דער טראמפ דאקטארין שטעלט זיך ארויס צו ארבייטן:

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

דער טראמפ דאקטארין שטעלט זיך ארויס צו ארבייטן:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]עס איז נישט קיין צווייפל אז דער פרעזידענט האט אויפגעשאקלט דעם זימפ אין וואשינגטאן אויף א פארנעם וואס אפילו די גרעסטע אפטימיסטען האבן נישט פארגעזען. דער פרעזידענט האלט איין אלעס וואס ער האט פארשפראכן דורכאויס זיין קאמפיין. זיינע פיינט האבן זיך קיינמאל נישט געגלייבט אז ער וועט דאס ווירקליך קענען באווייזן. און אפגעזען פון די אלע פיסלעך און שטרויכלונגען וואס די קריכענדע אינזעקטען אינעם וואשינגטאן זומפ שטעלן אים נאכאנאנד אונטער, שפאנט ער פאראויס מיט גרויסע טריט צו אנטוויקלן זיין וויזיע פאר די צוקנופט פון אייניגטע שטאטן.

דעם פרעזידענט'ס אויסערן פאליטיק "אמעריקע ערשט" צייגט זיך ארויס צו זיין ווירקזאם ביז גאר. דער טראמפ דאקטארין איז אייגענטליך געבויעט אויף א ציטאט מיט וועלכע דער לעגענדארער רעפובליקאנער פרעזידענט 'טיאַדאָר רוזעוועלט' האט זיך נאכאנאנד באנוצט: רעדט ווייעך, אבער טראג דיך ארום מיט א גרויסער שטעקן.

לאמיר נעמען פאר א ביישפיל איראן:

דער אויסערן פאליטיק דאקטארין פון די פארגאנגענע אבאמא אדמיניסטראציע איז מער-ווייניגער געווען, כאבאר. זיי האבן אונטערגעקויפט די מולאס און די אַיאַיטאלעס פון איראן מיט פאנטאסטישע סומעס געלט אין אויסטויש פאר א לעכרליכע צוזאג אז זיי גייען אנגעבליך אפשטעלן זייער נוקליארע פראגראם פאר עטליכע יאר. מיט די דאזיגע געלטער האבן די אַיאַיטאלעס זיך אייגענטליך באנוצט צו זייען טעראר אינעם מיטל מזרח אונטער די קאמאנדא פון דער בלוט דארשטיגער טיראן גענעראל קאסעם סאָלעימאַני אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. סיי אמעריקע און סיי די מדינת ישראל שפיאנאזש אינסטאנצן, זענען קיינמאל נישט געווען גענצליך איבערגעצייגט אז איראן האלט זיך טאקע ווירקליך צו צום אפמאך. מדינת ישראל האט אפילו אין א העכסט געוואגטע אקציע באוויזן צו לייגן די האנד אויף קריטישע אינפארמאציע וועלכע האבן דייטליך געצייגט אז איראן ארבייט נאכאלס אין געהיים צו ערצייגן נוקליארע וואפן. דער פרעזידענט האט פון זיינע ערשטע שריט אלס פרעזידענט זיך גענצליך ארויסגעצויגן פונעם לעכרליכער אבאמא אפפמאך. די אלע וויינערייען פון די קריכענדע אינזעקטען אין וואשינגטאן אז דאס וועט זיין א קאטאסטראפע זענען געפאלן אויף טויבע אויערן.

דער פרעזידענט האט גלייכצייטיג געפאסט צוויי דעצידירטע באשלוסן. ערשט האט געמאכט אמעריקע ענערגיע-זעלבסטשטענדיג – אזוי אז אמעריקע זאל נישט זיין אנגעוויזן אויף די אויל פונעם מיטל מזרח הויפזעכליך פון איראן. און דאן האט ער אויך גאר שטארק באפעסטיגט דאס אמעריקאנער מיליטער, אזוי אז דאס מיליטער זאל זיין פולקאם קאמפסגרייט אפצושלאגן יעדע סארט אונטערנאציאנלע געפאר. ווען דאס אלעס איז שוין געווען אין פלאץ, האט ער אנגעהויבן אויסצואיבן אומהויערע דרוק אויף די מולאס אין איראן זיך צו זעצן צום פארהאנדלונגס טיש און אויסהאמערן אן אפמאך וואס זאל זיין גינסטיג פאר אמעריקע און אויך אויף טערמינען דיקטאטירט דורך די מערב וועלט און נישט דורך די ראדיקאלע מולאס. ער האט דאס געטאן מיטן ארויפלייגן אויף איראן שווערע פינאנציאלע סאנקציעס אויף איראן.

די קריכענדע אינזעקטען אין וואשינגטאן האט ווייטער געשריגן גיוואלד, אבער דער פרעזידענט האט זיך פון זיי גאנץ קנאפע צו טאן געמאכט.

אין די זעלבע צייט האט דער פרעזידענט אויך באפעסטיגט נאט''א. ער האט זיכער געמאכט אז די לענדער אנגעשלאסן אין איר באצאלן זייער יערליכער דיוס. א זאך וואס זיי האבן לאנגע יארן נישט געטאן. די דעפיציט איז אלע יארן געדעקט געווארן דורך די שטייער צאלער פון די פאראייניגטע שטאטן. דער פרעזידענט אונטער זיין דאקטארין אמעריקע ערשט, האט דאס ענדליך רעכט געמאכט. אמעריקע איז מער נישט די וועלטס באנק פון וואו יעדער נעמט. אין רעזולטאט איז די מיליטערישע מאכט פון נאט''א גאר שטארק באפעסטיגט געווארן, דאס אלעס איז געווען א בעפארברייטונג צו זיינע פלאנירטע שריט קעגן איראן.

אין רעאקציע צו די סאנקציעס האט איראן אנגעהויבן ארום צו ווילדעווען אינעם מיטל מזרח. זיי האבן סאבאטזשירט א אויל קוואל אין סאודיע אראביע, זיי האבן אראפגעשאסן צוויי אמעריקאנע פילאטלאזע פליגערס, זיי האבן פארכאפט א בריטישער אויל טאנקירער אינעם הארמוז אפגאס, און נאך. דער פרעזידענט האט אבער געוויזן שטאטסמאנשאפט און איינגעהאלטנקייט און נישט רעאגירט מיליטעריש. ער האט בלויז פארשטערקערט די סאנקציעס אויף א מער ווירקזאמער פארנעם. ער האט גלייכצייטיג אויך געווארנט, אז אין פאל איראן וועט פאראורזאכן אמעריקאנער מענטשליכע פארלוסטן וועלן די קאנציקווענצן זיין פאטאלע.

איראן האט ערשט געמיינט אז טראמפ איז פונקט אזא גראנדיעזער פערד ווי זיין פארגייער אבאמא, ער סטראשעט בלויז אבער האלט זיך נישט צו דערצו. זיי האבן אין א אומדורכגעטראכטער שריט געוואלט אויספראבירן דעם פרעזידענט. דער אַיאַטאלע כאמענעי מיט זיין קאלעגע כאסאן ראכאני האבן באאויפטראגט גענעראל סאָלעימאַני איבערצופאלן א מיליטערישע באזע אין איראק, און אטאקירן די אמעריקאנער אמבאסאדע אינעם גרינעם זאנע וואס געפונט זיך אין הארץ פון באגדאד. אין רעזולטאט פון די אטאקע איז א אמעריקאנער זעלנער גע'הרג'עט געווארן און עטליכע זענען קריטיש פארוואנדערט געווארן. פרעזידענט טראמפ האט באלד געהאלטן ווארט, און ער האט זאפארט אפגעשיקט דעם בלוט-דארשטיגער טערעראריסט סאָלעימאַני צום שווארצן טייוול אין גיהנום אריין. און ער האט גלייכצייטיג קלארגעשטעלט אין אין פאל אפילו בלויז איין אמעריקאנער ווערט גע'הרג'עט אין רעטאליאציע פארן טויט פון סאָלעימאַני, גייט די אמעריקאנער עיר פארס אנזייען טויט און חורבן אויפן סאמען איראנער באדן, קיין שום ארט וועט נישט פארשוינט ווערן, האט דער פרעזידענט דייטליך קלארגעשטעלט. די מולאס האבן טאקע איינגעמאכט פאר שרעק, נעמליך, זיי האבן געזען אז דער פרעזידענט מיינט ביזנעס.

די קריכענדע אינזעקטען אין וואשינגטאן האט געלארעמט און געשריגן אז דער פרעזידענט האט אנגעהויבן א דריטער וועלטס קריג. זיי האבן אראפגעמאלן די שווארצטע בילדער וואס ס'איז בלויז שייך...זיי האבן דורכגעפירט רעזעלוציעס אפצושוואכן דעם פרעזידענט... ס'האט זיי בלויז געהאלפן א שווארצע פייג.

די רעאקציע פון איראן האט נישט געשפעטיגט צו קומען. זיי האבן באשאסן א אמעריקאנער באזע אין איראק מיט 16 באליסטישע מיסעלס. און צום גרויס וואונדער איז נישט געווען קיין באשעדיגטע... די מולאס האבן ווארשיינליך געכאפט דעם זענדונג פון פרעזידענט טראמפ. באלד דעראויף איז דער פערסישער אויסערן מיניסטער ערשינען אויף די טעלעוויזיע און דעקלערט אז די נקמה פון איראן איז פארפולקאמט. און אנדערע ווערטער זיי קאפוטילירן.

דריטע וועלטס קריג? ווער וועמען? בלויז זינלאזע רעטאריק פון די קריכענדע אינזעקטען אין וואשינגטאן און זייער קאלעגעס די בארימטע היסטעריע אנדרייער די לינקע מידיע נעצן.

פרעזידענט טראמפ האט אויפגעטרעטן פארן פאלק און קלארגעשטעלט זיינע פלענער פאר די צוקנופטע באציאונגן צווישן אמעריקע און איראן. דער קאמפיין פון מאקסימום דרוק גייט ווייטער אנגיין, פרישע און שטרענגערע סאנקציעס וועלן איינגעשטעלט ווערן. און נאט''א וואס איז פולפאכיג פארשטערקערט געווארן א דאנק די אונטערווענץ פון פרעזידענט טראמפ, וועט אנטייל נעמען אין די דיפלאמאטישע טעטיקייטן קעגן איראן, וואס דאס וועט האפענליך ענדליך צווינגען איראן זיך צוזעצן צום פארהאנדלונגס טיש און איינגיין אויף א זאכליכע אפפמאך מיט די מערב וועלט. ביזדערווייל הערשט אין איראן פולשטענדיגע כאאס, די מולאס רייסען זיך ביי זייער בערד און דאס לאנד רעוואלטירט אין גרויסן קעגן די רעזשים

ביזדערווייל איז דער טראמפ דאקטארין איז ווירקזאם ביז גאר.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר