מושחתים, מערדער, פארוואס זענט איר גאר אונזערע "מנהיגי העדה?!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1924 מאל

מושחתים, מערדער, פארוואס זענט איר גאר אונזערע "מנהיגי העדה?!

שליחה דורך ארי נוהם »

שוין א לאנגע צייט וואס כ'האב נישט געשריבן, און דאסמאל האב איך ווייטער נישט קיין גוטע נייעס צו דערציילן, אבער השקט לא אוכל און מיין וויי-געשריי זאל אפהילכן מסוף העולם ועד סופו.

מיר זענען אלע געשלאגן געווארן מיט א ביטערע מגיפה. יא, יעדער רעדט פונעם קאראנע ווירוס, און דערפאר פעלט נישט אויס איבערצוקייען אלעס ארום דעם.
מיר זענען אויך אלע געשלאגן געווארן מיט פארדארבענע מנהיגים. יא, יעדער רעדט שוין פון דעם פאר יארן, און לכאורה פעלט עס אויך נישט אויס איבערצוקייען.

אבער ס'איז נישט אמת.

מיר דארפן יא שרייען, שרייען בקול רם ובגרון ניחר: מיר האבן פארדארבענע מנהיגים, מושחתים, עקלדיגע פארשוינען וואס ווען נישט זיי ווערן געבוירן מיטן ריכטיגן לעצטן נאמען, וואלטן זיי ניטאמאל געזעצן אין די בעק פון סמעדריש, ווייל זיי גלייבן קוים אין א גאט. זיי וואלטן געווען אינעם ביזנעס וועלט און דארטן אנגעטון כלערליי השחתה.

פון וואו ווייס איך דאס?
ווייל דאס זע איך יעצט אויך!

רבי'ס וואס קעירן זילטש, אבער זילטש, איבער זייערע אייגענע סטאדע בהמות [סארי, ס'איז נישט קיין מאטעפארע נאר פאקט], און ווען ס'פעלט אויס פאר די פארענטשעס וועט מען לאכן אין פנים פון מענטשהייט, טרעטן אויף שו"ע, צערייסן די תורה אליינס, און קריגן א לב-אבן צו קענען אומגליקליך מאכן הונדערטער מענטשן אין איין שאס - אבי "איך האב געהאט פולע פארענטשעס".

און יא, איך רעד פון אזעלכע מושחתים ווי די טייטלביימער וואס האבן געזען אז הרגנ'ען דעם ברודערס ארמיי איז נישט גענוג בלוט אויף זייער האנט, און מ'דארף אויך אייגענע. איך רעד פון דעם מונקאטשער צדיק וואס נאכן פיקסן זיין צובראכענעם רוקן קען ער יעצט צוברעכן און קראנק מאכן זיין אייגענעם עולם ("כל הפושט יד" זאגט ער אויפן קליפ... כי כי כי, א קלוגער איז ער. קען לאכן פון מיין תורה וואס ווארנט אן "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם"), די הייליגע האגער'ס וואס געוויסע פון זיי האבן זיך טאקע אויך באוויזן קראנק צו מאכן דערמיט (אפשר איז קושן די האנט א גרעסערע מצוה ווי תרי"ג מצוות הכתובות בתורה), און אויך דער צדיק פון באבוב 48, וואס זיי אלע האבן באשלאסן צו פייפן די וועלט און זיך נישט וויסנדיג מאכן פון אלע וואס האבן געווארנט ח"ו זיך נישט צאמצוקומען פורים אין גרעסערע צאמקומען, וזכה אותו צדיק פון באבוב אנצוברענגען דעם קרענק אין א טויטליכע דאזע פאר זיין עולם, באלד דערנאך.


אין די צייט וואס באבוב האט א טראדיציאנאלע מנהג פון באשאפן מופתים אדאנק דעם רבי'נס רומפלען, וועט אצינד ווערן אפגעצייכנט מיט שאנדע, לעולמי עד, די צייט וואס דער מושחת האט מיט זיין טיש-און-רומפלען באוויזן אנצוברענגען א פחד און טעראר פון קאראנע אין זיין אייגענע עדה, אויף אן אומגלויבליכן מאסנשטאבליכן פארנעם.

אין די צייט וואס דער פארדארבענער פארשוין איז געווען פארנומען נאכצומאכן דעם טאטן זיינעם, האט ער פארגעסן די ערשטע צוויי פון זיין טאטנ'ס עשרת הדיברות: זיין א מענטש, און זיין מער אויפגעקלערט און שכל'דיג ווי געווענליכע אדמורי"ם. אט דער צדיק פון 48 האט אנגעמאכט א שטינק און האט באשלאסן צו טון אזא טיפשות'דיגע זאך ווי פירן א צושטופטע טיש אין ברען פון א טויטליכע ווירוס, און האט טאקע באוויזן אנצוברענגען א מאסע קראנקע חסידים וואס שטארבן אים אויס טאג טעגליך.

פרעגט איר מיר, פארוואס איז מר. הלבערשטאם ארגער פון די אנדערע חיות וואס האבן געפירט טיש? איז אזוי: קודם כל, אויב זיין עדה איז מער אנגעשטעקט געווארן און האבן מער טויטע, וזכה אותו צדיק במקחו הטוב, זאל ער כאפן די מערסטע קלעפ.

אבער אין אן ערנסטע נאטיץ: פונקט דו?! צווישן אלע רבי'ס, זאלסטו זיך אויפפירן אזוי אומראציאנאל?!

אבער דאס געמיינסטע איז נאך, אז אין די צייט וואס דער מונקאטשער האט געריסקט זיין אייגענעם לעבן מיטן געבן די הענט פאר זיינע שווענץ [קיין קרעדיט דערפאר], און צוויי וויזניצע רבי'ס זענען אפילו זעלבסט קראנק געווארן פארן זיך לאזן קושן, און אפילו דער קרית יואל'ער מגיד איז זעלבסט קראנק געווארן - מעגליך צוליב'ן טיש, איז דער צדיק פון 48 געווען גענוג פארזיכטיג נישט צו געבן פאר קיינעם די האנט ח"ו. דער קליפ פון פורים ווייזט ווי ער לאזט קיינעם נישט געבן די האנט, מחמת החשש.

אבער דו אוממענטש, אויב דו פארשטייסט שוין יא מער פון די אנדערע רבי'ס, וואו איז דיין מענטשליכקייט צו דיינע אייגענע חסידים? וויאזוי האסטו זיי געקענט לאזן קומען און זיך שטופן אויף די פארענטשעס און זיך אנשטעקן איינער דעם צוויייטן???!!!


אין דיין תורה שטייט נישט "מה דעלך סאני לחברך לא תעביד"?! פון "ואהבת לרעך כמוך - זה כלל גדול בתורה" האסטו שוין פארגעסן?! אדער צוליב דעם וואס עס איז א כלל גדול בתורה, האסטו שוין אויטאמאטיש קיין שייכות דערמיט!!

וויפיל השחתה קען ליגן אין א מענטש, וואס ווייסט זיך אפצוהיטן פון עפעס טויטליך, אבער שיקט זיין אייגענע עולם צום טויט אנע געוויסנביסן!

ס'איינציגסטע וואס ס'האט מיר געקענט ארויפברענגען אויפן זכרון, איז די טרויעריגע קאפיטל געשיכטע פון געוויסע רבי'ס וואס זענען אנטלאפן ביים קריג, איבערלאזנדיג זייער עדה בלוטיגן צום טויט, ה"י.


אה, גאט אין הימל: פארוואס האסטו אונז אזוי געשטראפט מיטן באשאפן אזאנע מושחתים אז זיי זאלן גאר זיין אונזערע פירערס?
אה, ליבער פאטער: פארוואס דארף איך מיך ארומדרייען צוויי וואכן אין שאק, פארוואס איך בין טייל פון א געמיינדע וואס שיסט זיך זעלבסט אין די פיס?
אה, גאטעניו זיסער: ווען וועלן אונזערע טייערע ברידער און שוועסטער זען אז זיי דינען רבי'ס, וואס עצביהם כסף וזהב, פה להם ולא ידברו, עינים להם ולא יראו, אזנים להם ולא ישמעו. זיי זענען פארנומען מיט קוויטלעך און געלט, אבער זיי האבן נישט קיין מויל צו העלפן זייערע אייגענע חסידים, זיי האבן נישט קיין אויגן צו זען וואס פאסירט איבערן גארער וועלט, און זיי האבן נישט קיין אויערן צו הערן דאס וויי געשריי פון מענטשן וואס שטארבן א ביטערע אסכרה טויט, און זענען פארנומען דאס אנצושיקן פאר זייערע אייגענע מענטשן!

אוי, באשעפער זיסער, איך שפיר לעצטנס ווי כ'גיי באלד אראפ פון זינען.
וויאזוי קענען מיר זיין אזוי נאריש? וויאזוי קען דער אזויגערופענער עם נבון וחכם זיך אויפפירן אזוי נאריש, מושחת'דיג, אומראציאנאל?
פארוואס הער איך נישט קיין מאסן חסידים וואס זאלן זיך הייבן די קעפ און זען וויאזוי זייערע מנהיגים קעירן פון זיי אבסעלוט נאדא, כלום, אפס מוחלט! און נאכמער פון דעם, זענען די חסידים קאנאנען-פלייש פארן רבי'נס הייליגע רומפלען!


וויאזוי קען א רבי אנברענגען דעם טויט פאר אזויפיל אייגענע חסידים!
איך שריי! איינער הערט דארט?!
כ'קען א געוואלד מיט חסידים וואס ליגן אין בעט חרוב קראנק, אין קריטיקל קאנדישאן, ווען אפילו זייערע נענטסטע פאמיליע מיטגלידער זענען נישט נעבן זייער בעט, און אזוי ראנגלען זיי זיך מיטן מלאך המות פון אט דעם גרויזאמען מיתת חניקה.
פרובירט נאר אריינצוקריכן אין זייער מח:
יא, איך בין געגאנגען צום רב'ס טיש, כ'האב זיך פארלאזט אז דער רב'ס כח/זכות אבות/הייליגע טיש/יום פורים-'כ'פורים/ וועט מיר האלטן געזונט און שטארק. אבער צום סוף, בין איך מיט דריי פיס אין קבר, און דער רב?... וועט וויייטער זיין רב אן אפגעבן א דעמן דין וחשבון פאר קיינעם אויפן וועלט.


אבער לאז שוין די מנהיגים אונזערע אין א זייט, וואו זענען מיר???
למען ה', אונזער לאכן האט אונז שוין ערגעץ געברענגט? אונזער אויבער'חכמי'שקייט האט עפעס געהאלפן?
די פחד'דיגע פאקט אז אונזער קליינער קרעמל היימישע אידן אין אמעריקע, פארמאגן די זעלבע מאס טויטע ווי "גאנץ מדינת ישראל", צי דארף דאס נישט אויפוועקן מוחות?!
ווי לאנג גייען מיר בלייבן סטופיד אויבער-חכמים וואס הרג'נען זיך אליינס אויס?


איך האב אפאר מינוט צוריק געזאגט קאפיטל פ"ד, טאקע פאר א באבובע חסיד וואס ראנגלט זיך מיטן מלאך המות, א יונגערמאנטשיק ניטאמאל א בן שלושים וואס האט א שטוב מיט פיצלעך, ווען די פסוקים זענען אויפגעקומען, און טרערן האב זיך אויסגעמישט מיט די ווערטער:
גַּם צִפּוֹר מָצְאָה בַיִת וּדְרוֹר קֵן לָהּ, אֲשֶׁר שָׁתָה אֶפְרֹחֶיהָ אֶת מִזְבְּחוֹתֶיךָ ה' צְבָאוֹת מַלְכִּי וֵאלֹקי... ה' אֱלֹקים צְבָאוֹת שִׁמְעָה תְפִלָּתִי, הַאֲזִינָה אֱלֹקי יַעֲקֹב סֶלָה:

און איך טראכט צו מיר, גם ציפור מצאה בית, אבער די קליינע פייגלעך וואס ער האט איבערגעלאזט אין שטוב, און ווייסן ניטאמאל צו זייער טאטע וועט עס אדורכמאכן, אה, גאטעניו, הער שוין דיינע קינדערלעך'ס געוויין!
ה' אלקים צבאות שמעה תפילתי! הער וואס איך בעט דיר, אלמעכטיגער פאטער. די טייערע קרבנות זענען דאך נישט שולדיג אז זיי הייסן נישט האגער, טייטלבוים צי האלבערשטאם, און ווייסן נישט אז אלעס איז נאר א געים ביי אט די מערדער וואס זענען ליידער ביים שיסל און פאר'דביקענען זיך ביים רומפלען.

זיי זענען פשוט'ע טייערע לעכטיגע אידישע קינדער, זיי ווילן דיך דינען און ווילן און זענען וואוילע אידן.
געב זיי לעבן און זיי וועלן ווייטער דינען גאט ב"ה אן קיין חכמות.


און וואס וועט זיין מיט די מושחתים און מערדער וואס זענען אונזערע מנהיגים?
געב שכל פאר דיינע טייערע קינדערלעך זיך אויסצורייסן פון זייער נעץ.
זאלן זיי ענדליך פארשטיין אז פון אט די אוממענטשן וועלן זיי קיינמאל נישט זען קיין גוטס, און זיי וועלן זיך אומקערן צו דינען דיר, און נאר דיר.


למען יעמוד לדראון עולם, אויפן שאנד סלופ פון כלל ישראל:
2020-03-28.jpg



ולע"נ דער לעצטער קדוש, פון באבוב:
2020-03-28 (1).jpg







אבער ענק, טייערע רבי'ס, וויל איך נאר פרעגן איין פראגע:
מושחתים, מערדער, פארוואס זענט איר גאר אונזערע "מנהיגי העדה"?!
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר