מנהג ״פינף״-און-זיבן

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
בן חכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 26, 2015 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 195 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

מנהג ״פינף״-און-זיבן

שליחה דורך בן חכמוני »

שוין געהאט א לאנגע צייט אין קאפ איבער די אין די ענין פון זבה שפלטה ש״ז שסותר יום אחד.

די גאנצע זאך אז אונזערע בנות זענען דינם כזבים איז דאך נאר זייער אייגענע חומרא וואס מ׳האט שפעטער געמאכט הלכה פסוקה. אבער פון דארט האט עס גענומען א טרעין רייד ביי די אחרונים און נאך מער ביי די תמימי חכמי אשכנז ביז יהופיץ.

דאס אז א פלטה ש״ז איז סותר יום אחד איז דאך נאר ביי א זבה גמורה און נישט א נדה (איך מיין, וואס זאל זי סותר זיין? א נדה קען דאך שופעת זיין אלע זיבן און איז מפסיק טהרה וטובל לערב). טא מהיכי תיתי אז די דין האבן די בנות ישראל אויך גענומען אויף זיך? און אויב שוין יא, זייער פיין ווען די פרוי ווייסט אזוי פאר א פאקט אז זי האט פולט געווען. מהיכי תיתי צו גיין אזוי ווייט אז מען דארף אייביג חושש זיין ווייל אפשר האט זי פולט געווען? אבער אפילו דאס, לאמיר דאס אויך נאכגעבן: יעדע היינטיגע פרוי דארף ווארטן וועגן מ׳איז חושש אויף פליטת ש״ז.

וויפיל דארף מען ווארטן? אהּ, זייער פשוט: ווער איז די גרעסטע מחמיר ווילאנג א ש״ז איז נאך מטמא: די חכמים לויט איין גירסא, איז דאס איז עס! שיטת חכמים ו׳ עונות. ו׳ עונות איז דריי טעג סאו דארף יעדע פרוי ווארטן פיר טעג ווייל אפשר האט זי פולט געווען ממש סוף פון די לעצטע עונה (סוף דריטע טאג) טא איז די פערטע טאג פאר דעם.

אַה, איין סעקונדע. נישט ממש יעדע פרוי דארף ווארטן שטייצעך, נאר אזא איינער וואס האט משמש געווען פאר זי איז געווארן טמא. אויב אבער האט זי משמש געווען א צייט פארן טמא ווערן דאן דארף זי נישט ווארטן. איוואר? ראנג! שרייבט דער הייליגער רמ״א נישט קיין חילוק יא משמש געווען נישט משמש געווען, יעדער ווארט! איי פארוואס? ״לא פלוג רבנן״ ערקלערט ר׳ שבתי כהן ז״ל. ווער די ״רבנן״ זענען איז נישט קלאר ווען דער מחבר, דעם רמ״א׳ס בן-דורו, מאכט יא דעם חילוק.

פיין, אקעי. עמיר שוין מיטגיין. אבער ביי א בלויזע כתם, דאך א פשוטע רבנן טומאה, דארט גייט זיכער נישט אן דער דין פון פולטת. איא אידאך עס גזירה לגזירה בספיק ספק ספיקא! אבער אונזערע הייליגע זיידעס אנטוישן נישט: געזעהן א כתם? ווארט פינף טאג צו יא משמש געווען צו נישט משמש געווען! איי משמרת ולא משמרת למשמרת איז דאך געזאגט געווארן נאך פאר די אמוראים כל שכן בן בנו של קל וחומר פאר אחרי אחרונים?! פאלג א גאנג, כופר.

אבער איין מינוט; אפשר קען דאך זיין א פשוטע עצה: זאלן זיך די נשים גוט אויסוואשן דעם בית החיצון לאחר המעשה און אזוי איז דאך זיכער נישטא וואס צו חושש צו זיין! זאגן טאקע די הייליגע ראשונים כמלאכים פה אחד אז לכ״ע העלפט אדער זיך אויסוואשן אדער ארומוואקן נאך שימוש. טוט אן אשה איינע פון די זאכן און נאכדעם זעהט זי דארף זי נישט ווארטן פינף אנצוהייבן ציילן די ז׳ נקיים. און אזוי פסקענט טאקע ר׳ יוסף קארו ז״ל. וואס ווייסן מיר אונז אבער, שרייט ר׳ משה איסערליש! אונז זעמיר דען בקי מיטן זיך וואשן, אונז ווייס מיר דען וואס עס באדייט זיך אפצעוואשן עס זאל גענוג זיין נישט מטמא צו זיין מער?? גארנישט העלפט נישט! נישט קיין וואשן, נישט קיין גיין, גארנישט! יעדע פרוי וואס זעהט א משהו דם דארף ווארטן פינף און זיבן בלי שום יוצא מן הכלל, אפילו א כלה וואס האט נאכנישט געזעהן איר חתן!

אז דער רמב״ם, א ראשון, מאכט די אלע געפירעכצער אוועק בשתי ידיו און זאגט קלאר אז מען קען אנהייבן ציילן ז׳ נקיים באלד מיטן מפסיק זיין בטהרה, אז אלע אנדערע שפעטערדיגע ראשונים פאר וועלכע עס שמעקט יא זענען מקיל ברחיצה וכדומה, ווי טרויען זיך אחרי אחרונים צו קומען און מאכן א תורה שלימה מיט חומרות על גבי חומרות?!

מען האט איינמאל עובר געווען אויף לא תגרעו און אויסגעריסן לא תוסיפו אזוי אז די איז פעלד אפן פאר יעדן חסיד שוטה. דערוואגן זאלסטעך זאגן אנדערש.

די כבר!
The heart has its reasons of which reason knows nothing.
Pascal -

דער אשכול פארמאגט 74 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר