קאראנעווירוס - אין ליכט פון סייענס

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
תחכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 324 מאל

קאראנעווירוס - אין ליכט פון סייענס

שליחה דורך תחכמוני »

פאריגע וואך מוצאי שבת רעדט איך אויפן טעלעפאן מיט מיינס א באקאנטער, פרעגט ער מיך "וואס האלטסטו פון דער פאניק וואס די מידיע זייעט אן איבערן קאראנעווירוס?" זאג איך אים, "איך הער זיך גאנץ ווייניג צו צו די מידיע, אבער די סייענטיסטן ווארענען אז מיר האנדלען דא מיט א שעדליכן ווירוס וועלכער איז אומשטאנד אויסצוהרג'ענען מיליאנען מענטשן און דעריבער דארף מען נעמען זייערע אנווייזונגען אין אכט און זיך נישט דרייען מיט מענטשן מער ווי מען דארף, און אויב כאפט מען דעם ווירוס זאל מען נישט ארויסגיין פון הויז בכלל."

זאגט ער מיט שפאט, "די ביזט צו א גרויסער גלויביגער אין סייענס." ענטפער איך אים צוריק, "איך גלייב נישט אין סייענס. איך האב צוטרוי אין סייענס ווייל סייענס האט אונז געוויזן איבער די יארן אז זי האט גאר א גוטע טרעק רעקארד. סך הכל שטודירן די סייענטיסטן ווי שנעל דער ווירוס פארשפרייט זיך אין אנדערע לענדער און ווי שעדליך ער איז און זיי באנוצן זיך מיט מאטעמאטישע מאדעלן צו פאראויס זאגן וואס עס וועט פאסירן אויב מען לאזט עס אנגיין אומפארשטערט. בכלל, דארף מען נישט האבן קיין גרויסע כח הדמיון צו פאראויסזעהן די קאנסעקווענצן. געב א קוק וואס גייט פאר אין איטאליע."

ערקלערט ער מיר, "איטאליע איז אינגאנצן אנדערש. דארט איז דא א צוריקגעבליבענע העלט קעיר סיסטעם, און איז פול מיט אלטע מענטשן. בכלל, קוקענדיג אויף די נומערן וואס קומען ארויס פון איטאליע, זעהט מיר אויס אז די נומערן גייען שוין אראפ און מען וועט סך הכל האבן א פאר טויזענט טויטע. מה כל הרעש."

זאג איך אים, "איטאליע האט איינע פון די בעסטע העלט קעיר סיסטעמס, און איז פאררעכנט אלס די צווייטע בעסטע סיסטעם אין דער וועלט דורך דער וו.ה.א. און אויב ביזטו אזוי גוט מיט נומערן איז א שאד אז די געבסט נישט ארויס א שטודיע."

בדרך אגב, זאגט ער מיר אז ער האט שוין סימפטאמען פון דעם ווירוס פאר עטליכע טעג, אבער ער דרייט זיך און פרייט זיך אויף דער גאס. ער האט אפילו ארומגעדרייווט זיין טאטע, א איד אין די זיבעציגערס, דערציילט ער מיר מיט פאטאס האפנדיג מיר אריינצושלעפן אין א געפעכט.

די וואך מוצאי שבת באקום איך א טעקסט מעסעדזש פון אים, "מיין טאטע איז אויף א רעספירעיטאר. ער דארף רחמי שמים מרובים."

די מעשה האט מיר געגעבן א שאקל און מיר באוואויגן צו שרייבן אן ארטיקל איבערן נושא. כאטשיג יעצט פאנגען אן אריינצוקומען יעדן טאג מער און מער היימישע פאטליטעטן, הער איך נאך אלץ פון געוויסע מענטשן די זעלבע אויסגעדראשענע ארגומענטן:

"די פלו הרגעט יעדעס יאר טויזענטער מענטשען און די וועלט גייט ווייטער אן."

"די סיבה פארוואס די פאטעליטעט ראטע (דער פראצענט פון מענטשן וואס שטארבן נאכן כאפן דעם ווירוס) זעהט אויס אזוי גרויס איז ווייל מען רעכנט נישט אריין די קעיסעס וואס מען האט נישט דיאגנאזירט. ווען מען רעכנט אריין אלע קעיסעס איז דער קאראנעווירוס נאך ווייניגער שעדליך פון דער פלו."

"די גאנצע סומעטאכע איז בלויז א פאליטישע חשבון ווי די מידיע זוכט צו באגראבן טראמפ."

וכהנה וכהנה.

מענטשן רעדן כאילו די עפעדימיעלאגן (סייענטיסטן וואס שטודירן מחלות) וואס שטודירן שוין דעם נושא פאר צענדליגע יארן זענען נאך נישט איינגעפאלן די געוואלדיגע חכמות וואס אפאר היימישע אידעלעך האבן אויסגעטראכט ביי זיך אינדערהיים אדער געהערט אויף א טאלק שאו.
וויל איך דא נעמען עטליכע שורות דורכצוגיין די וויכטיגסטע שטודיע וואס איז ארויסגעקומען אויפן נושא פון איינע פון די מערסטע רעספעקטפולע אוניווערזיטעטן, אימפעריאל קאלעדזש לאנדאן, און דורכגיין וואס זיי זאגן פאראויס.

עקספאנענשאל גראויט (exponential growth)
איינע פון די ערשטע זאכן וואס מען דארף דא אויסקלארן איז דער ענין פון עקספאנענשאל גראויט. מענטשן וואס לייענען די נייעס קוקן וויפיל מענטשן שטארבן יעדן טאג פונעם קאראנעווירוס און טראכטן ביי זיך אין קאפ אז זיי פארשטייען בערך וויפיל מענטשן גייען שטארבן אין ערגסטן פאל.

אויב לאמיר זאגן אז נעכטן זענען געשטארבן 4,000 מענטשן איבער דער וועלט, דאן וועלן אין הונדערט טעג שטארבן ארום 400,000 מענטשן. אפילו אויב די נומערן וועלן אביסל ארויפגיין איבער די קומענדיגע טעג וועט דאס נישט צולייגן צופיל מער. וויפיל נאך מענטשן קענען שוין שטארבן? אפשר א מיליאן?

צו פארשטיין פארוואס דאס ארבעט נישט אזוי, וועל איך אייך פארציילן א לעגענדע.

עטליכע הונדערטער יאר צוריק, איז איינעם איינגעפאלן א געוואלדיגן שפיל, דאס שפיל וואס רופט זיך שאך. (אויב זענט איר נישט באקאנט מיט דעם, שאך איז א שפיל וואס מען שפילט אויף א טאוול וואס האט 64 קוואדראטן.) דאס שפיל האט זיך פארשפרייט איבער דער וועלט און איז אנגעקומען צו די אויערן פון א גרויסן קעניג.

דעם קעניג איז זייער געפאלן דאס שפיל און האט געהייסן אפירזוכן דעם מענטש וואס האט אויסגעפינען דאס וואונדערליכן שפיל. שנעל האט מען אפירגעזוכט דעם מענטש און מען האט אים אהערגעשטעלט פארן קעניג.

"וואספארא באלוינונג ווילסטו פארן וואונדערליכן שפיל וואס דו האסט אויסגעטראפן?", פרעגט אים דער קעניג.
ענטפערט דער מענטש, "א גרויסן דאנק הער קעניג פאר אייער גרויסער גענאדע. איך בעט נישט קיין סאך. אויב ערלויבט אייערע מאיעסטעט, זאל מען לייגן איין שטיקל רייז אויפן ערשטן קוואדראט פונעם שאך טאוול. דערנאך זאל מען לייגן צוויי שטיקלעך רייז אויפן צווייטן קוואדראט, פיר שטיקלעך רייז אויפן דריטן קוואדראט. און אזוי ווייטער זאל מען לייגן אויף יעדן קוואדראט א צאל רייז דאפלט וויפיל עס ליגט אויפן פריערדיגן קוואדראט."

דער קעניג האט זיך זייער געוואונדערט אז דער מענטש בעט אזא קליינע באלוינונג, אנשטאט בעטן גאלד אדער זילבער, און ער האט באפוילן זיין מיניסטאר צו תיכף ומיד אויספירן דעם מענטשן'ס פארלאנג. א קורצע וויילע דערנאך קומט אריין דער מיניסטאר א פארלוירענער און זאגט פארן קעניג, "מיר זענען נאכנישט אנגעקומען צו האלב פונעם טאוול און עס איז שוין נישטא קיין רייז אינעם גאנצן קעניגרייך וואס קען ערפילן דעם מענטשן'ס וואונטש."

צו פארשטיין דעם מיניסטאר'ס פארגעלעגנהייט, האב איך געמאכט א קורצן טאוול וואס ווייזט וויפיל רייז מען דארף לייגן אויף עטליכע פון די קוואדראטן.

קוואדראט 1
קוואדראט 10
קוואדראט 20
קוואדראט 32
קוואדראט 64
1
512
524,288
2 ביליאן
9 קווינטיליאן (9 מיט 18 זעראויס דערנאך)

אזוי ווי איר קענט זעהן, צום אנפאנג רוקן זיך די נומערן שטייט אבער גאר שנעל פאנגן זיי אן זיך צו פארשנעלערן ביז מען קומט אן צו א נומער פון 9 קווינטיליאן וואס איז 9 מיט 18 זעראוס דערנאך. איר קענט זיך גרינג איבערצייגן אין דער ווארהייט פון דעם מיט א פשוט'ן קאלאולעיטאר. עס זענען דא צוויי וועגן וויאזוי דאס צו טאן. דער לענגערער וועג איז צו שרייבן דעם נומער 2. דערנאך דאפלען צו באקומען 4. דערנאך דאפלען צו באקומען 8 און אזוי ווייטער. א גרינגערן וועג, איז צו נוצן א סייענטיפיק קאלקולעיטאר (איר קענט דאס טרעפן גרינג אויפן געוועב אדער אויפן קאמפיוטער) און נוצן דעם עקספאנענט קנעפל וואס קוקט געווענטליך אויס אזוי xy. צום ערשט שרייבט דעם נומער 2. דערנאך דרוקט דעם עקספאנענט קנעפל און דערנאך שרייבט וויפיל מאל איר ווילט דאס דאפלען. צום ביישפיל אויב ווילט איר עס דאפלען 10 מאל שרייבט אריין 10. דאס וועט אייך געבן דעם ריכטיגן רעזולטאט מיט בלויז דארפן שרייבן צוויי נומערן.

ווען א נומער וואקסט מיט דעם זעלבן צאל יעדעס מאל וואקסט עס זייער שטייט. צום ביישפיל אויב פאנגט איר אן מיט 100,000 רייז אויפן ערשטן קוואדראט און איר לייגט צו יעדן קוואדראט 100,000 רייז מער ווי דעם פארידיגן קוואדראט וועט איר נאר דארפן האבן זעקס און א האלב מיליאן רייז אויפן 64'ציגסטן קוואדראט. דאס זעט אפשר אויס ווי אסאך אבער עס קומט נישט צו צום נומער פון רייז וואס מען דארף האבן ווען א נומער וואקסט עקספאנענשעלי. עקספאנענשעל גראויט מיינט אז דער נומער וואקסט שנעלער ווען עס ווערט גרעסער. די גרעסער דער נומער ווערט, די שנעלער וואקסט עס.

עפידעמיעס וואקסן אויך עקספאנענשעלי. צו פארשטיין פארוואס, שטעל דיך פאר אז יעדער מענטש וואס כאפט דעם ווירוס אינפעקטירט נאך 2 מענטשן. צום ערשט וועט זיין נאר איין מענטש וואס האט דעם ווירוס. ער וועט אינפעקטירן צוויי מענטשן. יעדער פון די צוויי מענטשן וועלן אינפעקטירן נאך צוויי מענטשן, דאס הייסט א צאל פון פיר מענטשן (2X2). די פיר מענטשן וועלן אינפעקטירן 8 מענטשן און אזוי ווייטער. נאך א קורצע תקופה וועלן מיר האבן מיליאנער מענטשן וואס זענען אינפעקטירט מיטן ווירוס.

און יעצט לאמיר באטראכטן די שטודיע וואס איז פובליצורט געווארן אויף מערץ 16 דורך דער אימפעריאל קאלעדזש לאנדאן.

די שטודיע פון אימפעריאל קאלעדזש
די שטודיע פאנגט אן מיטן אוועקשטעלן צוויי וויכטיגע נומערן וואס זענען נוגע פאר עפעדעמיעס. דער ערשטער נומער הייסט R0 און באשרייבט וויפיל מענטשן ווערן אינפעקטירט פון איין אינפעקטירטן מענטש. די שרייבערס פון דער שטודיע ברענגן אראפ פון אנדערע שטודיעס וואס האבן שטודירט די עפעדעמיע אין כינע, און באשטעטיגן אז R0 איז צווישן 1.5 און 3.5. די שרייבערס פון דער שטודיע נעמען אן א נומער פון 2.4 אבער שטודירן אויך די נומערן צווישן 2.0 און 2.6 (שפעטערע שטודיעס ווייזן אז R0 איז אפילו העכער פון דעם). דאס הייסט אז יעדע 10 מענטשן וועלן אינפעקטירן ארום 24 מענטשן.

די פלו, אין קעגנזאץ, האט אן R0 פון 1.3 וואס מיינט אז עס איז פיל ווייניגער אנשטעקיג פונעם קאראנעווירוס. די סיבה איז ווייל די פלו ווערט נאר אנשטעקיג נאנט וואס די סימפטאמען קומען ארויס וואס מיינט אז ווייניגער מענטשן וועלן ווערן אנגעשטעקט איינמאל מען זעהט די סימפטאמען. מה שאין כן דער קאראנעווירוס איז שוין אנשטעקיג פון פריער, ספעציעל פאר מענטשן וואס האבן בכלל נישט קיין סימפטאמען.

דער צווייטער נומער וואס איז וויכטיג איז די (infection fatality ratio) IFR, דאס איז דער פראצענט פון מענטשן וואס שטארבן נאכן ווערן אינפעקטירט מיטן ווירוס. אנדערע שטודיעס וואס האבן שטודירט די עפידעמיע אין כינע (און יא --- זיי האבן אויך אין אכט גענומען אז נישט אלע מענטשן וואס האבן דעם ווירוס זענען געטעסט געווארן. זיי שאצן אז ארום 50% פון די מענטשען וואס האבן עס זענען נישט געטעסט געווארן), האבן פובליצירט די נומערן אויף דעם. דער פראצענט ווענדט זיך אויף דער עלטער פונעם אינפעקטירטן מענטש. עלטערע מענטשן האבן גרעסערע שאנסן צו שטארבן און אינגערע מענטשן האבן קלענערע שאנסן.

די שטודיע נעמט א דורכשניט פון דער אלגעמיינער עלטער פון בריטישן באפעלקערונג און קומט אן מיט א דורכשניטליכן IFR פון 0.9%. דאס הייסט אז ארום איין פראצענט פון די וואס כאפן דעם ווירוס וועלן שטארבן. די פלו, אין קעגנזאץ האט אן IFR פון בלויז 0.1%.

די שטודיע שטעלט אויך אוועק באזיצט אויף אנדערע שטודיעס אז 4.4% פון די אינפעקטירטע מענטשן ווערן האספיטעליזירט, 30% פון די האספיטעליזירטע ווערן קריטיש קראנק (פארלאנגן א ווענטילעיטאר). און 50% פון די קריטיש קראנקע שטארבן.

באזירט אויף די הנחות, רעכנט די שטודיע אויס וויפיל מענטשן וועלן שטארבן אין ענגלאנד און אין אמעריקע אויב מען נעמט נישט קיין דראסטישע שריט צו פארמינערן די קאנטאקט צווישן מענטשן. לויט די שטודיע, וועלן שטארבן 2.2 מיליאן מענטשן אין אמעריקע און 510,000 מענטשן אין ענגלאנד!!!

די שטודיע נעמט אויך אין באטראכט געוויסע הצעות וואס די לענדער קענען איינפירן צו פארמינערן קאנטאקט צווישן די מענטשן. זיי פירן אויס אז אויפן בעסטן פארנעם, אויב לייגט מען ענגלאנד אונטער א גענצליכן לאקדאון, וועלן נאר שטארבן עטליכע טויזענט. אבער זיי ווארענען אז די מינוט וואס מען נעמט אראפ דעם לאקדאון וועלן די נומערן צוריקארויפגיין. דעריבער, זענען זיי מציע אז די לענדער זאלן אוועקשטעלן א לאקדאון און דערנאך צוביסלעך עפענען דעם לאקדאון פאר עטליכע וואכן. איינמאל די נומערן גייען צוריק ארויף זאל מען צוריקלייגן דעם לאקדאון וחוזר חלילה.

הקיצור, איך בין שוין צו מיד פאר היינט נאכט צו ממשיך זיין. איך וועל נאר לייגן א לינק צו דער שטודיע https://www.imperial.ac.uk/mrc-global-i ... onavirus// ווער עס וויל איז מכובד צו לייענען און באטראכטן די גרעפס.

וואס איך וויל נאר ארויסברענגן איז אז דער ווירוס איז נישט קיין קלייניגקייט און אפילו אז עס זעהט נישט אויס צו שלעכט אויפן מינוט, וועט עס ווערן פיל ערגער פיל שנעלער. וואס מען דארף אויך אין באטראכט נעמען איז אז אין דורכשניט נעמט עס צווישן 2-3 וואכן פון ווען מען כאפט דעם ווירוס ביז מען קומט אן צום ICU. דעריבער אפילו אז פילע לענדער האבן שוין אוועקגעשטעלט א לאקדאון, וועט עס נעמען צווישן 2-3 וואכן נאכן לאקדאון ביז די נומערן פאנגן אן אראפצוגיין.

א גוטע וואך. זאלן מיר הערן נאר גוטע בשורות.
בייגעלייגטע פיילס
Imperial-College-COVID19-NPI-modelling-16-03-2020.pdf
(757.32 KiB) אראפגעלאדנט 126 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תחכמוני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר