אבל אשמים אנחנו - מיר קענען נאך יעצט *פיקוח נפש אפיל*

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6283 מאל
קאנטאקט:

אבל אשמים אנחנו - מיר קענען נאך יעצט *פיקוח נפש אפיל*

שליחה דורך לעיקוואד »

טייערע חברים אשיחה את אשר בלבבי. בקיצור נמרץ. עס דרייט זיך אסאך קריטיק דא אויף אונזער הנהגה, ריכטיגע קריטיק.

כידוע איז אבער נישט קיין חכמה צו שלאגן על חטא אויף יענעם'ס הארץ, און דער אמת איז דאך אז מיר וואס פארשטיין יא זענען באמת שולדיג.

לאמיר זיך נישט נארן. יא רוב רבנים און מנהיגים לעבן אין א באבל, זיי ווייסען נישט וואס טוהט זיך אויף די וועלט. נישט אין די גרויסע וועלט און נישט אין די אינערליכע וועלט פון די בעלי בתים און פשוטי עם פון זייערע קהילות.

אבער דאס איז דער פאקט, עס גייט זיך נישט יעצט טוישען. אויף צו ראטעווען מענטשען בגשמיות וברוחניות דארף מען זיך רעכענען מיט די פאקטן אויף די ערד. עס איז נישט דא די פריבלעגיע צו שרייען אז יענער איז שלעכט מען דארף טרעפן א וועג צו רעדן מיט עם און עם ראטעווען.

מיר אנ"ש חברי קאווע שטיבל זענען מער אפן. מיר ווייסען און פארשטיין סכנות. וואס טוהן מיר אבער דערצו

אז עס איז געקומן אזא זאך ווי דער מגיפה, א גרויס חלק פון אונז אונז האבן געוואוסט שוין פאר פורים אז דא איז א ריזיגע סכנה. וואס האבן מיר געטוהן? וואס האבן מיר אפילו פראבירט צו טוהן? האט איינער גערעדט צו א רב א רבי א מנהיג עם געברענגט א קאמפיוטער און מסביר געווען די מציאות אויף די וועלט און וואס די מאטעמאטיק און סייענס זאגט? האט איינער געמאכט קולות וברקים אז אנדערע רביס פארשטיין שוין בעסער און וואס איז מיט מיר? אפילו דא אויף ק"ש אד"ג שרייט מען יעצט מען האט נישט געשריגען דעמאלטס.

פאר יעצט איז שוין אפשר צו שפעט, האפענטליך פארשטייט שוין יעצט יעדער. אבער וואס וועלן מיר זיך אינטערנעמען ווייטער? דאס איז דאך נישט די ערשטע און נישט די לעצטע פראבלעם וואס ליידט פון די זעלבער שורש.

אפשר זענען אונז שולדיג אז מיר זענן זיך מייאש און זאגן שלום עלי נפשי, פארוואס זאל איך זיך שלאגן אגאנצע טאג מיט דער רב, עס איז מער געשמאק צו טרעפן חברים כלבבי און רעדן בעיקר מיט זיי.

מיר האבן זיך אפגעשיידט פון די פאקטישע הנהגה אונזערע און זיך באהאלטן אין די לעכער אויף די אינטערנעט און אין ריעל לייף.

עס איז אמת. קיינער האט נישט הנאה צו הייסען דער שייגעץ וואס מאכט כסדר משוגע דער רבי מיט די עסקנים וועגן זיינע חכמות און איז מצליח איינס פון צען מאל. עס איז נישט געשמאק. פיל געשמאקער איז צו זיין א ראש לשועלים פאר אונזערע אחים לדעה.

אבער רבותי דאס איז סכנת נפשות. נישט קיין צייט צו טרעפן תירוצים און באשולדיגען יענעם. די צייט איז צו טרעפן

יעדער איינער דא זאל זיך מקבל זיין צו אנקניפען א קשר מיט טאקע די חאניאקישע פארמאכטע מנהיגים. עס איז א פאקט אז אפילו פון די מיינסטרים מנהיגים איז דא פון זיי וואס האבן חברים און בעלי בתים וואס פארציילן זיי די מציאות און זייער הנהגה איז טאקע בעסער לפי ערך.

מיר דארפן אסאך מער פון דעם.

מען דארף רעדן זייער שפראך.

מיר דארפן זיך מתגבר זיין אויף די בושה און אומבאקוועמליכקייט און טוהן למעשה.

מען קען נישט אנקומען נאר בשעת א קריזיס מיט מעשיות.

מען דארף האלטן א כסדר'דיגע קשר מיט די מנהיגים אונזערע און זיי אפדעיטען אויף אונזערע שאלות און ספיקות קשיות און נסיונות און סתם נייעס און פאקטן. אז עס זאל זיין א בריק פון טראסט וואס זאגט פאר דער רבי וואס טוהט זיך.

זאל יעדער רבי האבן איין שייגעץ וואס פארציילט עם יעדער טאג וואס די וואצאפ זאגט אויף עם. וואס קאווע שטיבל זאגט. וואס דער ניו יורק טיימס בכלל זאגט.

אויף אונז איז דער פליכט צו זיין דער שייגעץ.

מי לה' אלי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר