למנוע משחית ומגפה מעלינו - ר' קטלא'ס קאראנאווירוס טאגבוך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 626 מאל

למנוע משחית ומגפה מעלינו - ר' קטלא'ס קאראנאווירוס טאגבוך

שליחה דורך קטלא קניא »

ש"ק פרשת ויק"פ תש"פ

ספוילער אלערט (צום וועקער ארטיקל): שון א גאנצער וואך גיי איך נישט אין שול און שבת אויך נישט. אז מען פארברענגט א שבת אין דער היים, און מען לערנט אפ אל יצא איש ממקומו ביום השביעי ווי די קראים, איז דאך אוודאי דא צו דערציילן, און בפרט אין דיא געשפאנטע צייטן, איז נאט אייך מיין שבת קודש.

ערב שבת עם דמדומי חמה פארן זמן בין איך אריבער געפארן צו מיין פאטער אים טראגן א קיגל און נאך מאכלי שבת קודש ער זאל האבן אויף צו עסן. ער איז אין די יארן קע"ה (די ראשי תיבות באקומען היינט א נייער באדייט) און ער איז אליין. געווענלעך איז ער אקטיוו און א לעבעדיג אידל נאר איצט פאלגט ער און איז כלוא בבית. אין אנהייב האט ער געזאגט אז ער איז שוין אריבער ערגערס - און ער איז טאקע אריבער דער גאר ערגסטער - און ער האט נישט מורא. ער הערט אבער די נייעס און ווייסט גוט וואס טוט זיך אויף דער וועלט און שוין א גאנצער וואך פאלגט ער. ער רופט אונז אן מיר זאלן אים איינקויפן עסן און ארויסטראגן פאר אים דער מוסט וכדומה. ער האט געבעטן מען זאל אים אויך קופן רויע שארפע פעפערלעך און שווארצער רעטעך. מיין זון איז צו אים ארויף אליין און איך האב מיט אים גערעדט אויפן טעלעפאן. וואס ווייניגער מענטשן ביי אים איז מער פארזוכערט. ווארטנדיג, וואטסאפטט מיר א חבר אז ער האלט אין מיטן א זום קבלת שבת און עס איז רירדינג צו זען מענטשן מיט קינדער אויף די שויס נעמען אטייל. איך האב אים געפרעגט, וואס טוט מען ביי מזמור שיר ליום השבת, זאגט ער, אז דעמאלט פארלעשט מען.

איך האב מיך קוים ביים זמן אפגעטושט, געכאפט א קאווע און עפעס פארביסן אין מיין האנטעך "בעקעשע", וואס האט מיט איין פארב ווייניגער ווי א רשכבה"ג, און זיך געגאנגען אנטון. צופיל זיך איילן האב איך נישט געדארפט ווייל אין מיין "שול" שטעלט מען זיך ווען "דער עולם" איז גרייט. איך האב אנגעטון מיין גלאטע בעקעשע און מיין גארטל ווייל אפילו אז איך בלייב אינדערהיים זאל מען שפירן אז שבת הערשט אין דער לופט. צום שלוס האב איך זיך אויך באקרוינט מיט מיין שטריימל מיט דער 'קרוין'. מיין טאכטער מוטשעט מיך איך זאל עס אנטון יעדער וואך ווייל מיין אלטער שטריימל זעט אויס, בקיצור, ווי אן אלטער שטריימל. מיין אשת חיל זאגט זיך אפ פון גיין מיט מיר אויפן גאס שבת צו א קידוש אדער וואו אז איך בייט נישט איבער דאס שטריימל.

הודו פאר מנחה האט געהאט אן אנדערן טעם. נפשם בהם תתעטף, יושבי חושך וצלמות, נפשם ברעה תתמוגג, ויגיעו עד שערי מות האט אלעס אונז געמיינט. דער פחד דערפון אין אונזער פאמיליע און דער רעאליטעט דערפון אין אונזער קהילה, שטאט, מדינה און וועלט. ידיד נפש האבן מיר געזינגען מיט דעם כותל ניגון. מיין זון דער 'בעל החשבון' האט געוואלט נאכדעם זינגען דעם ווערטער־לאז ניגון וואס קומט דערנאך נאר די זון האט זיך שוין געהאט געריקט און מיר האבן זיך געדארפט געבן א שאקל מיט מנחה.

מיין יונגסטער זון האט בשום אופן נישט געוואלט דאווענען קבלת שבת "פארן עמוד". איך קלער ס'האט אים נישט געפאסט ווייל אים האט זיך געדאכט אז מען נעמט אים אלס דער יונגסטער צו שפילן "חזן". האט זיך דער בעל החשבון געשטעלט. מען האט געפריווט קארלעבאך ניגונים און אפאר זענען געלונגען און אפאר האט מען צוגעענדיגט מיטן נוסח. נהרות ימחאו כף האט געקלינגען ווי ביי א זקן ורגיל מיט א 'יחד' אז די ווענט האבן געציטערט. בואו ונצא השדה זענען מיר געבליבן אינערווייניג און ר' שלמה'ס קול ה' על המים האט געדונדערט. לכה דודי ווידער ר' שלמה'לע און צו לא תבושי דרייט זיך צו מיר אויס אונזער "בעל תפילה" און פרעגט ווי הייבט זיך נאר אן דער באבאבער לא תבושי. מיינע פריינד: מיר האבן זיך געהויבן. מיר האבן געקלאטשט און דער שבת האט געברענט ווי א פייער. ביי בואי בשלום האבן מיר שוין געהאט אויסגענוצט אלע פעלער און מיר האבן אנגעהויבן פון דאס ניי און אויף א העכערער שליסל, בקיצור ווי ביי יחיד מומחה. און דערנאך א הילכיגער מזמור שיר, זיך געבראכן די ציין, און איך אויך די אויגן, אויף די פיצל אותיות פון ולומר דא אפיקו. דער יינגסטער האט זיך דערמאנט ביי ושמרו אז ער קען אויך, איז ווידער א ר' שלמהלע, מגן אבות האבן מיר זיך איינגעשפארט און אויך דעם שפאציר אהיים.

די שבת סעודות זענען געווען בלויז פון איין גערעדעריי און אז מיינע קינדערס ביידע זיידעס און א באבע זענען פארשלאסן איז נישטא א סך מחדש צו זיין. נאר דאך וויל מען רעדן, און הערן, און זיין צוזאמען, אבער כאטש איבער אביסל וויין און עסן און ביי דער ווארעמקייט פון א שבת טיש.

צו מארגנס בין איך שוין אויף געווען ווען די פייגלעך צוויטערן און איך האב געוויסט אז די חברה וועלן זיך נישט איילן האב איך מיך געשטעלט דאווענען אויבן אין בוידעם. אויפן באלקאן האט דער זון געשיינט און איך האבן מיך נישט געקענט איינהאלטן א מי אנכי צום בלויען הימל. ביי 'דו האסט געבעטן דאווענען' האט מיין קול שוין נישט פונקציאנירט. נישט צום לעצטן מאל. פסוקי דזמרה איז געגאנגען פסוקי דזמרה'דיג נאר צו נשמת האב איך מיך אויפגעכאפט. קוקנדיג פון דער פענצטער מיט ליפן ווי דער ברייט פון דער הימל, אויגן ווי דער זון און לבנה, הענט ווי אדלער און פיס ווי וידער. איך קען נישט גאט'ס חשבונות אבער די אור אלטער ווערטער ווארעמען אן אלע ביינער. איך האב געוויסט עפעס קומט פון דבר נאר איך האב מיך נישט געקענט דערמאנען וואו. איך האב אבער געשפירט ווי עס קומט נענטער. ברעב זנתנו ובשבע כלכתנו און דער קול איז זיך ווידער צוגאנגען. און ביז ומדבר מלטתנו די אויגן אויך.

קריאת התורה פון צוויי סדרות איז געווען א לאנגס. "ווערטער" זענען מיר געשווימען אין קאפ. משה האט געקענט באפעלן, אבער די חכם לב, הייסט עס נישט משה נאר די קינסטלער מיט טאלאנט, זיי האבן עס אויסגעפירט למעשה. (איך ווייס מען קען מיך אפפרעגן פון דער מדרש אויף חכם לב יקח מצוות נאר דאס שטייט נישט אין תורה.) דערנאך איז מיר איינגעפאלן אז די בגדי כהונה קומען נאך דער משכן און די כלים. תצוה נאך תרומה און פקודי נאך ויקהל. אמאל האט מען ערשט עפעס אויפגעבויט און אויפגעטון און דערנאך זיך אנגעטון די שמונה בגדים. היינט ערשט טוט מען זיך אן מיט א פעלץ און סטראקעס און אמאל טוט מען אויך עפעס אויף.

ביי יקום פורקן האב איך געקעלערט אויסלאזן דעם ערשטן יקום פורקן למרנן ורבנן נאך זייער אויפפירעכץ פון די לעצטע צייטן, נאר איך האב מיר געמאכט א חשבון אז דער צווייטער יקום פורקן זאגט מען נישט ביחידות איז קומט אויס איך וועל גארנישט זאגן. האב איך געזאגט יקום פורקן און אינזינען געהאט די אחריות'דיגע רבנים מיט שכל וואס בלייבן געטרייער פאסטעכער פאר זייערע שאף. אז איך בין אנגעקומען צו אב הרחמים האב איך געקלערט צי איז נישט דא א תירוץ נישט צו זאגן, און איך האב מיך דערמאנט אז ס'איז שבת החודש. אופס, האב איך ווידער אנגעכאפט דאס חומש'ל און געליינט איבער דער קרבן פסח און ווען דער באשעפער איז איבערגעשפרינגען די אידישע הייזער. זאל ער היינט איבערשפרינגען אלע הייזער און אונז אלע ראטעווען. די רבנים זענען מיר נאך אלץ געלעגן אין קאפ ביי די הפטורה פון שבת החודש וואס לאזט זיך אויס אז דער נשיא טאר גארנישט נעמען ביים פאלק כדי זיי נישט אויסצונארן פון זייער ארבטייל. היינט נארן זיי אין גרויסן אבער אן דער אחריות פון א נשיא.

איך האב דאך אויך נישט געזאגט יוצרות, האב איך אפגעדאוונט מוסף און זיך גענומען צום מסוד חכמים ונבונים. היינט רופט מען זיי "גדולים" ווייל חכמים ונבונים זענען זיי נישט. איך וועל אייך נישט מאכן סקוטשנע מיט יוצרות, נאר וינתן לעם שיר חדש, לשורר בפיהם שיר חדש... האט מיר געמאכט אויסברעכן אין מרדכי בן דוד'ס געזאנג. דערנאך איז אויך דא אין מוסף, פצוח שירים תמיר בכויות, אויסברעכן אין געזאנג אנשטאט געוויין וואס זענען צוגעפאסטע ווערטער צום מצב. מיין טאכטער איז מיר געקומען בעטן איך זאל זיין אביסל שטילער, בין איך אראפגעגאנגען און געמאכט קידוש אויף קאניאק, און דערנאך א קאווע. ביז איך האב אפגעגעסן איז דער זון דער בעל החשבון געווען גרייט צו גיין מיט מיר א שפאציר.

א איד וואס דאוונט געווענלעך מיט מיין פאטערס נץ מנין קומט אונז אקעגן אויף דער אנדערע זייט גאס. ער העלפט אויך כסדר מיין פאטער. אז ער האט אונז געזען איז ער אריבער געקומען דער גאס מיט אונז צו רעדן. פון זיין שפאן האב איך געזען אז ער ווייסט פון הרחקות ווי א גוי ווייסט פון יו"ד ח"ב, האב איך ארויסגעשטרעקט מיין האנט און אים געזאגט "עד כאן. קום נישט נאנט". ער האט עס נישט גוט אנגענומען. ער דערציילט אז ער האט אריינגעקלאפט ביי מיין פאטער זאגן גוט שבת און ער האט נישט אויפגעמאכט. זאג איך, אז ער לאזט קיינעם נישט אריין. ענפערט יענעם , "איך האבן געקלאפט און איך בין פטור", מיט א געפיל פון עפעס א געטראפנקייט. ער איז א פיינער און ער העלפט און איך האב אים געוואלט זאגן אז גוטע כוונות וועט קיינעם איצט נישט ראטעווען. איך האב אים שיין באגריסט גוט שבת.

אינדרויסן פון א שול איך בין דורך זענען געשטאנען מענטשן אויף דער גאס און געזוכט מנין. געדאוונט האט מען אינערווייניג. א איד וואס האט נישט געטארט זיין אין שול וועגן זיין עלטער, פרעגט מיר וואס מיין טאטע מאכט. איך וואלט געדארפט זאגן, גיי אהיים דו שוטה. אנשטאט האב איך געזאגט, ער איז איינגעשפארט און ווייטער שפאצירט. איצט אינדערפרי רופט זיין ווייב און זי האט מיר געזאגט אז מוצאי שבת האבן די קינדער אויף אים געמאכט צעקות פארוואס ער איז געגאנגען אין שול. נאך דעם שפאציר האבן מיר קידוש געמאכט, און געגעסן די סעודה. מיין בני בית איז נישט געווען צו אינטערעסירט אין מיין זינגען, וינתן לעם שיר חדש. די געהעריגע ניגונים פון ברוך ה' יום יום און ברוך קל עליון האבן איר נישט געשטערט.

נאכמיטאג איז אריבער געקומען א שכן. איך האב אים נישט אריינגעלאזט און מיר האבן גערעדט אינדרויסן מיט א דערווייטערניש. מענטשן וואס זענען געווען דאווענען מנחה זענען פארביי געגאנגען אויפן וועג אהיים, ווייל דארט וואו זיי האבן געדאוונט האט מען נישט געגעבן שלש־סעודות. איך האב איינעם אטאקירט אז מען גייט אין שול, פארענטפערט ער זיך אז זיין רבי האט נישט ממש געהייסן שליסן שולן. איך האב מיך געבייזערט און אים געגעבן צו הערן וואס איך האלט פון זיין רבי. איך האב אים געפרעגט, ווען אלע רבי'ס ווייסן אז זייערע חסידים און זייערע פאמיליעס זענען אלע איינגעשפארט אין דער היים און אויך אז ריזיגע פראצענטן פון די יונגעלייט האבן וואטסאפ, וואס קענען זיי נישט פאר שבת רעקארדירן א מעסעז אדער אפילו א ווידיא מיט חיזוק? וואו איז דער אחריות? וואו זענען זיי אלע? יענער איז אויך א שטיקל דיין און איך האב אים געזאגט, ער זאל זיך נישט פוילן און עפעס טון פארן עולם. ער איז ווייטער געגאנגען אן צו ענטפערן.

מנחה, א ווארעמע טיי, נאך א שמועס און ס'איז שוין געווען מוצאי. איך זאג מיר המבדיל בין קודש לחול און רעד מיט מיין טאטע. איך האב געזען אז איך האב אים פארגעסן טראגן די שווארצע רעטעך. ער זאגט ער האט געהאט א פיינעם שבת. ער האט געזינגען זמירות "און אויך דערלאנגט א קרעכץ". ער הייבט אן הילכיג צו לאכן און קוים קען ער זאגן אז א קרעכץ איז ווערד גאלד.

איך דערמאן מיך אז ס'איז אויך געווען שבת מברכין. שתחדש עלינו את החודש הזה לטובה ולברכה האב איך נישט געזאגט אבער איך זאג עס איצט. טוט ווי מען הייסט, פאסט אויף אויף אייך און אייערע פאמיליעס, הארכט אויס מומחים און דאקטורים נישט תלמידי חכמים שאין בהם דעת. און בלייבט אלע געזונט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום קטלא קניא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר