וויאזוי אונזערע מנהגים און משוגעת׳ן ווערן געבוירן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6611
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4107 מאל

וויאזוי אונזערע מנהגים און משוגעת׳ן ווערן געבוירן

שליחה דורך שבת אחים »

יעדער ווייסט אז חסידים האבן געוויסע מנהגים, קפידות, טראדישאנס, מלבושים, למינהם א שטייגער ווי די הוט אויף די רעכטע זייט, שטיוועל, ארויפגעדרייטע פיאות, די אונגארישע רומענישע גיין מיט שטריימלעך און די פוילישע מיט קאלפיק/ספאדיק, איין חסידות טראגט געפלאכטנע עטרות און די אנדערע געקעסטעלטע, איין חסידות גייט די רבי אין א געווענטליכער טאג מיט א פשוטע הוט און ראש חודש מיט קאלפיק און א אנדערע חסידות טוט מען נאר אן די קאלפיק ווען סאיז פונקט דא א חתונה אינעם רבינ׳ס הויף אויב ס׳געפאלט דוקא ווען עשרה בטבת פאלט אויס אויף א פרייטיג, זאגט מען יעלה ויבוא צוויי מאל והי נועם זיבן מאל בין גברא לגברא אויסגעדרייט צו מערב...

מיט די יאהרן איז די אלע מנהגים פארהייליגט געווארן, אזש אז אסאך אידן ווילן נישט אפילו הערן פון זיך משדך זיין איינער מיטן צווייטן אויב זיין טאכטערס מאן גייט נישט גיין מיט קיין ווייסע זאקן די זיבעטע טאג פון די וואך איז בכלל נישטא קיין רעדע אז ער זאל אזא איינעם נעמען פאר א איידעם...

נעכטן נאכט איז ב״ה באשאפן געווארן א נייע משוגעת אינערהאלב די חרדישע ציבור, פארנט פון אונזערע אויגן...

די וויזניצער רבי פון קיימישע הרב ר׳ מענדל וואס איז באוואוסט אלץ גרויסער ת״ח און א קליינער חכם אין דזשענעראל איז געקומען צו די וויזנצער חתונה אין ב״פ (די זוהן פון זיין נעפיו הרה״צ ר׳ יעקב יוסף מוויזניץ ב״פ) און געזיצן א גאנצע חתונה מיט שווארצע זון-ברילן אלץ די קפידה פונעם טאטען ז״ל אויף בילדער....

יאהרן ארום וועלן אלע חסידי וויזניץ קיימישע נישט וועלן זיך משדך זיין איינער מיטן צווייטן אויב דער איידעם גייט נישט מיט קיין זון-ברילן....

יא יא! לאכטס נישט! סאיז א ביטערע געלעכטער....

דער ר׳ מענדל מיט זיין גרויס חכמה האט אויסגעשפילט גאנץ קראקא און האלב מאסקווע... ממש איבערגעקלוגט די סיסטעם, שווארצע זון-ברילן וועלן זיין א חציצה אויפן בילד!!!


אזוי ווערט געבוירן אלע משוגעתן...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 7 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
People are usually afraid of change because they fear the unknown. But the single greatest constant of history is that everything changes
Yuval Noah Harari

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר