ווער איז א עכטע רבי?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

ווער איז א עכטע רבי?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]טאטעס ווערן געפרעגט פון זייער קינדער: טאטי, מיר ליינען אין די געשיכטע ביכלעך די אומצאליגע אינספירירנדע געשיכטעס פון די אמאליגע רבי'ס - וועלכע האבן ממשיך געווען ישיעות און רפואות פאר אידנסוועגן, וואו זענען היינט די דאזיגע רבי'ס? ווי אזוי ווייסט מען ווער ס'איז א ווירקליכע רבי און נישט קיין שארלאט? דער טאטע פאלט אריין אין א פארגעלגנהייט, ווייניג האבן א צופרידנשטעלנדע ענטפער אויף די דאזיגע הארבע פראגעס וועלכע עגבערן אין די מוחות פון אונזערע טייערע קינדערלעך...

אין א געוויסע טאג האט זיך א שרעקליכע קעלט אראפגעלאזט אויף די שטאט ניו יארק, דער באַראָמעטער האט געצייגט אז דער טעמפּעראַטור האט גענידערט צו די נידריגסטע ציפערן. א מאסיווע שניי זאווערוכע האט געבושעוועט און א אייז קאלטער ווינט האט געשמיסן אין פנים, אזש ס'איז געווען א שרעק ארויסצושטעלן א פוס אויפן גאס. און צו מיין נישט-גוטער מזל האב איך פונקט דאן געמוזט ערגץ צו צוגיין, און ווייל כ'האב מיך אזוי געאיילט האב איך נישט עספיעט זיך אנצוטאן דאס ווינטער-מאנטל...
איך שפאן אזוי מיט געאיילטע-טריט אין די נארוואס געפאלענע ווייסע שניי, און מיטאמאל באמערק איך ווי איינער פון די צדיקים פון די דעעשע דינאַסטיע מאכט פאמעלך זיין וועג אראפ די שטיגן פון זיין רבישער פאלאץ. דער רבי איז געווען באפעלצט ווי די עסקימאָס אין אלאסקא. ער האט אנגעהאט א ריזן רבנישער ברוינהאריגער-טיליפ, זיינע אויערן איז געווען באשוצט מיט א ספעציעלע קאנאדישער האריגער אויער-שיצער, ער האט אנגעהאט עטליכע זיידענע שאלן פון אנדערע קאלירן, אזש בלויז זיינע אפגעברוינטע וואנצן און זיין דעעשע נאז האבן זיך ארויסגעשטעקט. זיינע הענט זענען געווען אריינגעשטעקט איז די טייערסטע הענטשוך וועלכע זענען נאר פארהאן צו באקומען אויפן מארק, ממש ווי עס פאסט פאר א ריכטיגער צדיק לבית דעעש.
דער רבי זעט מיך אזוי שפאנען אן קיין מאנטל פרעגט ער מיך אזוי, יונגערמאן, וואו איז דיין מאנטל? ענטפער איך פארן רבי'ן אז כ'האב נישט קיין געלט מיר צו קויפן א מאנטל, און איך פרעג דעם רבי'ן אזוי האלב-סארקאסטיש: איך זעה אז דער רבי זארג זיך אזוי שטארק פאר מיר, פילייכט קען מיר דער רבי שענקן זיין טיליפ, אז כ'זאל מיך עטוואס קענען באשוצן פון די ביטערע פרעסטן? דער אנטווארט פון רבי'ן איז געווען א קאטאגארישער ניין! דאס האבן מיר מיינע קינדער געקויפט, זאל דיינע קינדער דיר קויפן א מאנטל האט דער רבי אויסגעפירט. און דער רבי איז זיך ווייטער געגאנגן זיין וועג...

די געשיכטע האט ווירקליך פאסירט... עס איז מיר דאן פארענטפערט געווארן א אומפארשטענדעניש וואס עגבערט מיר שוין אין מוח פאר לאנגע יארן אויף די דעעשע צדיקים. כ'האב מיר דערמאנט די פאלגענדע געשיכטע.

ווי עס איז ברייט באוויסט - האט געהערשט א אנגעבליכער אנגעצויגנקייט צווישן דעם הייליגן צאנזער רב זי''ע און זיין זון דער הייליגער שינאווער רב זי''ע. איז געווען א מאל א חסיד וואס איז פונקט געווען אין די גיסטע אונטערצוציען דעם הייליגן צאנזער רב, זאגט ער אזוי פארן צאנצער רב, דער רב האט געהערט אז דער שינאווער רב איז געווארן א רבי? פרעגט אים דער צאנזער רב, אזוי? מיט וואס איז ער א רבי? הייבט דער איד אן צו שילדערן מיט ברען פארן צאנזער רב די טעגליכע עבודה פונעם שינאווער רב, זיין דאווענען, זיין קאכעדיגע צוגאנג צו א מצוה, אד''ג. אבער דער צאנזער רב כאפט נישט קיין שום התפעלות, מיט דעם איז ער נאכנישט קיין רבי זאגט דער צאנזער רב. דער איד שילדערט ווייטער ווי דער שינאווער רב זיצט אפ גאנצע נעכט מיט די פיס איינגעטינקן אין א שיסל קאלט וואסער און לערנט תורה מיט גרויס פלייס... ניין! מיט דעם איז ער נאכאלס נישט קיין רבי! דער איד בלייבט שטיין צומישט פאר א וויילע, אבער ער האט זיך באלד אָריענטירט און אנגעהויבן צו פארציילן פארן צאנזער רב אז אמאל ווינטער איז דער שינאווער רב געגאנגן אויפן גאס, און אזוי גייענדיג האט ער באמערקט ווי א ארימע איד גייט נעבאך מיט געלעכערטע שטיוול, דער שינאווער רב האט נישט געטראכט קיין צוויי און ער האט באלד זיך געביטן שטיוול מיט דעם ארימאן. אה... האט דער הייליגער צאנזער רב אויפגעלאכטן, מיט דעם איז ער שוין טאקע א רבי...

דער צאנזער רב האט געלעבט אין די עפאכע פון די סאמע ענדע פון די תלמידי בעל שם טוב וועלכע זענען געווען באהערשט מיטן הייליגן גייסט, זיי האבן גוט געוויסט ווער עס איז א רבי און ווער עס איז בלויז א שארלאט, דערפאר האט ער אונז איבערגעלאזט א באַראָמעטער אזוי אז יעדער וואס וויל בלויז וויסן דעם אמת אויף א רבי, צו ער איז א ווירקליכער רבי אבער בלויז א שארלאט זאל האבן א וועג ווי אזוי עס צו מעסטן. אויב א רבי איז גרייט אוועקצוגעבן פון זיך פאר א פרעמדער איד וועם ער קען גארנישט, איז ער א ווירקליכער רבי און אויב נישט איז ער בלויז א שארלאט.
ווען דער דעעשער צדיק האט זיך קאטאגאריש אנטזאגט אוועק צו שענקן זיין טיליפ פאר א צווייטע איד אין נויט, האב איך שוין ענדליך פארשטאנען פארוואס די דעעשע דינאַסטיע פארמאגט א גאנצע פליגער מיט רביס, א טענדער מיט גבאים, און א מאטארביציקל מיט חסידים, ווארשיינליך צוליב דעם וואס אין זייער בלוט פליסט נישט דאס נייגונג פון אוועקצוגעבן פון זיך פאר א צווייטע איד.

די דעעשע זענען נישט די איינציגסטע, ווען מיין קינד זאל מיך היינט פרעגן, ווער ס'איז היינטיגע צייטן א ווירקליכע רבי און נישט קיין שארלאט, איז מיין ענטפער צו אים אז איך זוך נאך, און ווען און אויב איך וועל טרעפן, וועל איך דיך אי''ה לאזן וויסן...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר