך פונעם שורש. ביי אונז איז מען צוגעוואוינט צו טראכטן פארקערט און קריטיש, אבער מיר האבן פארגעסן וויאזוי צו טראכטן גראד. ביי מענטשן וואס טראכטן גראד, וואס לערנען די זאך אויפ'ן סדר, קען זיך אמאל דוכטן אז זיי זענען תמ'יש, אין די באקס, זיי קענען נישט טראכטן עפעס אנדערש ווי דאס וואס זיי האבן געלערנט, אבער צומאל איז דאס ווייל קענענדיג די נושא פארשטייען זיי אז דא קען מען נישט טון דאס וואס עס פאלט דיר יעצט איין, ווייל עס קען נישט ארבעטן. ניין, מען קען נישט אריינלויפן אין פייער און זיך נעמען שפריצן (הערסט, טראמפ?), עס האט א סיסטעם וואס מען דארף טון אפילו עס דויערט לענגער, די קרית יואל'ע פייערלעשער ווייסן דאס שוין איצט.

ביי אונז לערנט מען גארנישט גראד, מען דארף אלעס אליין כאפן, פון חומש רש"י דארף מען בדרך אגב אויפכאפן לשון הקודש און אידישע היסטאריע, און פון גמרא דארף מען אינאיינוועגס ארויסלערנען די אידישע דינים און תרי"ג מצוות. אנשטאט לערנען די זאכן גראד פון אנהייב מיט פרעזענטאציעס און חזרות, מיט כללים און פארהערן, לאזט מען דעם קאפ דאס אליין אויפכאפן פון א הונטערוועג און בדרך אגב און דאס געוואוינט דעם קאפ אלעמאל צו שפרינגען און ציען מסקנות, אויפקומען מיט חידושים, אויפדרינגען חשבונות אין ביזנעס און פאליטיק, בשעת א געזעצטער מענטש וואס האט געלערנט סיסטעמאטיש מיט א סדר געוואוינט זיך צו צו אויספאלגן וואס עס שטייט, פרובירן זיך צוצוהערן צו וואס מען זאגט. ביי אונז איז מען צוגעוואוינט אז מיר זענען קלוגער ווי דעם מלמד, דער מלמד האקט אריין ויאמר ה' און דער אייבישטער האט געזאגט, אבער מיר האבן אויפגעכאפט א פעטערן, ויאמר איז מלשון אמר זאגן, א חידוש. נעקסט טיים לאמיר פרובירן נאך עפעס אפשר וועט מיר געלונגען. משא"כ איינער וואס לערנט לשה"ק ווייסט אז דער מורה איז קלוגער און דער ספר איז קלוגער, אויב דו האסט א ספק פרוביר נישט צו טראכטן אליין, נאר חזר איבער דעם קאפיטל וועסטו קלארער פארשטיין.

וואס איז בעסער? אוודאי אויב דו ביזט א דערנידערטער יחיד אין פיינטליכן רוסלאנד, אפשר איז גוט אויב דו קענסט זיין א קאפ פאראויס פון דיינע פיינט. אבער אין א עת שלום, אפשר איז יא בעסער צו לערנען גראד און גרונטליך ווי איידער קרום און שארף? זיך אויסלערנען פראגרעמינג און אקאונטינג מיט א געהעריגן קורס איז בעסער ווי עס אויפכאפן נאכ'ן זיך אליין מוטשען מיט אומגעלונגענע זאכן און זוכן אויף גוגל. א יסודות'דיגע קלאס גיט דיר אלע כללים, א טיפע פארשטאנד אינעם וועג וויאזוי די זאך ארבעט און פארוואס מען טוט וואס מען טוט. דאס גיט טאקע ווייניגער מעגליכקייט פאר שעפערישע מוחות צו אויפשפרינגען מיט פאטענטן, אבער מיר זענען שוין נישט אינעם זיבעצנטן יאר-הונדערט ווען סייענס איז באשאפן געווארן דורך טראכטן פונקט פארקערט פון יעדן, היינט איז שוין דא גענוג געפארשטע חומר אויף יעדע איינציגסטע נושא (אויך אידישע!) אז אן קודם גוט און גרונטליך אדורכלערנען די סוגיא וועט דיין אויפשפרינגען מיט א באמבע-חידוש כמעט אייביג זיין פשוט'ע נארישקייטן וואס מען האט שוין לאנג לאנג דאקומענטירט פארוואס עס קען נישט זיין.

צום שלוס, קריטיקעל טינקינג איז גוט פאר א יחיד, אדער פאר א קליינע גרופע. ווען דו ווילסט פירן א לאנד, א שטאט, אדער א באפעלקערונג פון צענדליגער טויזנטער, איז וויכטיגער צו טראכטן גראד, א קליינע גרופע קען זיך א עצה געבן מיט חברים מעמבערס וואס וואלונטירן צומאל, ווען דער ציבור וועט זיך צואוואקסן וועט מען מוזן באצאלן מעמבערשיפ אדער שטייער אויפצוהאלטן אזא סערוויס. קאווע אין שול קען מען צושטעלן פאר עטליכע צענדליג בעלי בתים מיט א נדבן, פאר טויזנטער מענטשן דארף מען שוין אנהייבן צו טשארדזשן געלט. אזא אויבער-חכמ'דיגע בדרך-אגב'דיגע לעבנסשטייגער קען נישט ארבעטן פאר'ן ציבור, קרית יואל וועט מוזן אינפארסירן טראפיק רעגולאציעס, מאכן זאונינג געזעצן, זארגן פאר די ענווייראמענט, און טון וואס יעדע אנדערע שטאט טוט, ווייל ווען יעדער איז א אויבער-חכם ארבעט נישט די שטיק.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר