וואס איז "אונזער מסורה"

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6614 מאל

וואס איז "אונזער מסורה"

שליחה דורך הוגה »

איך וויל דא רעדן פון א נושא וואס איך האב באגרעניצטע ידיעה אין דעם. איך ברענג עס אויף סיי מחמת ווייטאג און סיי מחמת תורה היא וללמוד אני צריך. איך האף אז די ידענים דא אינעם שטיבל וועלן זיך ווארים אנרופן און משתתף זיין מיט זאכליכע הודעות הן מקורות מן התורה, מקורות מספרי מחקר, ומקורות אין היסטארישע ספרים, והן מיט לאגיק.

ווען איך בין געווען א קינד האב איך אלץ פארשטאנען אז מסורה מיינט מנהג המקום, מנהג הקהילה און מנהג המשפחה.

למעשה היינט זעהט מיר אויס אז דאס איז א פארדרייטע מסורה. די ריכטיגע מסורה איז, משה קבל תורה ומסרה ליהושע ויהושע לזקנים וכו'. דאס מיינט אז שלא כהרעליגיעס האחרים וואו איינער אדער עטליכע האבן איבערגעגעבן פארן המון עם די ווארט וואס זיי פראקלימירן אז זיי האבן באקומען פון גאט, האבן מיר אידן א מסורה. מענטש נאך מענטש טאטע נאך זיידע א פונקטליכע קייט וואס צייגט אז גאנץ כלל ישראל האבן געזעהן ווי די באשעפער גיבט אונז די תורה מיט מצוות, יציאת מצרים וכדומה.

מיר האבן נישט קיין מסורה צו גייו שטריימלעך, אדער צו עסן בעבעלעך פרייטאג צונאכטס, נישט צו עסן קטניות, נישט צו לאזן וואקסן די האר. מיר האבן אבער יא א מסורה ולטוטפות בין עיניך מיינט במקום השער, אין פיר עקסטרע שווארצע באקסלעך, מיט שווארצע רצועות, מיט א קשר אין די בעק וכו'.

די "אונזער מסורה" פראזע ווערט זייער אסאך מיסיוזד און אביוזד אין אונזערע קהלות. וויפיל מאל הערט מען ווי עלטערן באוויינען זייערע קינדער אז זיי זענען אוועק פון די מסורה בשעת זיי היטן די תורה ומצוות כנתינתה בסיני. ווילסט וויינען אז דיין זון מישט זיך אום פסח? נאו פראבלעם, אבער האק נישט אין קאפ אריין וועגן די מסורה. עס קומט נישט דא אריין.

א חבר מיינע, זיין שווער האט נישט געוואלט רעדן מיט זיין ווייב פאר א לאנגע צייט, מיטן אויסרייד אז זי איז אוועק פון די מסורה. וואס איז געווען איר עבירה? איינס, זי גייט נישט מיט קיין סיעמס. צוויי, זי גייט מיט א הוט אויפן שייטל אנשטאט א טיכל.

וועלכער מסורה האט זי אפגעלאזט? ביידע אירע באבעס זענען געגאנגען מיט הוילע שייטלעך, די עלטער באבע פון הודו-נאנאש האט פאר קיין געלט נישט געקענט באקומען קיין שטרימפ מיט סיעמס אין אונגארין. אויב עפעס איז די טייערע שוויגער אוועק פון די מסורה, און די יונג ווייבל איז צוריק געגאנגן צום אלטע מסורה.

מידי דברי בו, וואס איז מיך משעבד צו די תקנות וואס מיין זיידע אום באבע האבן אנגענומען? למשל, פארוואס בין איך מער משעובד צו די תקנה פון די וועד ארבע ארצות זיך צו שערן די האר, ווי די פינאנציעלע תקנות פון די נודע ביהודה? איז די פאקט אז מיין זיידע/באבע האבן אנגענומען א געוויסע חומרא/תקנה/מנהג מיר עפעס מחייב?

צוריק צו די נושא פון מסורה. בין איך ראנג מיט מיין יעצטיגע פארשטאנד אין מסורה? שטייט עפעס אין ספרים דערוועגן? אויב יא ניתי ספר וניחזי. און אין די זעלבע צייט לאמיר עס פארשטיין לאגיש אויך.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר