וועקער וועקער, ווער איז דיין אוידיענץ?

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
תחכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 324 מאל

וועקער וועקער, ווער איז דיין אוידיענץ?

שליחה דורך תחכמוני »

דאס איז דאס ערשטע מאל וואס איך האב געקויפט דעם וועקער. דאס איז דאס ערשטע מאל וואס איך האב געלייענט דעם וועקער. דאס איז אויך דאס ערשטע מאל וואס מיין בני בית האט געלייענט דעם וועקער.

געזעצן בין איך פארטיפט אין א ביכל שבת נאכמיטאג אויפן טאראסע. א קיל ווינטל האט געבלאזן פון צפון זייט און דער זון האט אראפגעשמייכלט אויף מיר פון צווישן די בלעטער. צוביסלעך האב איך ארויסגעשוועבט פון מיין סביבה און מיינע מחשבות זענען פריי געלאפן. מער זעה איך נישט די ביימער, מער פיהל איך נישט דעם ווינט, איך בין דארט ווייט אוועקגעפלויגן קיין אזיע צו שטודירן די הימעלייאישע בערג.

פלוצלינג, רייסט א שארפן קוויטש אדורך די אטמאספערע און טראסקעט מיך צוריק אויף דער וועלט. איך לויף אריין מיט איין אימפעט. ווער ווייסט וואס האט דא פאסירט? איך זעה מיין ווייב שטיין אין קיך און אירע הענט ווארפן זיך ווי זי האט נארוואס באגעגנט א שד.

"זענען די קינדער אקעי?" פרעג איך א דערשראקענער. מיין ווייב קען קוים ארויסרעדן א ווארט. זי צייגט מיטן פינגער אויפן טיש ווי דער וועקער ליגט דארט אויפגעפראלט און זייעט ארויס צווישן די ציין, "וואס זוכט דאס אפיקורסיש ביכל אין מיין הויז? ער רעדט אויף אלע רבנים און אלס וואס איז הייליג ביי אונז!"

"גראדע האב איך געהאלטן אז דו וועסט הנאה האבן דערפון", זאג איך איר. "עס פארמאגט פילע אינהאלטסרייכע ארטיקלען." איך הייב אויף דעם וועקער און איך זעה אז עס איז אויפגעמישט צו איינע פון די ערשטע ארטיקלען טיטולירט "דער ווירוס אין אונזער פירערשאפט."

איך זעץ זיך אראפ און לייען דורך דעם ארטיקל בכובד ראש. ווען איך ענדיג דאס לייענען, רוף איך זיך אן. "איך מוז מודה זיין צו דיר אז דאס איז טאקע א העסליך שטיקל. זאלסט וויסן אבער אז דאס איז דער אויסנאם. עס זענען פארהאן אסאך שיינע ארטיקלען פון וועלכע דו וועסט שטארק הנאה האבן."

צוביסלעך האט זי זיך בארואיגט און איך האב איר באוואויגן צו געבן דעם וועקער א צווייטן שאנס. איך האב איר געוויזן עטליכע ארטיקלען צו לייענען און זי האט טאקע שטארק גענאסן דערפון. אבער נאך אלעמען האט זי מיר באפוילן נישט צו ווייזן דעם וועקער פאר אונזערע קינדער. פאר די עלטערע איז דאס אקעי, האט זי געטענה'ט, אבער פאר די קינדער קען דאס שאטן.

דאס האט מיר זייער פארדראסן, ווייל איך האב שוין געוויזן עטליכע ארטיקלן פאר מיין עלטסטער זון און ער האט זייער הנאה געהאט פון זיי. פארוואס זאל ער דאס מער נישט קענען לייענען? און פארוואס זאלן פילע אנדערע כשר'ע אידן און אידענעס נישט קענען הנאה האבן דערפון? דאס האט מיר געמאכט אריינקלערן אין דער פאלגענדער שאלה: צו וועלכן אוידיענץ צילט דער וועקער?

איז דער ציל פון דעם וועקער צו זיין א געשריבענעם קאווע שטיבל ווי יעדער קען ארויסקומען און פריי אויסלופטערן זיינע געדאנקען, אדער זוכט ער א מער ברייטערן ציבור און האפט גאר צו ווערן א האוזהאלד אייטעם?

נאכן לייענען דעם וועקער דעם שבת און זיך האבן באגעגענט מיט פילע טיעפע און אינטערעסאנטע ארטיקלען, האב איך געזעהן פאר מיר א וויזיע. א וויזיע וואו דער וועקער ווערט אן אויסגאבע וואס איז פארשפרייט צווישן כלל ישראל און געניסט פון א פאפולעריטעט ענדליך צו די אנדערע פאפולערע אידישע מאגאזינען. אבער אין דער זעלבער צייט האלט ער זיך אנדערש פון אלע אנדערע אידישע מאגאזינען.

אלע אידישע מאגאזינען רעדן נאר צו האלב כלל ישראל: די נשים צדקניות געפונען דארט נישט קיין פלאטפארמע און זייערע בילדער זענען בל יראה ובל ימצא. דער וועקער אבער רעדט צו יעדעם און גיבט יעדעם זיין פארדינטן אויפמערקזאמקייט.

אלע אידישע מאגאזינען ערלויבן נאר א שמאלע פאס פון ארטיקלען דורכגיין זייערע צענזור. זייערע טעמעס און נושאים זענען געקליבן פון א מאגערען טאץ און איינער וואס וויל עפעס טיעפער אדער ברייטער וועט דאס נישט געפונען אפילו מיט א לופע. דער וועקער אבער קעיטערט צו א ברייטערן עולם און שטעלט צו סחורה מיט א גרעסערן וואריעטעט כדי צו זעטיגן מער מענטשן.

אלע אידישע מאגאזינען הייבן אונז אפילו ווען מיר זענען אומגערעכט. זיי וועלן קיינמאל קיין מוסר זאגן און אפשרייען אלע וואס געבן אונז אמאל א פארדינטן פסק. דער וועקער אבער שרעקט זיך נישט פון קיינעם און וועט אונז איידעלערהייט דערמאנען ווען מיר פאלן דורך און פירן זיך נישט גוט אויף. עס איז וויכטיג אמאל אונז אויפמערקזאם מאכן צו אונזערע חסרונות.

די לעצטע נקודה איז א וויכטיגע אבער אויך א האקעלע.

די וועלט איז פול מיט באקריוודעטע מענטשן. די שווארצע וועלן שרייען רעיסיזם. די פרויען וועלן שרייען סעקסיזם און די אידן וועלן שרייען אנטיסעמיטיזם. עס זענען אבער דא צוויי וועגן ווי די באקריוודעטע קענען זיך אויפפירן. איין טייל וועט כסדר שפילן וויקטים. אנשטאט זיך אויפבויען, קלייבט ער זיך פארצושטעלן ווי אן אומשולדיגער קרבן. ווען איינער וועט אוועקמאכן א פרוי פון דער ערשטער טייל פארן נישט רעדן צו דער זאך, וועט זי שרייען סעקסיסט, אפילו אויב דער סטעיטמענט האט גארנישט מיט סעקסיזם איינגעשטויסן.

עס דערמאנט מיך פון מיין יוגנט ווען איך בין געווען ערגעץ ווייט אין אפסטעיט ניו יארק צוזאמען מיט מיין פעטער. מיר האבן געטראפן א שילד פון א פארמער וואס האט מודיע געווען אז ער גיבט צו ווייזן וויאזוי מען מאכט עפל סיידער. ווען מיר האבן אבער פרובירט אריינצוגיין, האט דער אייגנטומער אונז אומשולדיג מודיע געווען אז ער איז שוין פארמאכט. מיין פעטער האט גלייך אויסגעשריגן צו אים, "פארוואס? ווייל מיר האבן לאנגע האר ביי די זייטן?" איך האב געוואלט אז דער ערד זאל זיך עפענען אונטער מיר און מיר זאפארט איינשלינגען. דער פארמער האט נאך מן הסתם קיין איד נישט געזעהן פאר די אויגן און אפילו אויב יא איז דאס נישט הא בהא תליא. נישט יעדער איז אן אנטיסעמיט.

דער צווייטער טייל אבער וועט זיך פרובירן אויפצובויען און איגנארירן די פאר העיטערס. אנשטאט שרייען אנטיסעמיט אויף יעדן וועט ער ווייזן פאר יעדן וואס אן אמת'ער איד איז. ער וועט זיך אויפפירן שיין און זיין א ראול מאדעל פאר אלע אידן. אויב וועט ער באגעגענען אן אנטיסעמיט דא אדער דארט וועט ער אים איגנארירן און גיין ווייטער. פארשטייט זיך אז אמאל איז וויכטיג ארויסצוקומען קעגן אנטיסעמיטיזם, אבער ער וועט דאס נאר טוהן ווען עס איז גאר וויכטיג און דער פראבלעם איז ערענסט. די מענטשן זענען פיל געזונטער פון די אנדערע. זייער ווערד איז נישט פון זיין א וויקטים, נאר פון זייער זעלבסט ווערד.

על כל פנים וואס איך וויל דא צוקומען אז עס זענען דא אסאך אידן וואס פילן זיך באקריוודעט פון אונזער סיסטעם. אמאל האבן זיי געליטן דירעקט פונעם סיסטעם און אמאל אומדירעקט. די אידן באשטייען אויך פון צוויי סארטן. די ערשטע וועלן שרייען און העצן קעגן דעם סיסטעם און די צווייטע וועלן פרובירן ארויסצוברענגען די חסרונות פונעם סיסטעם אבער נאר ווען עס קען העלפן און אויף א פאזיטיוון אופן.

לאמיר נעמען צוויי ארטיקלען פונעם וועקער. דער ערשטער איז "דער ווירוס אין אונזער פירערשאפט" און דער צווייטער איז "יעקב שונא לעשו". ביידע ארטיקלען ברענגען ארויס א נעגאטיווע אספעקט פון אונזער סיסטעם אבער די צוויי ארטיקלען זענען כרחוק מזרח ומערב.

דער ערשטער רייסט אראפ יעדן חשוב'ן איד, אנגעהויבן פונעם "שר התורה" ר' חיים און געענדיגט ביים לאקאלן רב. מכף רגל ועד ראש אין בו מתום. דער איינציגער איד וואס האט זוכה געווען צו א שטיקל שבח האט באקומען איין ארימען פאראגראף און איז תיכף איינגעשלינגען געווארן מיט די פארשוועמענדע קריטיק. נישט נאר לייגט ער אראפ אלע אידן אין א נעגאטיוון ליכט, אבער ער גיבט אונז ניטאמאל אן עצה. ער זאגט אונז נישט וויאזוי זיך צו פארבעסערן און וואס מיר זאלן טוהן אויף ווייטער. זיין גאנצע מטרה איז אונז צו ווייזן ווי שלעכט מיר שטייען.

דער צווייטער ארטיקל אבער קומט מיט א גאנץ אנדערן פערספעקטיוו. ער פאנגט גלייך אן וויאזוי אן ערליך איד דארף זיך אויפפירן. ער ברענגט מקורות פון אונזערע גדולים וואס שרייבן אויך אזוי און ער איז מסביר בטוב טעם ודעת פארוואס דאס איז אזוי. דערנאך רייסט ער אראפ א "חלק" פונעם היימיש'ן עולם וואס פירט זיך נישט אזוי. ער ווייזט זיי אויף אז זיי אליין פארשטיין אז עס איז אומגערעכט און ער ווארענט אונז אן אויף ווייטער אז מיר זאלן טוישן אונזער צוגאנג צו אידישקייט. אזוי ווי דער ערשטער ארטיקל, ברענגט ער אויך ארויס אונזערע חסרונות, אבער מיט דער מטרה אז מיר זאלן אליין פארשטיין פארוואס דאס איז אומריכטיג און אז מיר זאלן זיך קענען פארבעסערן.

איך פארשטיי אז א איד פילט אמאל זייער אויפגערעגט אויפן סיסטעם און וויל זיך אויסלופטערן זיינע ווייען. איך פיהל אויך אמאל אזוי. פארדעם איז קאווע שטיבל געמאכט. דא איז א פלאץ וואו יעדער קען אויסלופטערן זיינע געדאנקן און באקומען סימפאטיע פון אנדערע מענטשן וואס פילן אויך אזוי ווי אים. דער וועקער אבער איז נישט דאס ריכטיג פלאץ לפי עניות דעתי. אויב דער וועקער וויל באקומען א ברייטערן אוידיענץ, דארף ער זיך צושטעלן צום ברייטערן עולם. נישט יעדעם איז געשמאק צו לייענען אן ארטיקל ווי זיין געזעלשאפט ווערט אראפגעריסן אן קיין רחמנות.

נאך מער פון דעם, געווענטליך ווען א מענטש טרעפט אן ארטיקל וואס שמעקט אים נישט, גייט ער גלייך צום נעקסטן. אבער ווען א היימישער איד טרעפט אפילו נאר איין ארטיקל וואס קומט אים אדורך ווי אפיקורסות אדער מינות, ווערט די גאנצע אויסגאבע אפגעפסל'ט און א מיליאן הערליכע ארטיקלען קענען אים נישט אפראטעווען, ווייל אפיקורסות אפילו באלף לא בטיל. דעריבער דארפן מיר ערענסט נעמען אין באטראכט ווער איז דער אוידיענץ פונעם וועקער?
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר