מיין נייע ארבעט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

מיין נייע ארבעט

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

קודם שלום וברכה, שוין לאנג נישט דא געווען. מעשה שהיה כך היה, מיין לעפ טאפ איז פארפלייצט געווארן מיט וואסער (אדער קאווע) און געגאנגען צו זיין אייביגע רוה. נאכן זיך איינהאנדלן א נייע, האבן מיר זיך דערזעהן אז מיר האבן פארלוירן צוטריט צום קאווע שטיבעל פעסווארד, און די פארבינדענטע אימעל ל"ע. מיר זענען שוין געזיצען שבעה, און געפראוועט שלושים און כמעט געמאכט א יארצייט סעודה אויף מר. פרענקלין, אבער מים רבים לא יכלו לכבות את שאהבה נפשי, מיר האבן איבערגעדרייט א וועלט, זיך מזכיר געווען ביי גדולי דורינו וגוגל הדור בתוכם נאך גרויס בקשות און תחנונים איז אונזער געבעט נתקבל געווארען און הודו לה' מיר האבן באקומען נאך א שאנס, מיר זענען אפגעוקמען מיט שרעק.

וויל איך אביסעל אפדעטען דעם עולם ווי איך שטיי היינט אויפן וועלט. די לעצטע יאר בין איך אריין אין די ליין פון פובליק רילעשענס. בעיקער איז מיין קלייענטעל באזע אזעלכע לייבן און בערן, ווי ניימאן, קלאר, און צימערמאן. אבער פון צייט צו צייט, ווער איך פארמישט מער מיט אזעלעכע קלענערע בעלי חיות ווי וועלף און ראקאנס, א שטייגער ווי שטערן, לעזער און דירענפעלד און נאך פילע גרויסע און קליינע מוחות און לייט.

עניוועי צוריק צום ענין, בעיקר איז מיין ארבעט, אלץ אן עמך איד וואס בתוך עמי אני יושבת, איך אטעם און לעב די היימישע ריינע לופט, כ'קראצ זיך די פיס אין אונזער היימישע מקוואות, און זיץ און ראדני בית כסא'ס, און בלאז די נאז מיט כשר לפסח טישואס, פארשטיי איך די געדאנקען- גאנג פון א פשוטער עמך איד, דער מיטן שטאפענעם היט, פארשטויבטען רעקל, און מיטן אפגעריבענעם טלית בייטל, איך פארשטיי וואס קוועטשט אים, וואס ליבט אים, און וואס רייצט אים. אזוי אויך פארשטיי איך ווי אזוי דער מוח פון דעם אויסגעפיצטעם גרויסן ביבער היט, זיידענע בעקטישע, מיטן בערן-פעל טלית באטעל, ארבעט, און וואס דריקט אים וואס שמעקט אים, און וואס מאכט אים זאט.

אלץ אזא עקספערט ווער איך בע"כ אינוואלוואד אין אלע פירצות, מחאות, ישיבת בית דין, און באהאלטענע מיטונגען. די אלע באטייליגטע הערן מיט נייגער מיינע ווערטער, און טרינקען מיט דורשט מיינע מיינונגען. ענווה און דער זייט געלייגט, פארשטיי איך גאר גוט, אויף וועלעכע פירצה מען דארך מוחה זיין, און וועלכע איז בעסער צו פארשווייגען, וואס ארבעט, און וואס קען בעק פייערען. וועלכע סטראטעטגיע צו ניצען, און פון וואס שטיין ווייט, וועלכען קול קורא צו פרינטען, און וועלכע גונז צו זיין. ווען מען הערט זיך צו צו מיר איז מען געווענליך מצליח ווען נישט איז מען געוונעליך אין פאר א וויסטע דורכפאל.

כהאף ווען די צייט וועט ערלויבן (און די לאנגע מוצאי שבתות) וועל איך מיטיילן מיטן עולם, חדשים וגם ישנים, ווי איך און ווען איך בין געווען אלץ אינוואלוואד, און איבער געבן פארן די ליינער דא א שמעק טאביק פון וואס אלץ עס גייט פאר אונטער די פירהאנג.
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר