וויפיל איז קול מבשר שולדיג אינעם היימישן קאראנע קריזיס?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

וויפיל איז קול מבשר שולדיג אינעם היימישן קאראנע קריזיס?

שליחה דורך קריינא דאיגרתא »

עס איז נישט קיין ספק אז עס טוהט זיך יעצט אפ א שרעקליכע קריזיס ביים היימישן עולם בנוגע די קאראנע וויירוס, אז דער עולם שלאפט!! ווער עס קוקט אויף די פאקטן ווייסט אז בדרך הטבע גייען אין די נעקסטע פאר וואכן זיין טויטע היימישע מענטשן פון קאראנע, און די עולם גייט אהן כמעט כאילו לא היה. ישיבות גייען ווייטער אהן, חתונות פראבירט מען אנצוהאלטען, טייל רבי'ס לאכן אפ פון די גאנצע זאך. וכו' וכו'. מענטשען גייען שטארבן וועגן די לייכטזיניגקייט!

די זעלבע הייליגע עדה וואס האט איבערגעקערט די וועלט פאר איין רובאשקין וואס האט געשמאכט אין טורמע, האט נישט געקארגט קיין פלאג און מי און געלט און שתדלנות אים ארויסצוזעהן, לאכט זיך אויס פון א מצב וואס גייט קאסטען אידישע קרבנות!! ווען דו גייסט זיצן ווי א מלך ביים סדר גייט איינעמ'ס זיידע און איינעמ'ס עלטער פעטער און איינעמ'ס מומע און יא, אפילו איינעמ'ס יונגע איידעם, ליגן באגראבן אין די ערד - ווייל היינט פרשת ויקהל פקודי ביסטו ווי א רשע ארומגעלאפן די שטאט און באטאפט די הענטלעך פון געשעפטן און שוהלן און זאלן מיט דיין קאראנע אנגעשטעקטע הענט.

חסידישע אידן מיט די גאנצע הייליגע טראגע דרייען זיך יעצט ארום אין די גאסן און שיסן ארויס גיפטיגע פיילן וואס גייען אין די קומענדיגע טעג און וואכן דערגרייכן אריין אין די הערצער פון זייער ברידערס און שוועסטערס און זיי אומברענגען.

איך האב כל מיני חברים און באקאנטע, איך הער פון דאקטוירים די מצב אין שפיטעלער ווי מ'זעהט א פלייץ פון פאציענטן וואס ווערט ערגער און ערגער יעדן טאג. איך הער פון מענטשן וואס זענען באהאווענט אין די נושא, מענטשן אינדרויסן פון אונזער געמיינדע, יעדער איז זייער אנגעצויגן און יעדער פארשטייט אז דא שפילט זיך אפ א שרעקליכע זאך וואס מ'קען נאך יעצט אביסל פארמיידן. איך רעד אפילו פון טראמפ שטיצערס וואס ביז לעצטע וואך האבן זיי אפגעלאכט פון די נושא. יעדער פארשטייט שוין יעצט אז ס'איז גאר ערענסט, און מ'דארף טוהן וואס די עקספערטן הייסן.

אבער איך האב באמערקט אז ווי מער א מענטש נוצט קול מבשר אלס זיין נייעס קוואל איז ער אלץ ווייניגער באזארגט. איך האב ברודערס און שוועסטערס פון אלע מינים. עטליכע זענען הייסטע טראמפ שטיצערס און זיי באקומען זייער נייעס פון פאקס נייעס און דראדזש. זיי זענען פונקט אזוי באזארגט ווי איך בין. עטליכע באקומען אבער זייער נייעס פון קול מבשר, און זיי לאכן זיך אויס. זיי מיינען אז די אנווייזנוגען פון די דאקטוירים איז עפעס א סגולה וואס אויב מ'טוהט עס האלבוועגס בשפה רפה העלפט עס.

איך הער זייער זעלטען קול מבשר, און יעצט האב איך אויך נישט געהערט. אבער עס איז שוין אדורך א גאנצע וואך זייט דער פרעזידענט האט געגעבן זיין רעדע אין די אוועל אפיס און קלאר געמאכט אז מיר האבן דא א קריזיס. הערט מען די ערענסטקייט דערפון אויף קול מבשר? זענען דא אזויפיל אנגעצויגענע אינטערוויוען כאטש וויפיל ס'איז געוועהן וועגן רובאשקין אדער די דריי פארכאפטע בחורים אין יאפאן, אדער דעם בעל תשובה מערדער פון פלארידא?

אונטערשטע שורה, איך מאך א באשולדיגונג אויף קול מבשר באזירט אויף אנעקדאטישע עווידענס אז די מענטשן וואס באקומען זייער אינפארמאציע פון קול מבשר לאכן זיך אויס פון די גאנצע קריזיס. אבער איך קען נישט זאגן אויף הונדערט פראצענט אז עס איז אזוי. פרעג איך אייך, וויפיל איז קול מבשר שולדיג אז די אידישע געגענטער אין ניו יארק סיטי גייען אין די קומענדיגע טעג און וואכן ווערן די עפיסענטער פון קאראנע וויירוס, און אידישע און להבדיל נישט אידישע נפשות גייען שטארבן צוליב די לייכטזיניגקייט?

האט קול מבשר בלוט אויף די הענט?

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר