דער טראמפ דאקטארין שטעלט זיך ארויס צו ארבייטן:

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

דער טראמפ דאקטארין שטעלט זיך ארויס צו ארבייטן:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]עס איז נישט קיין צווייפל אז דער פרעזידענט האט אויפגעשאקלט דעם זימפ אין וואשינגטאן אויף א פארנעם וואס אפילו די גרעסטע אפטימיסטען האבן נישט פארגעזען. דער פרעזידענט האלט איין אלעס וואס ער האט פארשפראכן דורכאויס זיין קאמפיין. זיינע פיינט האבן זיך קיינמאל נישט געגלייבט אז ער וועט דאס ווירקליך קענען באווייזן. און אפגעזען פון די אלע פיסלעך און שטרויכלונגען וואס די קריכענדע אינזעקטען אינעם וואשינגטאן זומפ שטעלן אים נאכאנאנד אונטער, שפאנט ער פאראויס מיט גרויסע טריט צו אנטוויקלן זיין וויזיע פאר די צוקנופט פון אייניגטע שטאטן.

דעם פרעזידענט'ס אויסערן פאליטיק "אמעריקע ערשט" צייגט זיך ארויס צו זיין ווירקזאם ביז גאר. דער טראמפ דאקטארין איז אייגענטליך געבויעט אויף א ציטאט מיט וועלכע דער לעגענדארער רעפובליקאנער פרעזידענט 'טיאַדאָר רוזעוועלט' האט זיך נאכאנאנד באנוצט: רעדט ווייעך, אבער טראג דיך ארום מיט א גרויסער שטעקן.

לאמיר נעמען פאר א ביישפיל איראן:

דער אויסערן פאליטיק דאקטארין פון די פארגאנגענע אבאמא אדמיניסטראציע איז מער-ווייניגער געווען, כאבאר. זיי האבן אונטערגעקויפט די מולאס און די אַיאַיטאלעס פון איראן מיט פאנטאסטישע סומעס געלט אין אויסטויש פאר א לעכרליכע צוזאג אז זיי גייען אנגעבליך אפשטעלן זייער נוקליארע פראגראם פאר עטליכע יאר. מיט די דאזיגע געלטער האבן די אַיאַיטאלעס זיך אייגענטליך באנוצט צו זייען טעראר אינעם מיטל מזרח אונטער די קאמאנדא פון דער בלוט דארשטיגער טיראן גענעראל קאסעם סאָלעימאַני אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. סיי אמעריקע און סיי די מדינת ישראל שפיאנאזש אינסטאנצן, זענען קיינמאל נישט געווען גענצליך איבערגעצייגט אז איראן האלט זיך טאקע ווירקליך צו צום אפמאך. מדינת ישראל האט אפילו אין א העכסט געוואגטע אקציע באוויזן צו לייגן די האנד אויף קריטישע אינפארמאציע וועלכע האבן דייטליך געצייגט אז איראן ארבייט נאכאלס אין געהיים צו ערצייגן נוקליארע וואפן. דער פרעזידענט האט פון זיינע ערשטע שריט אלס פרעזידענט זיך גענצליך ארויסגעצויגן פונעם לעכרליכער אבאמא אפפמאך. די אלע וויינערייען פון די קריכענדע אינזעקטען אין וואשינגטאן אז דאס וועט זיין א קאטאסטראפע זענען געפאלן אויף טויבע אויערן.

דער פרעזידענט האט גלייכצייטיג געפאסט צוויי דעצידירטע באשלוסן. ערשט האט געמאכט אמעריקע ענערגיע-זעלבסטשטענדיג – אזוי אז אמעריקע זאל נישט זיין אנגעוויזן אויף די אויל פונעם מיטל מזרח הויפזעכליך פון איראן. און דאן האט ער אויך גאר שטארק באפעסטיגט דאס אמעריקאנער מיליטער, אזוי אז דאס מיליטער זאל זיין פולקאם קאמפסגרייט אפצושלאגן יעדע סארט אונטערנאציאנלע געפאר. ווען דאס אלעס איז שוין געווען אין פלאץ, האט ער אנגעהויבן אויסצואיבן אומהויערע דרוק אויף די מולאס אין איראן זיך צו זעצן צום פארהאנדלונגס טיש און אויסהאמערן אן אפמאך וואס זאל זיין גינסטיג פאר אמעריקע און אויך אויף טערמינען דיקטאטירט דורך די מערב וועלט און נישט דורך די ראדיקאלע מולאס. ער האט דאס געטאן מיטן ארויפלייגן אויף איראן שווערע פינאנציאלע סאנקציעס אויף איראן.

די קריכענדע אינזעקטען אין וואשינגטאן האט ווייטער געשריגן גיוואלד, אבער דער פרעזידענט האט זיך פון זיי גאנץ קנאפע צו טאן געמאכט.

אין די זעלבע צייט האט דער פרעזידענט אויך באפעסטיגט נאט''א. ער האט זיכער געמאכט אז די לענדער אנגעשלאסן אין איר באצאלן זייער יערליכער דיוס. א זאך וואס זיי האבן לאנגע יארן נישט געטאן. די דעפיציט איז אלע יארן געדעקט געווארן דורך די שטייער צאלער פון די פאראייניגטע שטאטן. דער פרעזידענט אונטער זיין דאקטארין אמעריקע ערשט, האט דאס ענדליך רעכט געמאכט. אמעריקע איז מער נישט די וועלטס באנק פון וואו יעדער נעמט. אין רעזולטאט איז די מיליטערישע מאכט פון נאט''א גאר שטארק באפעסטיגט געווארן, דאס אלעס איז געווען א בעפארברייטונג צו זיינע פלאנירטע שריט קעגן איראן.

אין רעאקציע צו די סאנקציעס האט איראן אנגעהויבן ארום צו ווילדעווען אינעם מיטל מזרח. זיי האבן סאבאטזשירט א אויל קוואל אין סאודיע אראביע, זיי האבן אראפגעשאסן צוויי אמעריקאנע פילאטלאזע פליגערס, זיי האבן פארכאפט א בריטישער אויל טאנקירער אינעם הארמוז אפגאס, און נאך. דער פרעזידענט האט אבער געוויזן שטאטסמאנשאפט און איינגעהאלטנקייט און נישט רעאגירט מיליטעריש. ער האט בלויז פארשטערקערט די סאנקציעס אויף א מער ווירקזאמער פארנעם. ער האט גלייכצייטיג אויך געווארנט, אז אין פאל איראן וועט פאראורזאכן אמעריקאנער מענטשליכע פארלוסטן וועלן די קאנציקווענצן זיין פאטאלע.

איראן האט ערשט געמיינט אז טראמפ איז פונקט אזא גראנדיעזער פערד ווי זיין פארגייער אבאמא, ער סטראשעט בלויז אבער האלט זיך נישט צו דערצו. זיי האבן אין א אומדורכגעטראכטער שריט געוואלט אויספראבירן דעם פרעזידענט. דער אַיאַטאלע כאמענעי מיט זיין קאלעגע כאסאן ראכאני האבן באאויפטראגט גענעראל סאָלעימאַני איבערצופאלן א מיליטערישע באזע אין איראק, און אטאקירן די אמעריקאנער אמבאסאדע אינעם גרינעם זאנע וואס געפונט זיך אין הארץ פון באגדאד. אין רעזולטאט פון די אטאקע איז א אמעריקאנער זעלנער גע'הרג'עט געווארן און עטליכע זענען קריטיש פארוואנדערט געווארן. פרעזידענט טראמפ האט באלד געהאלטן ווארט, און ער האט זאפארט אפגעשיקט דעם בלוט-דארשטיגער טערעראריסט סאָלעימאַני צום שווארצן טייוול אין גיהנום אריין. און ער האט גלייכצייטיג קלארגעשטעלט אין אין פאל אפילו בלויז איין אמעריקאנער ווערט גע'הרג'עט אין רעטאליאציע פארן טויט פון סאָלעימאַני, גייט די אמעריקאנער עיר פארס אנזייען טויט און חורבן אויפן סאמען איראנער באדן, קיין שום ארט וועט נישט פארשוינט ווערן, האט דער פרעזידענט דייטליך קלארגעשטעלט. די מולאס האבן טאקע איינגעמאכט פאר שרעק, נעמליך, זיי האבן געזען אז דער פרעזידענט מיינט ביזנעס.

די קריכענדע אינזעקטען אין וואשינגטאן האט געלארעמט און געשריגן אז דער פרעזידענט האט אנגעהויבן א דריטער וועלטס קריג. זיי האבן אראפגעמאלן די שווארצטע בילדער וואס ס'איז בלויז שייך...זיי האבן דורכגעפירט רעזעלוציעס אפצושוואכן דעם פרעזידענט... ס'האט זיי בלויז געהאלפן א שווארצע פייג.

די רעאקציע פון איראן האט נישט געשפעטיגט צו קומען. זיי האבן באשאסן א אמעריקאנער באזע אין איראק מיט 16 באליסטישע מיסעלס. און צום גרויס וואונדער איז נישט געווען קיין באשעדיגטע... די מולאס האבן ווארשיינליך געכאפט דעם זענדונג פון פרעזידענט טראמפ. באלד דעראויף איז דער פערסישער אויסערן מיניסטער ערשינען אויף די טעלעוויזיע און דעקלערט אז די נקמה פון איראן איז פארפולקאמט. און אנדערע ווערטער זיי קאפוטילירן.

דריטע וועלטס קריג? ווער וועמען? בלויז זינלאזע רעטאריק פון די קריכענדע אינזעקטען אין וואשינגטאן און זייער קאלעגעס די בארימטע היסטעריע אנדרייער די לינקע מידיע נעצן.

פרעזידענט טראמפ האט אויפגעטרעטן פארן פאלק און קלארגעשטעלט זיינע פלענער פאר די צוקנופטע באציאונגן צווישן אמעריקע און איראן. דער קאמפיין פון מאקסימום דרוק גייט ווייטער אנגיין, פרישע און שטרענגערע סאנקציעס וועלן איינגעשטעלט ווערן. און נאט''א וואס איז פולפאכיג פארשטערקערט געווארן א דאנק די אונטערווענץ פון פרעזידענט טראמפ, וועט אנטייל נעמען אין די דיפלאמאטישע טעטיקייטן קעגן איראן, וואס דאס וועט האפענליך ענדליך צווינגען איראן זיך צוזעצן צום פארהאנדלונגס טיש און איינגיין אויף א זאכליכע אפפמאך מיט די מערב וועלט. ביזדערווייל הערשט אין איראן פולשטענדיגע כאאס, די מולאס רייסען זיך ביי זייער בערד און דאס לאנד רעוואלטירט אין גרויסן קעגן די רעזשים

ביזדערווייל איז דער טראמפ דאקטארין איז ווירקזאם ביז גאר.[/justify]
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

א שטארקע ארטיקל! נאר די ווערטער "רעד ווייעך" וואלט איך נישט געשריבן.. ווען טראמפ'ס רעדן און טוויטען וואלט געווען אביסל מער אויסגערעכנט וואלט ער לכאורה געווען דער פאפולערסטער פרעזידענט אין מאדערנע היסטאריע..
טראמפ איז אבער יא ריכטיג מקיים דעם "peace thru strength"
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

פארוואס הארגעט מען נישט רוכעמי די גייסטישע פירער פון איראן ? ער איז נעקסט?
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

שליחה דורך טראכטכמוני »

קאצקע ציקער האט געשריבן:פארוואס הארגעט מען נישט רוכעמי די גייסטישע פירער פון איראן ? ער איז נעקסט?

חאסאן רוחאני איז בסך הכל די "פאליטישע" פירער (מנכ"ל המוסדות), די עכטע באסס וואס טראגט די פענטס (קאפפיעה?) אין דע האוס איז זייער גייסטישע פירער "אלי חאמעינעי" (די רעבע אליין).
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ליב צו וויסן האט געשריבן:א שטארקע ארטיקל! נאר די ווערטער "רעד ווייעך" וואלט איך נישט געשריבן.. ווען טראמפ'ס רעדן און טוויטען וואלט געווען אביסל מער אויסגערעכנט וואלט ער לכאורה געווען דער פאפולערסטער פרעזידענט אין מאדערנע היסטאריע..
טראמפ איז אבער יא ריכטיג מקיים דעם "peace thru strength"


הבל הבלים. ווען ער טוט נישט טוויטען וואלט ער שוין לאנג געוועהן אויס פרעזידענט. ער איז דער ערשטע וואס האט זיך אן עצה געגעבן מיט דער לינקע פרעסע ווי עס דארף צו זיין, ווי אויך מיט די לינקע לאני קאנגרעס.

ער וועט אראפ אין היסטאריע אלץ דער בעסטער פרעזידענט, און אלץ דער וואס האט עס געטוהן טראץ די אלע נעגאטיווע פאלשער קאווערעדזש.

וואס די לינקע פארשטייען נישט איז, אז זיי האבן אים ערוועלט, ווייל זיי האבן קאליע געמאכט אז א נארמאלער מענטש קען נישט דערהייבן און אפילו ענדיגען לויפן פאר פרעזידענט, אפילו אויף דיר דעמאקראטישע טיקעט, ווי מען זעהט יעצט, אז נאר א משוגענער ווי בערני קען געווינען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

טראכטכמוני האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:פארוואס הארגעט מען נישט רוכעמי די גייסטישע פירער פון איראן ? ער איז נעקסט?

חאסאן רוחאני איז בסך הכל די "פאליטישע" פירער (מנכ"ל המוסדות), די עכטע באסס וואס טראגט די פענטס (קאפפיעה?) אין דע האוס איז זייער גייסטישע פירער "אלי חאמעינעי" (די רעבע אליין).

יא יא פון דעם רעד איך פארוואס קניידעלט עים נישט אמעריקא אראפ?
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

אישתישבי האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:א שטארקע ארטיקל! נאר די ווערטער "רעד ווייעך" וואלט איך נישט געשריבן.. ווען טראמפ'ס רעדן און טוויטען וואלט געווען אביסל מער אויסגערעכנט וואלט ער לכאורה געווען דער פאפולערסטער פרעזידענט אין מאדערנע היסטאריע..
טראמפ איז אבער יא ריכטיג מקיים דעם "peace thru strength"


הבל הבלים. ווען ער טוט נישט טוויטען וואלט ער שוין לאנג געוועהן אויס פרעזידענט. ער איז דער ערשטע וואס האט זיך אן עצה געגעבן מיט דער לינקע פרעסע ווי עס דארף צו זיין, ווי אויך מיט די לינקע לאני קאנגרעס.

ער וועט אראפ אין היסטאריע אלץ דער בעסטער פרעזידענט, און אלץ דער וואס האט עס געטוהן טראץ די אלע נעגאטיווע פאלשער קאווערעדזש.

וואס די לינקע פארשטייען נישט איז, אז זיי האבן אים ערוועלט, ווייל זיי האבן קאליע געמאכט אז א נארמאלער מענטש קען נישט דערהייבן און אפילו ענדיגען לויפן פאר פרעזידענט, אפילו אויף דיר דעמאקראטישע טיקעט, ווי מען זעהט יעצט, אז נאר א משוגענער ווי בערני קען געווינען.


ס'איז קלאר אז צו דיעלן מיט די לינקע און די מידיע האט מען געדארפט א אפענער און עטוואס ווילדער מענטש, אבער 2 נקודות
1) רעדן ווייעך מאן דכר שמיה
2) טראמפ נעמט עס צו אן עקסטרעם (ס'מיינט נישט אז ער איז א נעט נעגאטיוו, נאר הלוואי וואלט געווען בעסער...), וואס העלפט אים דאס שיסן סטעיטמענטס וואס האבן נישט קיין הענט און פיס ? לדוגמא, די Inauguration סומאטוכע...
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

עס העלפט אים, ווייל זיין מעסעדזש צו זיין בעיס קומט אהן. ער האט שטיצע אפילו פין מענטשן וואס ווייסען ער איז משוגע, ווען משוגע איז לדעתם דער איינציגסטער וועג מצליח צו זיין אלץ פרעזידענט, און מיט יעדעס משוגענע טוויט איז ער מחזק זיין בעיס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

Re: דער טראמפ דאקטארין שטעלט זיך ארויס צו ארבייטן:

שליחה דורך טראכטכמוני »

קאצקע ציקער האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:פארוואס הארגעט מען נישט רוכעמי די גייסטישע פירער פון איראן ? ער איז נעקסט?

חאסאן רוחאני איז בסך הכל די "פאליטישע" פירער (מנכ"ל המוסדות), די עכטע באסס וואס טראגט די פענטס (קאפפיעה?) אין דע האוס איז זייער גייסטישע פירער "אלי חאמעינעי" (די רעבע אליין).

יא יא פון דעם רעד איך פארוואס קניידעלט עים נישט אמעריקא אראפ?

דאס גייט דאך אנקעגן די גאנצע פוינט פון דעם דאזיגען ארטיקל, והוא אז די ווילדקייט פון טראמפ קומט נישט פון עפעס א מידות׳דיגע אומבאלאנס וואס טראמפ פארמאגט, נאר עס ענדערשט א גאר דורכגעטראכטער קאלט-קעפיגער א.ג. ׳דאקטרין׳, עס איז א מהלך פון זיך באניצן מיט מידת הגבורה צו ברענגען איראן צו די קניען.

אויב אזוי קומט נישט בכלל אריין צו קניידלען אדער קרעפלען מענטשן; ער האט געטוהן א טאקטישע שאך ׳מאוו׳ אויף צו געווינען די געים ער זיכט נישט קיין בלוט; ער זוכט שלום.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

סארי אבער טראמפ איז א פלעינע מערדער און ס'קען אפילו זיין אז ער האט בליט פון דעם גאנצן פליגער וואס איראן האט אראפגעשאסן
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

די בלוט איז אויף דיינע הענט ווייל דו האסט איהם נישט גע'הרג'ט פריער.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די בלוט איז אויף דיינע הענט ווייל דו האסט איהם נישט גע'הרג'ט פריער.

פארוואס זאל איך עים הארגענען ? איך בין נישט קיין מערדער
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דינו כרודף.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

קאצקע ציקער האט געשריבן:סארי אבער טראמפ איז א פלעינע מערדער און ס'קען אפילו זיין אז ער האט בליט פון דעם גאנצן פליגער וואס איראן האט אראפגעשאסן


ער איז אויך א רוסישער אגענט א פערד און א אקס..
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

שליחה דורך טראכטכמוני »

ליב צו וויסן האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:סארי אבער טראמפ איז א פלעינע מערדער און ס'קען אפילו זיין אז ער האט בליט פון דעם גאנצן פליגער וואס איראן האט אראפגעשאסן


ער איז אויך א רוסישער אגענט א פערד און א אקס..


ווי ווייסטע? געדענקסט אים נאך פון שטאל?
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

טראכטכמוני האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:סארי אבער טראמפ איז א פלעינע מערדער און ס'קען אפילו זיין אז ער האט בליט פון דעם גאנצן פליגער וואס איראן האט אראפגעשאסן


ער איז אויך א רוסישער אגענט א פערד און א אקס..


ווי ווייסטע? געדענקסט אים נאך פון שטאל?


נאאה ער איז היפש עלטער פון מיר..

איך האב מיר באצויגן צו דעם "טראמפ דירעינזשמענט סינדראם"דיגע באשולדיגונג אז ער איז א מערדער, כ'גיב אים פשוט נאך שטאף וואס ער קענען ניצן קומענדיגע מאל וואס די סינדראם צושפילט זיך אים..
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]נעכטן איז אן קיין צווייפל געוועזן אן היסטארישער טאג פאר די מיטל מזרח, און פאר די גאנצע וועלט. פרעזידענט טראמפ האט סוקסעספול באוויזן אויסארבייטן א שטאנדהאפטיגע פרידנס-אפמאך צווישן די צוויי אראבישע לענדער, די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, און באכריין און מדינת ישראל. עס שטעלט זיך ווידער ארויס אז דער טראמפ דאָקטערין ברענגט פאזעטיווע רעזולטאטן פאר אמעריקע און פאר די גאנצע וועלט.

אט איז ווי אזוי דער פאזעל האט זיך צוזאם געשטעלט.
דער פרעזידענט האט אין פרעצעדענטלאזע שריט דורכגעפירט אזא זאך וואס כמעט קיין שום פאליטיקער האט נאך קיינמאל נישט געטאן, ער האט ווירקליך איינגעהאלטן זיין צוזאג. א זאך וואס קיין שום פאלטיקער טוהט קיינמאל נישט. ער האט געהאט פארשפראכן אז ער וועט אריבער פירן די אמעריקאנער אמבאסאדע פון תל אביב צו ירושלים, און ער האט דאס טאקע געטאן. די איינגעגעסענע שלענג און אינזעקטען אין די וואשינגטאן זומפ האבן געשריגן און געלארעמט, אז מיט דעם שריט גייט טראמפ ברענגן א דריטע וועלטס קריג, אבער טראמפ האט זיך ווי זיין שטייגער נישט וויסנדיג געמאכט פון די שוויינען, ער האט זייער גוט געוויסט אז זיי מיינען נישט קיין שום גוטס פאר די וועלט אדער פאר די זיכערהייט פון די פאראייניגטע שטאטן. זיי ווילן בלויז באשוצן זייער אייגענע לאנגיאריגע פאליטישע און פינאציאלע אינטערעסן.
דאן האט טראמפ געטאן נאך א זאך, א זאך וואס ער האט אייגענטליך נישט געהאט פאראויס פארשפראכן. ער האט אנערקענט די אויטריטעט פון מדינת ישראל איבער די גולן הויכן. מיט דעם דאזיגע שריט האט דער פרעזידענט באוויזן צו געווינען די הערצער פון די ישראלים און פון זייער פירער בנימין נתניה. מיט דעם האט ער עטוואס צוריק פארנייעט די אפענע וואונדן און אומצוטרוי וועלכע האבן געהערשט צווישן מדינת ישראל און די פאראייניגטע שטאטן, וואס זיין פארגייער פרעזידענט אבאמא מיט זיין אויסערן מיניסטער דער טיפוש הגדול והנורא קערי,האבן אנגעווערטשאפט.
ער האט גענצליך אראפגעווישט די אייסיס כאליפאט פון די מאפע, און העראאיש גע'הרג'ט דעם גרונדער און פירער פון אייסיס אַבו באַקר על באַגהדאַדי. און ווי אויך איז ער פטור געווארן פון דער גרעסטען ארכי טעראריסט אין מיטל מזרח, גענעראל קאסעם סאָלעימאַני. די אינזעקטען אין וואשינגטאן האבן ווייטער געיאמערט אז עס קומט א דריטער וועלטס קריג... וואו? וואס? ווען?
ער האט געמאכט אמעריקע ענערגיע זעלבסטשטענדיג. אזוי אז אמעריקע זאל נישט זיין אנגעוויזן אויף די אויל זאפאסן אין מיטל מזרח, און דעריבער זיין פארשקאלפט צו די ארטיגע אראבישע שייכ'ן, מולא'ס, כאליפן, קעניגן, און פרינצען.
ער האט אויסגעלייגט א שלום פלאן צווישן מדינת ישראל און די פאלאסטינער געבויעט אויף עקאנאמיע און פינאנץ און נישט אויף ווירדן און אידילאגיע. ווי ערווארטעט האבן דאס די פאלאסטינער קאטאגאריש אפגעווארפן. אבער דער פרעזידענט איז נישט געווען באזארגט. ער האט געהאט זיין וויזיע אויף די ברייטערע בילד.

די צוויי אראבישע לענדער, די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, און באכריין, זענען בלויז די ערשטע צוויי לענדער וואס זענען איינגעגאנגן אויף א פרידנס-אפמאך מיט מדינת ישראל. ס'איז ערווארטעט אז נאך אראבישע לענדער וועלן גיין אין זייער פוס טריט.די לענדער אין מיטל מזרח אנעקענען אצינד אז זיי פארמאגן נישט קיין שום קארטל קעגן אמעריקע, נעמליך, אמעריקע איז שוין מער נישט אנגעוויזן אויף זייער אויל. אין רעזולטאט האט פרעזידענט טראמפ א פרייע האנט צו ארבייטן מיט זיי, אויף א וועג צו לייגן די אמעריקאנער אינטערעסן ערשט, וואס אין אונזער פאל איז דאס א פרידנס אפמאך צווישן די פאלאסטינער און מדינת ישראל.
די אראבישע לענדער אין מיטל מזרח האבן מער נישט קיין מורא פון איראן און פון אייסיס. דאס פארלייכטערט פאר זיי זיך צו צושטעלן און איינצוגיין אויף פרידנס אפמאכן מיט מדינת ישראל.
אין רעזולטאט גייען די פאלאסטינער ווערן מער און מער איזאלירט פון די איבעריגע אראבישע וועלט.
ווען די קאליציע פון די אראבישע לענדער מיט פרידליכע באציאונגן מיט מדינת ישראל וועט שוין זיין גענוג גרויס און שטארק, וועלן זיי באשיינפערליך אנהייבן לייגן אויסטערלישע דרוק אויף די פאלאסטינער אנצונעמען די עקאנאמישע שלום פלאן פון פרעזידענט טראמפ.
איינמאל די פאלאסטינער וועלן שוין שטייען גוט עקאנאמיש און פינאנציאליש וועט זיין פיל לייכטער זיך דורכצוקומען אויף אידאלאגיע און פאלטיק.

דאס איז א מייסטער סטראטעגיע אויסגעארבייט געווארן דורך אונזער רבי חיים יואליש קושנער זאל זיין געזונט. ער האט געזאגט פארן שווער: דו שלאגט דיך מיט די שלענג און אינזעקטען פונעם זומפ, האלט זיי פארנומען מיט דיינע משוגענע פייגל זענדונגן, מאך זיי גייען באנאנעס. אזוי וועל איך קענען ארבייטן אין די שטיל אומגעשטערט. א פיינע ארבייט חיים יואליש...

אצינד לאמיר אריינוועלן אין אמט דעם אויסגעוועפן יוסל ביידן.....[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אז מ'רעדט שוין דארף מען גלייכצייטיג גאר שטארק פארדאמען די דבר תורה וואס דער פרעימער מיניסטער רבי בנימין בן בנציון נתניה פון ירושלים עיר הקודש האט נעכטען נאכגעזאגט בביתן המלך אינעם ווייסן הויז. עס האט זיך דייטליך אנגעזען אז דער רבי בנימין זאל זיין געזונט אינדענטעציפירט זיך ליידער מיט די פארשאלטענע כת הקראים וואס גלייבן ליידער נישט אין תורה של בעל פה. און ס'איז קלאר אז ער גייט אין די שלעכטע וועגן פון ענן בן דוד און בן זוטא השוטה, און דאס דארף פארדאמט ווערן אויפן שארפסטן פארנעם.
דער פרעימער האט זיך באצויגן צו די מאטא פון די טראמפ אדמיניסטראציע, אז שלום דארף קומען מיט ווייזן שטארקייט און נישט דורך קאפוטילאציע און שוואכקייט. האט ער אזוי געטייטש: השם עוז לעמו יתן השם יברך את עמו בשלום, אז בלויז דורך דעם וואס ג-ט גיבט שטארקייט, בענטש ער זיין פאלק מיט פרידן... שמו שמים על זאת... די חז''ל זאגן איז דייטליך, אז אין עוז אלא תורה. די שטארקייט פון וואס דער פסוק רעדט, באדייט נישט שטארקייט אין פולן זין פון ווארט, נאר עוז מיינט מען די תורה... דער קראי נתניה וויל ארויפצווינגן אויפן אידן נאציאן זיינע קראישע אנטשויאונגען... מנשה פילאף איכה? מיילך שטערן איכה?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך האב מורא אז דיין מחאה גייט קעגן חז"ל וואס זאגן אז ס'דא "שבעים פנים לתורה" און אז "אין מקרא יוצא מידי פשוטו".
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב מורא אז דיין מחאה גייט קעגן חז"ל וואס זאגן אז ס'דא "שבעים פנים לתורה" און אז "אין מקרא יוצא מידי פשוטו".


אה... הייסט עס אזוי אז ער נישט קיין קראי? אה... ב''ה, שכוח פארן אויסקלארן...
אבער פּאַמעלעך... וואס טיט זיך מיטן ארויסזאגן דעם שם מיט אן אנטבלויזטן טשופיק? דער פרימער ר' מנחם בריסקער פון בעגין פלאזא, וואלט דאס ווען קיינמאל נישט געטאן....
פארשפארט