קאווע שטיבל מיטגלידער: לאמיר טון צו דער זאך!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

קאווע שטיבל מיטגלידער: לאמיר טון צו דער זאך!

שליחה דורך כוכב »

רבי שמואל ניימאן פארקערפערט אלעס וואס מיר זעען פאר וויכטיג.
ער איז א קוואל פון אמת און ערליכקייט אבער אן קיין צוויי פנימ'ער, און דערפאר ווערט ער נישט געדולדעט דורך די עסטעבלעשמענט.
יעצט איז די צייט צו לייגן דעם דאלאר דארט וואו אונזער מויל איז.

אז דער אויבערשטער האט צוגעשיקט אן ערליכן איד וואס איז גרייט זיך ארויסצושטעלן קעגן סדום ועמורה און דינען פון א מוסטער פון אהבת תורה ואהבת ישראל דארפן מיר אים שטיצן מיט אלע אונזערע כוחות.
איך פערזענליך, בין נישט קיין חסיד פון רבי שמואל ניימאן. כ'מיין צו זאגן אז כ'פאלג נישט נאך זיינע שיעורים און כ'האב נישט קיין שום שייכות מיט זיין קהלה.

כ'בין אבער יא א חסיד פון זיין פערזענליכקייט און פון זיין אמת, פון זיין זעלטענע שטארקייט צו מקיים זיין דעם לא תגירו מפני איש, א קאמאדיטי וואס מאנגלט אזוי. כ'בין יא א חסיד פון רבי שמואל ניימאנס חסידים וועלכע זענען מקיים דעם עשה לך רב מיט א שלימות און קוקן נישט אויף קיין חשבונות אדער אויף קיין מה יאמרו הבריות.

היינט איז א צייט פון לא עת לחשות, לאמיר צייגן אז ס'איז נישט קיין הפקר וועלט, לאמיר צייגן אז אן ערליכער אידס בלוט איז נישט הפקר, לאמיר צייגן אז ס'איז דא אידן וואס זענען נאמן לה' ולתורתו אבער אן קיין כחל ושרק, דוקא א תורה וואס איז דרכי' דרכי נועם און א לקח טוב, א תורה וואס תלמידי חכמים זענען מרבה שלום בעולם און זענען נישט די פאן טרעגער פון מחלקות, א תורה וואס איז אוהב את הבריות ומקרבן לתורה.

לאמיר צייגן א רעזיסטענס אויף רשעות און השחתה און מאכט מאנאפאל ווי אידיש בלוט איז הפקר פעטרישקע און יעדער האטליין רעדנערל האט א רעכט צו פירן כלל ישראל אין באד, לאמיר שרייען האלט צו א ווערטשאפט ווי "גדולים" טאנצן נאך יעדן פאשקעוויל שרייבער און ליידיגגייער ווי אין א שדים טאנץ.

לאמיר זיך אננעמען פאר די פארגאסענע בלוט פון הצדיק הגאון רבי אברהם ניסן ניימאן.

לאמיר אויסשרייען אז מיר דארפן נישט אייערע אסיפות און נישט אייערע תקנות און נישט אייערע חרמות, מיר דארפן א קרן אורה ווי יעדער איד איז אקצעפטירט און ווי ווירדן פון אל תדין את חבריך און ואהבת לריעך כמוך זענען וויכטיגער ווי מאכט, כבוד און געלט.

גייט ארויף אויפ'ן וועבזייטל און ביטע לאזט איבער א הערליכע נדבה אויפ'ן קאווע שטיבל זייט און זייט א חלק פון דער נמנה את חבריו לדבר מצוה און זאל דער קידוש ה' און אחדות אפקלינגען מסוף העולם ועד סופו.

https://www.charidy.com/rabbi/kavehshtibel

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר