"ירידת הדורות" א פאקט אדער א יסוד אין אמונה?

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך ברסלבער » דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:24 pm

רב נחמן האט נישט געשריבן דעם ליקוטי מוהר"ן, דאס האט רבי נתן אויך געשריבן. אויסער א קליינע צאל תורות וואס עס שטייט פארדעם "לשון רבינו", דאס האט רבי נחמן פארגעזאגט מיט דעם לשון און רבי נתן האט עס אפגעשריבן.
בכל אופן פארשטיי איך נישט וואס דו מיינסט. איך רעד דאך פון וואס רבי נתן האט אפגעשריבן וואס ער האט געהערט פון רבי נחמן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4039 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:26 pm

דעם ערשטן חלק לקוטי מוהר"ן איז נישט פון רבי נחמן'ס כתבים?
איך מיין צו פרעגן, ר' נחמן אליין האט געהאט אזא שיטה אז מ'דארף אלעס דרוקן, אדער ער האט נאר פערצופאל געהאט אזא תלמיד וואס האט אלעס אפגעשריבן און געדרוקט רוב, און ווען ר' נתן וואלט גראדע געווען ביים שפאלער זיידן וואלטן מיר געוואוסט אלע לשון הרע'ס וואס דער שפאלער זיידע האט געזאגט?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8170 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:30 pm

ניין. אזוי ווי איך האב פריער געזאגט.

רבי נחמן האט זייער שטארק געוואלט דרוקן דעם ליקוטי מוהר"ן און ער האט אסאך געטוהן אין דעם כמבואר בחיי מוהר"ן און אזוי אויך די סיפורי מעשיות און ספר המדות. וועגן די שיחות איז עס בעיקר געווען רבי נתן וואס האט געזאגט אז פון די שיחות קען מען אמאל מער נתעורר ווערן ווי פון די תורות. רבי נחמן פלעגט עמטליך זאגן תורה ברבים נאר זעקס מאל א יאר. אבער פון זיינע שמועסן האט זיך אסאך מאל פארצויגן צו דברי תורה וחיזוק וואס דאס האט רבי נתן אפגעשריבן, טייל אין ליקוטי מוהר"ן און טייל אין שיחות וחיי.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4039 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:31 pm

יאיר האט געשריבן:רבי נחמן האט דאך נישט געהאלטן פון דאקטוירים ;)


כ'דענק הערען א טעיפ פין ר' שיק, ווי ער זאגט אז ר' נחמן האט געהאלטען אז מען זאל דוקא גיין צו די גרויסע דאקטוירים, וואס האבען שוין דורכגעמאכט אלע עקספערימענטען אויף "גוים" ווייל אידען זענען נישט געמאכט מען זאל אויף זיי עקספערימענטען, זאלען זיי פריווען אלעס אויף גוים, און אידען זאלן באקומען נאר די דאקטוירים וואס ווייסען שוין אלעס. עפעס אזוי.

פין ווי נעמסטו אז ער האט נישט געהאלטען פין דאקטוירים?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1649 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:32 pm

ס'איז דאך דא זיין באקאנטע תורה וועגן רפואות, ניין?
קענסט אלץ טרעפן אין זיינע תורות באהאלטן. (קענסט אויך אלץ נישט טרעפן)
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3351
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2857 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:37 pm

יאיר האט געשריבן:רבי נחמן האט דאך נישט געהאלטן פון דאקטוירים ;)

אבער דו האסט געכאפט די נקודה...

איחוד פעלד האט געשריבן:פין ווי נעמסטו אז ער האט נישט געהאלטען פין דאקטוירים?

ער האט אסאך גערעדט פון דעם כמבואר בחיי מוהר"ן. און בעיקר ווייל ער האט געהאלטן אז זיי זענען אזוי צוריק געשטאנען און זיי מאכן מער שאדן ווי הילף. און ער האט געזאגט אז אויב גייט מען שוין יא צו א דאקטער זאל מען גיין צום גרעסטן דאקטער, כידוע אז די קליין שטעטלדיגע דאקטורים זענען געווען פאלנע רוצחים.
היינט ווען די חכמת הרפואה איז שוין אזוי מפותח איז פארשטייט זיך אסאך בעסער אין די נושא.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4039 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 22, 2014 12:56 am

ברסלבער האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:רבי נחמן האט דאך נישט געהאלטן פון דאקטוירים ;)

אבער דו האסט געכאפט די נקודה...

איחוד פעלד האט געשריבן:פין ווי נעמסטו אז ער האט נישט געהאלטען פין דאקטוירים?

ער האט אסאך גערעדט פון דעם כמבואר בחיי מוהר"ן. און בעיקר ווייל ער האט געהאלטן אז זיי זענען אזוי צוריק געשטאנען און זיי מאכן מער שאדן ווי הילף. און ער האט געזאגט אז אויב גייט מען שוין יא צו א דאקטער זאל מען גיין צום גרעסטן דאקטער, כידוע אז די קליין שטעטלדיגע דאקטורים זענען געווען פאלנע רוצחים.
היינט ווען די חכמת הרפואה איז שוין אזוי מפותח איז פארשטייט זיך אסאך בעסער אין די נושא.



ייש"כ פאר דאס קלאר מאכען, ווייל פין יאיר'ס ווערטער וואלט אויסגעזעהן כאילו ר' נחמן האט נישט געהאלטען פין דאקטוירים נוסח זידיטשויב, אז מען דארף נישט גיין צו קיין דאקטאר קיינמאל, אפילו א גרויסע דאקטאר, ווי די רמב"ן זאגט דער וואך אויף ורפא ירפא.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1649 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:21 am

נמחק
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מאטי אום מיטוואך יאנואר 22, 2014 12:12 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4383 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:53 am

@איש עברי, דיין שאלה פארוואס הרה"ג דומ"ץ קהילתינו הק' שליט"א קריגט זיך נישט מיטן חתם סופר, דאס איז לאו דווקא תלוי צי מ'נעמט אן אז די גאנצע דור איז שוואכער ווי אמאל, עס איז א בחינה פון א תלמיד נגד רבו. א תלמיד, מצד דרך ארץ, וועט טראכטען צוויי מאל איידער ער איז זיך מחולק מיט זיין רבין.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8528 מאל

הודעהדורך דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:56 am

נמחק
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך דער (פינטעל) איד אום מיטוואך יאנואר 22, 2014 12:31 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 965 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:00 am

זכר צורר לשמצה.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8528 מאל

הודעהדורך איש עברי » מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:05 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:@איש עברי, דיין שאלה פארוואס הרה"ג דומ"ץ קהילתינו הק' שליט"א קריגט זיך נישט מיטן חתם סופר, דאס איז לאו דווקא תלוי צי מ'נעמט אן אז די גאנצע דור איז שוואכער ווי אמאל, עס איז א בחינה פון א תלמיד נגד רבו. א תלמיד, מצד דרך ארץ, וועט טראכטען צוויי מאל איידער ער איז זיך מחולק מיט זיין רבין.

איך האב נישט געמיינט די משל פון חתם סופר דווקא, , אויב דיין דומ"צ איז א חתם סופר איד דאן לאמיר זאגן די נודע ביהודא וכדומה, און איך בין נישט אזוי זיכער אז פאר א רבי בדורו האט די דומץ שליט"א אויך אזא דרך ארץ [חוץ פאר כ"ק אדמו"ר שליט"א כמובן]
באניצער אוואטאר
איש עברי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 796
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 1133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

הודעהדורך פיש כאפער » מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:23 am

ירידת הדורות (אונז גייען אויף אן ענליכער וועג)
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (108.63 KiB) געזען געווארן 1239 מאל
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 2:10 am
האט שוין געלייקט: 226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג פעברואר 17, 2020 3:14 pm

אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך דא דעם (ענליכן) פענאמענאן/געפיל פון דעקלייניזם; אז מ׳פיהלט אז עס איז אמאל בעסער געווען און יעצט זענען שוין נישט ״די אמאליגע גוטע צייטן״. איינע פון די אנגעבליכע סיבות דערצו, וואס @לעיקוואד האט דערמאנט, איז דאס בייעס פון דאס ראזי רעטראספעקשאן און די פאליאנא פרינציפ; אז מ׳קוקט און געדענקט דעם אייגענעם עבר מיט א מער פאזיטיווע בליק, ארויסהייבענדיג די פאזיטיווע חלקים און פארדעקן (בלא יודעים אין מח) די נעגאטיווע חלקים. דאס איז פאר יעדע מענטש, ווען ער קוקט צוריק אויף זיינע ימי חורפו, איז דאס עקסייטמענט וכו׳ פון זיינע ימי ילדותו/בחרותו/אברכותו א נאסטאלגיע און זעהט אים אויס ״מער״ ווי יעצט.

יעצט, בנוגע ווי אזוי אונזער (אולטרא) אויסקוק אויף רעליגיעזע געפירעכץ וכו׳, וואס ארבעט גאר שטארק מיט ״מסורה״ און שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך, ווערט דאס לכאורה א קאמיולעטיוו עפעקט פון דאס וואס דער טאטע גיבט איבער איבער דאס ״געוואלדיגקייט/גוטסקייט/גרויסקייט/בעסערקייט״ פון זיינע ימי בחרות וואס דעמאלטס האט ער מקבל געווען פון זיין טאטע (וממילא איז דאס אליין אויך א חלק פון זיין ראזי רעטראספעקשאן ונאסטאלגיע, ודוק) איבער דאס ״געוואלדיגקייט/גוטסקייט/גרויסקייט/בעסערקייט״ פון זיינע ימי בחרות אא״וו אא״וו. (פארשטייט זיך אז דאס ווערט נאך מער געשטארקט ווען מ׳לייגט צו דערצו דעם רעליגיעזן אימפעריטיוו פון דאס האלטן/גלייבן אין די מושג כדי אויף אנצוהאלטן טאקע אט די געדאנק פון מסורה/טראדישאן; ווי ערווענט, אלס אן אמונה הכרחית.)

אגב האב איך געטראכט אז דאס קען אפשר פארענטפערן @קטלא קניא׳ס שאלה איבער ״למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד?״. ווייל, ווי באקאנט, איז טראמפ א גאנץ שטארקע פראפאנענט פון [אמעריקאנע] דעקלייניזם [״מעיק אמעריקע גרעיט עגעין״], וואס די געדאנק בכלל רעדט צו חסידים...
דאס גייט דאך אלעס סתם אזוי מיט מיט דעם אז (אולטרא) רעליגיעזע (אידן) גייען אין אלגעמיין מיט מיט קאנסערוואטיזם. דאס איז (לכאורה) ווייל א חלק פון איר אידעאלאגיע איז, כשמו כן היא, אנצוהאלטן און קאנסערוון די (ווי נישט) אמאליגע לעבנסשטייגער, ווירדן וכו׳, ווייל דאס האלט זי איז גוט (לעומת מער ״פראגרעסיווישקייט״). ובפרט ריעקשינערי(סט) קאנסערוואטיזם (וואס לויט דער פאליטישער סייענטיסט דר. קארי ראבין איז דאס די קאנסערוואטיזם פון/אין אמעריקע כהיום), וואס דאס איז למעשה טראמפ׳ס פאליטישע מעסעדזש.
(ובפרט אז קטלא פארגלייכט אים אין די קאנטעקסט צו (היינטיגע) רביס, וואס ביי מנהיגים נוצט מען דאך די טעזע פון ירידת הדורות אין גרויסן כידוע.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1733
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1261 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און איין גאסט