שומרים און שמירה קאמפיין אין איין וואך

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 680 מאל

שומרים און שמירה קאמפיין אין איין וואך

שליחה דורך היכי דמי »

די שטאט פארט אויף רעדער, בארא פארק איז איבעגעדרייט, די באזעסענע בארא פארק׳ע תושבים ווייסן נישט וואס גייט פאר, עס קומט א מאסיווע געלט אקציע, פאר צוויי ארגאניזאציעס אין די זעלבע וואך. נישט סתם צוויי ארגאניזאציעס, נאר ביידע זענען קווארטירט אין בארא פארק, און ביידע באדינען די בארא פארק׳ע איינוואוינער. נישט סתם צוויי בארא פארק׳ע ארגאניזאציעס, נאר צוויי ארגאניזאציעס וואס טוהן די זעלבע סארט ארבעט, אבער זענען א גוטע קאמפעטישן איינער צום צווייטן.

שומרים, וועלכע באדינען שוין דעם ציבור 35 יאר מאכט די אקציע דעם מוצאי שבת בא, ווי זייער גאול איז $180,000 און האלט שוין איצט ערב שבת ביי $100,000 און שמירה מאכט זייער קאמפיין נעקסטע וואך מוצאי שבת בשלח און זייער גאול איז $250,000.

בארא פארק׳ע מענטשן גייען ווערן ׳אביוזט״ די קומענדיגע וואך פון פולע אימעילס און פריוואטע מעסעדזשעס פון אלע זייער וואלענטירן, ביידע גייען דא ווילן גיבן א סטעיטמענט אז זיי זענען מער אנגענומען.

די גרעסטע חוצפה איז דא מיין איך פון שמירה, ווען זיי האבן היינט ער״ש אויפגעהאנגן פלאקאטן אין גאנץ בארא פארק אז און טראצדעם וואס זייער קאמפיין איז נעקסטע וואך, גייען זיי עפענען די קאמפיין דעם מוצאי שבת, די זעלבע נאכט וואס שומרים מאכט זייער קאמפיין. אטליז האט א שיעור, ענק ווילן זיך רייסן ביים קאפ? פיין און וואויל, לאזט אבער אפ די רואיגע בארא פארק׳ע מענטשן.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר