משפטים - די זיסקייט פון זיין א 'עובד' ה'!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

משפטים - די זיסקייט פון זיין א 'עובד' ה'!

הודעהדורך א שעפעלע » פרייטאג פעברואר 21, 2020 12:16 am

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

שטייענדיג נאך דעם גרויסן מעמד פון קבלת התורה, שטייען די אידישע קינדער גרייט מיט חשק צו טון דעם רצון ה' און מקיים צו זיין אונזער הבטחה פון "נעשה ונשמע", טון די מצוות און שפירן אז מיר זענען נאָנט צו השי"ת. צום ערשטן מאל האבן מיר זוכה געווען צו שפירן דער השראת השכינה צווישן אונז, און מיר אלע ווילן אז דער באשעפער זאל רוען צווישן אונז. דער סברא זאגט אז ביים ערשטן שיעור פון אונזער הייליגער רבי, משה רבינו, וועט ער אונז לערנען פרשת תרומה, די גאנצע קאפיטל פון ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, אבער דערווייל לערנען מיר גאר אין פרשת משפטים די דקות'דיגע דינים פון עבדים, רוצח-ערי מקלט, מזיקים, גנבים, ד' שומרים און פיל נאך. דאס לאזט אונז איבער אביסל פארטראכט מיט די פראגע, פארוואס עפעס דווקא די הלכות מער פון אלע אנדערע אין די תורה?!

שוין אָפגערעדט אז משפטים פארמאגט שווערע דינים און קאמפליצירטע הלכות. ווי באקאנט פון די חדר יארן אז ווי נאר מען פאַנגט אָן לערנען פרשת משפטים ווערן מיר איבערגענומען מיט א שווערע געפיל "ס'איז משפטים אויף די וועלט", פארשטייט זיך אז די סיבה איז ווייל ס'איז אביסל א שווערערע פרשה און דער מלמד האט זיך געדארפט אביסל צוזאמנעמען די לייצעס, אבער למעשה איז אביסל שווער פארוואס משה רבינו האט באלד אנגעהויבן מיט די שווערע דיני ממונות. לאמיר זיך פרובירן צו פארטיפן און זען צו עס איז פארהאן עפעס א געדאנק אין דער פרשה וואס איז א חלק פון דעם הרגשה ווי ס'איז צייט איינצושפאַנען די לייצעס.

דער ערשטער ענין אין פרשת משפטים איז דער ענין פון עבד עברי. דאס איז א איד וואס ווערט פארקויפט וויבאלד ער האט ליידער גע'גנב'עט און ער קען נישט באצאלן דעם חוב. די תורה זאגט אז ער זאל ארבעטן זעקס יאר און דערנאך ארויסגיין פריי, אבער טאמער וויל ער בלייבן אַן עבד, זאל מען אים בויערן א לאָך אין די אויערן און אזוי בלייבט ער א קנעכט ביז יובל.
רש"י הקדוש ברענגט פון מדרש, פארוואס לעכערט מען דווקא די אויערן? און רש"י איז מסביר, רבי יוחנן בן זכאי ערקלערט, דער אויער וואס האט געהערט פון בארג סיני אז מען טאָר נישט גנב'ענען, דארף מען בויערן. דער אויער וואס האט געהערט כי לי בני ישראל עבדים, השי"ת זאגט אז מיר זענען זיינע קנעכט, און ער גייט און מאַכט זיך א קנעכט פאר צווייטן, דערפאר טוט מען אויסבאָרן די אויערן. לאמיר זיך פארטיפן, פארוואס איז די פרשה פון עבד עברי צום ערשט אין דער פרשה, און בכלל וואס איז דער עומק הענין פון בארן די אוירן?

פארשטייט זיך אז מיר האבן נישט קיין שום השגה אין די אלע טיפע ענינים, מיר לערנען אויף אונזער מדריגה אלעס מיט'ן תכלית און ציל ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן
טאג טעגליכן לעבן.

ס'איז באקאנט א וועלטס וואָרט: מִי יַעֲלֶה בְהַר ה' וּמִי יָקוּם בִּמְקוֹם קָדְשׁוֹ - ווער גייט ארויף בהר ה'? אסאך מענטשן זענען גרייט זיך אונטערצונעמען און ארויפגיין דעם הויכן בארג. אבער ומי יקום במקום קדוש, ווער איז דער וואס קען בלייבן שטיין און זיך האַלטן ביי די הויכע מדרייגות? ווען מען גייט ארויף איז דא א התחדשות און א פייערליכקייט, "אבער צו בלייבן שטיין אויפ'ן בארג און זיך ראַנגלען מיט אלע נסיונות איז פיל שווערער". דער עיקר נסיון איז צו בלייבן שטיין אויפ'ן בארג און נישט נאָכלאזן.

מיר אלע האבן מינוטן פון גרויסקייט און עררייכונג. אין די לעצטיגע וואָכן איז פארהאן א גרויסע אויפוואכונג אין כבוד התורה, ס'איז פארגעקומען גרויסע סיום'ס וכדומה, פילע אינגעלייט און חברים האבן מסיים געווען מסכתות הש"ס, אדער אפילו גאנץ ש"ס, און זייענדיג ביים מעמד אדער נאר זעענדיג בילדער פון די סיומים איז ביי אסאך פון אונז פארהאן ריזיגע מחשבות פון קבלות טובות, די ליכטיגקייט נעמט איבער דעם מענטש, און מיר זענען גרייט מקבל צו זיין אריינצוטאַנצן און אנפאַנגען מיט חשק.

אסאך מאל טרעפט זיך אבער אז מען הייבט אָן מיט א התלהבות און חשק, אבער ווי מער טעג ס'גייט פארביי, ווערט מען אפגעשוואכט. דא פאַלט איינער ארויס און דארט פאַלט נאך איינער ארויס. ווי די וועלט זאגט, אסאך מענטשן הייבן אָן ש"ס, מען לערנט דורך מסכת ברכות מיט א פרישקייט, אבער 'בא שבת בא מנוחה', ס'קומט מסכת שבת לאזט מען נאך… הגם ס'איז נאר א ווערטל, ליגט דאך אבער עפעס אמת דערין.

דער שוואכקייט איז אויך נוגע ביי דעם מענטשנ'ס גאנצע לעבן. אז מען זאל פרעגן א חתן ביום חופתו, ווי אזוי זיין לעבן גייט אויסקוקן, וואספארא סאָרט קשר ער וועט האבן, וועט ער אוודאי ענטפערן אז אלעס וועט קלאַפן און ס'גייט זיין די בעסטע וואס איז שייך. און ווי פארשטענדליך מיינט ער עס מיט אַן אמת, ווייל יעצט אויף די מינוט ברענגט אין אים אַן אהבה און עקסטאז, ער איז פיל מיט ליבשאפט און חשק אנצוהייבן א נייעם לעבן, אבער ווי מער צייט גייט פארביי ווערט ער צוגעוואוינט צום געווענליכן לעבן און ער לאזט נאך. די זעלבע איז מיט יעדע אונטערנעמונג, צו אין חינוך, צו אין ביזנעס, צו להבדיל אין עבודת ה'. א מענטש הייבט אָן א פראיעקט, ער איז פיל מיט חשק, אבער נאך א שטיק צייט וועפט אויס די חשק און מען טרעפט זיך צוריק ביים אַלטן.

נו, וואס איז די עצה? דער איינציגער וועג איז אז באלד ווען מען מאַכט א החלטה אז מען וויל עפעס אויפטון און עפעס עררייכן, דארף מען עס אריינלייגן אין א כלי קיבול. א מענטש האט ריזיגע אורות און רצונות און ער מאכט גרויסע פלענער, אבער אויב ער וויל אז עס זאל צושטאנד קומען למעשה, מוז מען נעמען די גרויסע הארות און עס אריינברענגען פון דעם עולם המחשבה צו דעם עולם המציאות, זען וואס ער קען דערגרייכן, ווי אזוי ער וועט עס דערגרייכן, און וואס ער דארף טון כדי דאס זאל געשען. די מציאות'דיגע וועלט איז זייער קאמפליצירט, און די גרויסארטיגע פלענער ווערן געווענליך צונישט ווען מען באגעגנט זיך מיט רעאליטעט, און דאס שוואַכט אָפ דעם מענטש פון דערגרייכן זיין ציל.

די עצה איז צו נעמען דעם גרויסן פלאַן און מאכן דערפון הונדערטער קליינע פלענער, מיט פונקטליכע דעטאלן ווי אזוי מען גייט אויספירן יעדן טייל פונעם פלאַן. אבער די קליינע דעטאלן גייט מען אויספירן ביז'ן סוף, נישט קיין חילוק ווי שווער עס זאל זיין. און אז מען וועט אָנהייבן צונעמען דעם פלאן און טראכטן רעאליסטיש, וועט מען אפשר איינזען אז דער פלאן איז צו גרויס און מען דארף עס אביסל טוישן כדי עס זאל זיין דורכפירבאר. ווי צדיקים האבן געזאגט, ווען מען וויל זיך אונטערנעמען א קבלה, זאל מען זיך אונטערנעמען האלב פון די קבלה, און דערנאך וועט מען בלייבן מיט א פערטל פון די קבלה, אבער דעם פערטל דארפן מיר לעבן און מקיים זיין מיט א קביעות, אָן אויסנאם.

עס איז באקאנט אז עס זענען פארהאן צוויי מהלכים אין עבודת ה': מיר זענען ווי קינדער צום באשעפער, און מיר זענען אויך ווי עבדים צום באשעפער, ווי מיר זאגן ביים דאווענען ראש השנה: אם כבנים אם כעבדים. דער געדאנק פון בנים למקום איז אז א קינד האט ליב דעם טאטן מיט די גרעסטע אהבה אָן קיין שום צמצום, א קינד וועט זיך איבערגעבן פאר זיין טאטן, און ער טוט עס מיט חשק, מען דארף אים נישט הייסן יעדע זאַך. אבער דערנאך איז פארהאן א בחינה פון אַן עבד, וואס דארט דינט מען הקב"ה אפילו אויב מען האט נישט קיין געשמאק, אפילו אָן קיין התחדשות און ברען. ווייל א עבד פרעגט נישט קיין שאלות, נאר ער טוט דאס רצון פון זיין הער, ווייל דאס דארף ער טון, נישט קיין חילוק צו ער איז אין די גיסטע אדער נישט.
ווען דער איד איז בבחינת עבד למקום, מען דינט דעם קעניג פון דער וועלט אפילו מען האט נישט קיין חשק, טוט ער וואס ער דארף טון, חק ולא יעבור, ווייל מיר האבן זיך אונטערגענומען צו היטן די תורה און מיר דארפן עס מקיים זיין. אבער גלייכצייטיג האפן מיר דערביי אז מיר זאלן צוקומען צו די מדריגה פון בנים למקום, אז מיר זאלן שפירן א געשמאק אין קיום המצוות.

עבדות קען אויסקוקן ווי אַן עול און פרעשור, און ס'איז טאקע א עול צו זיין א קביעות'דיגער מענטש און זיך אונטערנעמען מיט שטארקייט נייע זאַכן. אבער פון די צווייטע זייט, ווען מיר האלטן אָן א לאנגע צייט, הייבט מען אָן שפירן אז מען האט עפעס דערגרייכט, מען איז אויפ'ן וועג צו שלימות, און ווען דער מענטש איז ממשיך מיט זיין קביעות צוביסלעך, קומט ער אָן צו א פלאץ פון לעכטיגקייט. צוביסלעך ווערט דאס נעכטיגע עול א חלק פון די זיסקייט פון דעם מענטשנ'ס לעבן, און דער מענטש איז "יקום במקום קדשו."

אז מען טראכט אריין זעט מען ווי דאס שפילט זיך אויס אין די פרשיות פון מתן תורה. הר סיני איז געווען דער גרויסער מעמד פון התעוררות, ווען כלל ישראל האט מיט פרייד און חשק
געשריגן נעשה ונשמע, און אָן קיין קווענקל האבן זיי זיך פארפליכטעט צו מקיים זיין די תורה, זיי און זייערע קינדער א גאנץ לעבן. אבער דערנאך בדרך כלל פאַלט די עקסטאז, די גרויסע בחינה פון "פרחה נשמתם" גייט אוועק, און דער איד טרעפט זיך צוריק אינעם טעגליכן לעבן און פרעגט זיך, נו וואס יעצט? שוין נישטא קיין קולות וברקים, נישטא קיין בארג סיני פון וואו דער באשעפער רעדט צו כלל ישראל, וואו גייט מען ווייטער? אויף דעם זאגט דער פסוק: ואלה המשפטים. לאמיר זיך פארטיפן און צונעמען די דינים און הלכות פון דער תורה, לאמיר זען ווי אזוי מיר גייען אויסבויען א ערליכע תורה'דיגע לעבן פון דעם טאג טעגליכן האנדל וואנדל.

דערמיט איז פארשטענדליך פארוואס מיר געפינען אז די ערשטע ענין אינעם פרשה איז דער ענין פון עבדות. דער עבד איז דער פרישער יונגערמאן וואס האט זיך פארפלאנטערט אין דריידלעך, ער האט גענומען פון דעם און פון יענעם, ער קען נישט באצאלן און ער מוז נעבעך ווערן אַן עבד פאר א צווייטן כדי צו קענען באצאלן די חובות. ס'איז נישט קיין קנס אדער עונש, נאר ס'איז א מעגליכקייט פאר אים זיך צו שטעלן אויף די ריכטיגע רעלסן. חז"ל לערנען אונז אז דער אדון מוז שטארק נוהג כבוד זיין אין דעם עבד, און ער מוז אים צושטעלן פון די בעסטע מאכלים און געטראנקען, פונקט ווי פאר זיך.

דער תכלית פון פארקויפן דעם עבד איז כדי ער זאל פארדינען דאס געלט ער זאל קענען באצאלן זיינע חובות. אבער אויסער דעם טוט דאס אויף אז ער זאל זיך צולערנען ווי אזוי אַן ערליכע פונקטליכע לעבן קוקט אויס. דורכ'ן זיין א עבד א שטיק צייט, און ער דארף אויספאָלגן די באפעלן פון זיין בעל הבית, דערהערט ער אז מיר זענען קינדער פונעם אויבערשטן, מיר לעבן מיט אחריות און אפגעהיטנקייט, און מיר דארפן זיך פירן מיט יושר און ערליכקייט. האפטנליך נאך זעקס יאר האט ער זיך שוין געלערנט, און יעצט דארף ער ארויסגיין פריי און זיך פירן אליין זיין לעבן. אבער אויב נאך זעקס יאר וויל ער נישט ארויסגיין, מיינט דאס אז ער האט נישט דערהערט די גאנצע געדאנק "אז דאס עבדות איז נאר א חינוך וואס לערנט אויס דעם מענטש ווי אזוי צו לעבן תורה'דיג"; דאס איז נישט דער תכלית. אויב וויל ער נאכאלס בלייבן אַן עבד, און ס'איז אים גרינגער צו זיין משועבד פאר א צווייטן ווי צו לעבן זעלבסטשטענדיג און אחריות'דיג, דארף מען אים אויסבויערן די אויערן, ווייל דער באשעפער וויל נישט אז מיר זאלן זיין עבדים פון פריוואטע מענטשן, נאר פון דעם קעניג פון דער וועלט.

דערמיט זענען מיר ממשיך גאנץ פרשת משפטים מיט אלע פרטיות'דיגע הלכות. אויב מען האט מזיק געווען א צווייטן, ווי אזוי באצאלט מען, אויב מען האט גע'גנב'עט, אויב ס'איז דא א סכסוך, און אזוי ווייטער. די אלע קלייניקייטן ברענגען ארויס ווי מיר זענען עבדים למקום, מיר דארפן זיך פירן אויף טריט און שריט לויט ווי די תורה פארלאנגט אונז. אין פרשת יתרו ווערן מיר א פאלק, אין פרשת משפטים ווערן מיר אַן ערליכע און יושר'דיגע פאלק, וועלכע פארפליכטעט זיך צו פירן לויט ווי דער באשעפער פארלאנגט. מיר ווערן אראפגעבינדן מיט טויזנטער הלכות וואס מיר זענען מקיים כהלכה.

אבער דערנאך, טייערע ברידער, קומט די זיסקייט דערפון. יעדע פעולה גייט נישט לאיבוד, און נאך א שטיק צייט וואס מיר זענען מקיים די תורה ומצוות, חק ולא יעבר, קומט דער צייט פון "ובשביעית יצא לחפשי חינם", פלוצלינג זענען מיר זוכה אז ס'ווערט א חלק פון אונז, און דערנאך קומט א פרישע נעשה ונשמע. ס'קומט נאכאמאל דעם הרגשה פון בנים אתם לה' אלקיכם, און דאס נעכטיגע שוועריגקייט ווערט א חלק פון אונזער מציאות. ווען א איד איז מסיים ש"ס זעען אלע ארומיגע די גרויסע שמחה און פרייד פון דעם סיום, אבער ווייניג ווייסן די שווערע כוחות וואס האט זיך פארלאנגט אנצוגיין טאג נאך טאג, בלאט נאך בלאט. די זעלבע איז מיט דעם גאנצן אידישן לעבן. מען שטייט אויף יעדן צופרי, מען זאגט מודה אני, מען דאוונט, מען טוט מצוות. יא, מיר טוען אלעס ווייל מיר זענען עבדים, אבער מיט די צייט ווערט עס א חלק פון אונזער מציאות.

א איד האט דערציילט, ער האט געהאט ביי זיך א שכן וועלכער האט פארמאגט אַן אלטער גאראזש וועלכע איז געווען זייער נאכגעלאזט, און אנגעפילט מיט שמוץ. איין טאג האט ער געזען ווי דער שכן האט אנגעהויבן זיך אפגעבן מיט דעם גאראזש. ער האט אנגעהויבן צוזאמקלייבן די שמוץ און ארויסטראגן צו די מיסט. יעדן טאג איז ארויסגעקומען א פרישע מיסט זעקל פון דעם גאראדזש און אזוי איז דער גאראזש אויסגעליידיגט געווארן. דערנאך האט דער שכן געקויפט בוי מאטעריאל, און צוביסלעך האט ער איבערגעבויט דעם גאנצן גאראזש, א ציגל נאך א ציגל, א שרויף נאך א שרויף, ביז דער גאראזש איז געווען גענצליך איבערגעבויט.

דערציילט דער איד: איך קען זיך נישט פארשטעלן די געוואלדיגע סיפוק און צופרידנהייט וואס דער שכן האט יעדן טאג ווען ער פארט אריין אין דעם גאראזש מיט זיין קאר… פון אנהייב האט אויסגעזען ווי ער וועט קיינמאל נישט פערטיג ווערן, איין מיסט זעקל אויפאמאל, ווען וועט זיך דאס שוין ענדיגן? איין ציגל אויפאמאל? אבער צום סוף איז ארויסגעקומען א הערליכע שיין איבערגעבויטע גאראזש.

ברידער! אין דער זמן השובבים, ווען אידן טוען תשובה און זענען זיך מקבל שטארקע און געוואלדיגע קבלות טובות, דארפן מיר מאכן א פלאן, אַן החלטה גמורה וואס מיר ווילן דערגרייכן. אבער דער עיקר איז אז מיר זאלן נעמען דעם פלאן און עס צולייגן מיט א פונקטליכקייט, יעדן טריט און שריט ווי אזוי מיר גייען זיך רוקן פאראויס. דאס איז דער וועג ווי אזוי גרויסע צילן ווערן דערגרייכט. טאג נאך טאג, שטיקל נאך שטיקל חק ולא יעבור.

פרשת משפטים לערנט אונז א וויכטיגער יסוד: קבלת התורה הייבט זיך אָן מיט א פייער, מיט קולות וברקים, מיט א ברען און התלהבות אין וועלכן דער מענטש איז אפגעשיידט פון סיי וועלכע גשמיות'דיגע געברויכן און זיין איינציגסטע ציל איז צו דינען דעם באשעפער. אבער אויב מיר וועלן דערגרייכן קיום התורה, אויב ווילן מיר באמת אויספירן דעם "נעשה ונשמע", דארפן מיר ווערן 'עבדים', מיר דארפן טון און הארעווען טריט ביי שריט, און אזוי מיט'ן ארבעטן אויף זיך און אויספאלגן מיט א פונקטליכקייט אלעס וואס מען האט זיך מקבל געווען, אפילו עס קומט אָן ביטער שווער, וועלן מיר עווענטועל שפירן דעם זיסן טעם פון בנים למקום, און עס וועט זיך שוין טון מיט א חשק און התלהבות. דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן טאקע זוכה זיין צו קענען מקיים זיין אונזערע קבלות, און צו קענען דינען דעם באשעפער מיט א שטארקייט און חשק און ברענגען די גאולה שלימה במהרה בימינו אמן.

לסיכום געדענק:
• עבודת ה' הייבט זיך מיט התעוררות, אבער עס מוז תיכף קומען מיט א רעאליסטישע פלאן.
• דער עיקר נסיון פון א איד איז ווען דער חשק וועפט אויס און מען איז מקיים די מצוות ווי אַן עבד.
• דער אמת'ער ציל איז אז מיר זאלן אלע זיין ווי בנים למקום, און טון די מצוות מיט א נאטורליכע חשק און אהבה צום באשעפער.

א לעכטיגע שבת קודש!!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

הודעהדורך א שעפעלע » פרייטאג פעברואר 21, 2020 12:16 am

א שעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט