שנאת ישראל - אויסרייד קאראנא

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2071 מאל

שנאת ישראל - אויסרייד קאראנא

שליחה דורך אישתישבי »

אונז זעהן אסאך אין דער נייעס וועגן אונז, אז אונז האלטען נישט די הרחקות, אונז זענען אפען מזלזל אין די הרחקות. אוודאי איז דא אמת אין דעם, עס איז דא אפענע בתי מדרשים, אין די נייעס שטייט וועגן די ישיבות אין ארץ-ישראל וואס זענען אפען, עס שטייט דערווייל נישט וועגן דער תולדות אברהםַ יצחק רבי וואס זיי געפירט טיש פאר 150 מענטשן שבת, אבער איך בין זיכער זיי וועלען אנקומען צו דעם אויך.

אונז ווייסן אז לכתחילה האט מען אונז נישט ליב, ווייל גוים קוקען אהן אונז אידן אז אונז האלטען זיך פאר בעסערע מענטשן ווי זיי, קלוגער פין זיי, און אונז רעכענען זיך נישט מיט זייערע החלטות וכו'.

ממילא ווען זיי האבן א זאך דאס ארויסצוברענגן זענען זיי דא.

אונז זענען יעצט אין א שטיקעל שעת השמד, אונזערע פריוואטע רעכטען אלץ מענטשן זענען צוגענומען געווארן, הערשט נישט לאנג לגבי די מיזעלס האט דער קאנסיל אין נ"י געשטימט קעגען רעליגיעזע פרייהייט אין דער ענין.

טאמער זאל דער משוגעת ווייטער אנגיין, סיי דער קאראנא משוגעת, און סיי דער אפענע בתי מדרשים דורך די פאר עקסטרימיסטן חרדים, איז חלילה צו ערווארטן אז אונז חרדים האבן נישט קיין רעליגיעזע רעכטען חלילה. אוודאי וועט עס נישט זיין הונדרעט פראצענטיג מיט איינמאל, אבער למחצה לשליש איז עס מסתבר חלילה.

די אלע קולות פין אפאר הצלה לייט, צו אפאר רבנים איז גארנישט ווערט, פארוואס? ווייל זיי, די גוים, ווייסן אז עס איז א שפיל, אזוי ווי ווען אפאר מוסלמענער רייסן אראפ מעשה אלימות. קיינער פין אונזערע רבנים איז נישט ארויס בקול חוצץ קעגען די יחידים וואס האלטען אפען בתי מדרשים, ווייל זיי קערען באמת נישט גענוג צו מאכען א פייט.

יואלי ראטה וועט זינגען אז די עצה איז אמונה כל זמן ער האט אפאר יונגווארג מיט וועמען צו שפילן, ער קען נישט סטאפן און ער וועט נישט סטאפן, פאר אים איז דאס וויכטיגער פין עסען. און אזוי איז אויך די אנדערע.

ואין לנוַ על מי להשען אלא על אבינו שבשמים.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר